איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל
עס איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אנאנסירט א שמחת בית השואבה אין ארץ ישראל די ערשטע נאכט חוה"מ דארט, אושפיזא דיצחק, ו(אין חו"ל מיטל נאכט) ואס ביז די פערגאנגענע יאהר פלעגט דארט זינגען א אמעריקאנער זינגער מיט א כלומר'שטער היתר פון א רעגירונג'ס רב דארט, אז אלע אידען זיינען תושבי א"י
דאס יאהר איז עס שוין מיט א סאטמאר געבוירענעם זינגער וואס האט אנגענומען דעם היתר.
קאן איינער מער מרחיב הדיבור זיין אין "אלע זייטן" סיי לקולא און סיי לחומרא, וואס איז דער אמת'ע הלכה דערינען?

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 149
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
איבער 20 יאר צוריק, בימי בחרותי, האב איך געלערנט אין א ישיבה גדולה אין ירושלים.
רעדנדיג מיט הג"ר יעקב בלוי ז"ל האט ער מיר געהייסן האלטן נאר איין טאג שבועות, לקולא ולחומרא, ער האט עס געזאגט אלס א דבר פשוט, באזירט אויף צוויי סיבות:
א. כ'האב נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן קיין אמעריקע (כ'בין אהינגעפארן מיט א וואן-וועי טיקעט).
ב. אן אמעריקאנער בחור קען א חתן ווערן אין א"י, בפרט אז כ'האב דארט נאנטע משפחה.
למעשה, איז אונזער ישיבה באשטאנען פון בערך האלב אמעריקאנער בחורים און האלב ארץ ישראל'דיגע. מ'האט יענעם שבועות געמאכט באזונדערע מנינים אין ישיבה. אויך אין עס-זאל האבן די אמעריקאנער געגעסן פליישיגע יו"ט סעודות, משא"כ די איזראעלער.
איך האב געטאנצט אויף ביידע חתונות. געדאווענט האב איך א וואכנדיגע דאווענען אין א דערנעבנדען שול, און געגעסן האב איך מיט די אמעריקאנער חברה. פארוואס נישט? כ'בין דאך א זייעריגער! מיינע אלע אמעריקאנער חברים האבן געוואוסט אז כ'האלט איין טאג יו"ט, אבער די איזראעליס האבן נישט געוואוסט דערפון.
אינמיטן סעודה קומט צו אן איזראעלי בחור מיט א 100 אדער 200 שקל באנקנאט און פאכעט עס צו די אמעריקאנער: "ווער עס נעמט עס - קען עס האבן!" ער דרייט זיך ארום און שרייט אויס זיין פיקחות איינמאל און ווידעראמאל. ווען ער איז אריבער נעבן מיר, האב איך עס א כאפ געטון פון זיינע הענט...
דאס יובלעריי פון די ישראלים איז געווען אויף די העכסטע טענער: 'די אמעריקאנער פארקויפן זיך פאר געלט!' 'חילול יום טוב!'...
בקיצור ס'איז געווארן הויך 'יום טוב' אויך ביי זיי...
איין מינוט, שיער פארגעסן: '...און וואס איז געשען מיט די קאץ?'
יא, כ'האב נאכדעם פארציילט די ארץ ישראל'דיגע אז כ'האלט נאר איין טאג יו"ט.
און יא, כ'האב יענעם צוריקגעגעבן דאס געלט.

"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר מאה
- תגובות: 149
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:איבער 20 יאר צוריק, בימי בחרותי, האב איך געלערנט אין א ישיבה גדולה אין ירושלים.
רעדנדיג מיט הג"ר יעקב בלוי ז"ל האט ער מיר געהייסן האלטן נאר איין טאג שבועות, לקולא ולחומרא, ער האט עס געזאגט אלס א דבר פשוט, באזירט אויף צוויי סיבות:
א. כ'האב נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן קיין אמעריקע (כ'בין אהינגעפארן מיט א וואן-וועי טיקעט).
ב. אן אמעריקאנער בחור קען א חתן ווערן אין א"י, בפרט אז כ'האב דארט נאנטע משפחה.
למעשה, איז אונזער ישיבה באשטאנען פון בערך האלב אמעריקאנער בחורים און האלב ארץ ישראל'דיגע. מ'האט יענעם שבועות געמאכט באזונדערע מנינים אין ישיבה. אויך אין עס-זאל האבן די אמעריקאנער געגעסן פליישיגע יו"ט סעודות, משא"כ די איזראעלער.
איך האב געטאנצט אויף ביידע חתונות. געדאווענט האב איך א וואכנדיגע דאווענען אין א דערנעבנדען שול, און געגעסן האב איך מיט די אמעריקאנער חברה. פארוואס נישט? כ'בין דאך א זייעריגער! מיינע אלע אמעריקאנער חברים האבן געוואוסט אז כ'האלט איין טאג יו"ט, אבער די איזראעליס האבן נישט געוואוסט דערפון.
אינמיטן סעודה קומט צו אן איזראעלי בחור מיט א 100 אדער 200 שקל באנקנאט און פאכעט עס צו די אמעריקאנער: "ווער עס נעמט עס - קען עס האבן!" ער דרייט זיך ארום און שרייט אויס זיין פיקחות איינמאל און ווידעראמאל. ווען ער איז אריבער נעבן מיר, האב איך עס א כאפ געטון פון זיינע הענט...
דאס יובלעריי פון די ישראלים איז געווען אויף די העכסטע טענער: 'די אמעריקאנער פארקויפן זיך פאר געלט!' 'חילול יום טוב!'...
בקיצור ס'איז געווארן הויך 'יום טוב' אויך ביי זיי...
איין מינוט, שיער פארגעסן: '...און וואס איז געשען מיט די קאץ?'
יא, כ'האב נאכדעם פארציילט די ארץ ישראל'דיגע אז כ'האלט נאר איין טאג יו"ט.
און יא, כ'האב יענעם צוריקגעגעבן דאס געלט.
דאס איז באווסט אז דער אריצישראלדיק'ר רבנים בכלל, והירושלמ'ער בפרט, פסק'נין גאנץ גיך צו האלט'ן איין טאג. וועסטו געפרעגט אן אנדורער רב וועסטו באקומען אן אנדערער ענטפר.
לערענן די סוגיא, קומט מיר אויס אז איז דא אין פוסקים צווי וועגין ווי צו מגדיר זיין 'מקומו' און 'דעתו לחזור'. אדער דער עיקר איז מקומו, נאר אויב ער איז דעתו צו בלייבען דעמלט בייט זיך זיין ארט. אדער פארקערט, די עיקר איז ווו ער געפין זאך, נאר אויב דעתו לחזור דאס האלט איהם אין זיין אלטער ארט. דער נ"מ איז אויב מיר דארפן א קלאר דעתו שלא לחזור, אדער א קלאר דעתו לחזור.
אבער פארט, די פסק פון הגר"י בלוי זאט מיר אויס צו שנעל ג'פאס'קנט איין טאג. פאר ביישפיל, רעכנ'ן אין היינטרגר צייט'ן וואס ער האט נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re:
די תניא ברענגט ביידע שיטות ער איז נישט מכריע לקולאמענטשאלע האט געשריבן:לשיטת השו"ע הרב דארף א חו|ל איד נישט האלטן צווי טעג אין אר"י פונק ווי א אר" איד דארף יא האלטן צווי טעג אין חו"ל. אפגעזען פון דעתו לחזור וכדו'.
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

Re: איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל
רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע האט געהאלטן
אז א בחור פון ארץ ישראל וואס איז אין חוץ לארץ אויף יו"ט דארף געהעריג האלטן צוויי טעג, וועגן קען זיין אז ער גייט דארט חתונה האבן.
און אויכעט אויב א קאפעל פון ארץ ישראל איז אין חוץ לארץ דארפן זיי אויכעט האלטן געהעריג יו"ט ביידע טעג.