איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עס איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אנאנסירט א שמחת בית השואבה אין ארץ ישראל די ערשטע נאכט חוה"מ דארט, אושפיזא דיצחק, ו(אין חו"ל מיטל נאכט) ואס ביז די פערגאנגענע יאהר פלעגט דארט זינגען א אמעריקאנער זינגער מיט א כלומר'שטער היתר פון א רעגירונג'ס רב דארט, אז אלע אידען זיינען תושבי א"י
דאס יאהר איז עס שוין מיט א סאטמאר געבוירענעם זינגער וואס האט אנגענומען דעם היתר.
קאן איינער מער מרחיב הדיבור זיין אין "אלע זייטן" סיי לקולא און סיי לחומרא, וואס איז דער אמת'ע הלכה דערינען?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קען זיין אז ער וועט באשליסן פארן נאכט צו בלייבן וואוינען דארט, און צומארגנס וועט ער טוישן זיין החלטה....

קען אויך זיין אז אויב איז ער דארטן יעדע יום טוב אדער כמעט יעדע קען ער זיך מקיל זיין.

אגב אין ארץ ישראל זאגט מען,, מי שלא ראה שמחת בית השואבה של מישקולץ, לא ראה מיטשקולץ מימיו....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ס'דא אן אמעריקאנער איד (ב. וו.) וואס איז אלע ימים טובים אין זיין דירה אין א"י און האלט טאקע נאר איין טאג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

איבער 20 יאר צוריק, בימי בחרותי, האב איך געלערנט אין א ישיבה גדולה אין ירושלים.
רעדנדיג מיט הג"ר יעקב בלוי ז"ל האט ער מיר געהייסן האלטן נאר איין טאג שבועות, לקולא ולחומרא, ער האט עס געזאגט אלס א דבר פשוט, באזירט אויף צוויי סיבות:
א. כ'האב נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן קיין אמעריקע (כ'בין אהינגעפארן מיט א וואן-וועי טיקעט).
ב. אן אמעריקאנער בחור קען א חתן ווערן אין א"י, בפרט אז כ'האב דארט נאנטע משפחה.

למעשה, איז אונזער ישיבה באשטאנען פון בערך האלב אמעריקאנער בחורים און האלב ארץ ישראל'דיגע. מ'האט יענעם שבועות געמאכט באזונדערע מנינים אין ישיבה. אויך אין עס-זאל האבן די אמעריקאנער געגעסן פליישיגע יו"ט סעודות, משא"כ די איזראעלער.
איך האב געטאנצט אויף ביידע חתונות. געדאווענט האב איך א וואכנדיגע דאווענען אין א דערנעבנדען שול, און געגעסן האב איך מיט די אמעריקאנער חברה. פארוואס נישט? כ'בין דאך א זייעריגער! מיינע אלע אמעריקאנער חברים האבן געוואוסט אז כ'האלט איין טאג יו"ט, אבער די איזראעליס האבן נישט געוואוסט דערפון.
אינמיטן סעודה קומט צו אן איזראעלי בחור מיט א 100 אדער 200 שקל באנקנאט און פאכעט עס צו די אמעריקאנער: "ווער עס נעמט עס - קען עס האבן!" ער דרייט זיך ארום און שרייט אויס זיין פיקחות איינמאל און ווידעראמאל. ווען ער איז אריבער נעבן מיר, האב איך עס א כאפ געטון פון זיינע הענט...
דאס יובלעריי פון די ישראלים איז געווען אויף די העכסטע טענער: 'די אמעריקאנער פארקויפן זיך פאר געלט!' 'חילול יום טוב!'...
בקיצור ס'איז געווארן הויך 'יום טוב' אויך ביי זיי...

איין מינוט, שיער פארגעסן: '...און וואס איז געשען מיט די קאץ?'
יא, כ'האב נאכדעם פארציילט די ארץ ישראל'דיגע אז כ'האלט נאר איין טאג יו"ט.
און יא, כ'האב יענעם צוריקגעגעבן דאס געלט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:איבער 20 יאר צוריק, בימי בחרותי, האב איך געלערנט אין א ישיבה גדולה אין ירושלים.
רעדנדיג מיט הג"ר יעקב בלוי ז"ל האט ער מיר געהייסן האלטן נאר איין טאג שבועות, לקולא ולחומרא, ער האט עס געזאגט אלס א דבר פשוט, באזירט אויף צוויי סיבות:
א. כ'האב נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן קיין אמעריקע (כ'בין אהינגעפארן מיט א וואן-וועי טיקעט).
ב. אן אמעריקאנער בחור קען א חתן ווערן אין א"י, בפרט אז כ'האב דארט נאנטע משפחה.

למעשה, איז אונזער ישיבה באשטאנען פון בערך האלב אמעריקאנער בחורים און האלב ארץ ישראל'דיגע. מ'האט יענעם שבועות געמאכט באזונדערע מנינים אין ישיבה. אויך אין עס-זאל האבן די אמעריקאנער געגעסן פליישיגע יו"ט סעודות, משא"כ די איזראעלער.
איך האב געטאנצט אויף ביידע חתונות. געדאווענט האב איך א וואכנדיגע דאווענען אין א דערנעבנדען שול, און געגעסן האב איך מיט די אמעריקאנער חברה. פארוואס נישט? כ'בין דאך א זייעריגער! מיינע אלע אמעריקאנער חברים האבן געוואוסט אז כ'האלט איין טאג יו"ט, אבער די איזראעליס האבן נישט געוואוסט דערפון.
אינמיטן סעודה קומט צו אן איזראעלי בחור מיט א 100 אדער 200 שקל באנקנאט און פאכעט עס צו די אמעריקאנער: "ווער עס נעמט עס - קען עס האבן!" ער דרייט זיך ארום און שרייט אויס זיין פיקחות איינמאל און ווידעראמאל. ווען ער איז אריבער נעבן מיר, האב איך עס א כאפ געטון פון זיינע הענט...
דאס יובלעריי פון די ישראלים איז געווען אויף די העכסטע טענער: 'די אמעריקאנער פארקויפן זיך פאר געלט!' 'חילול יום טוב!'...
בקיצור ס'איז געווארן הויך 'יום טוב' אויך ביי זיי...

איין מינוט, שיער פארגעסן: '...און וואס איז געשען מיט די קאץ?'
יא, כ'האב נאכדעם פארציילט די ארץ ישראל'דיגע אז כ'האלט נאר איין טאג יו"ט.
און יא, כ'האב יענעם צוריקגעגעבן דאס געלט.

דאס איז באווסט אז דער אריצישראלדיק'ר רבנים בכלל, והירושלמ'ער בפרט, פסק'נין גאנץ גיך צו האלט'ן איין טאג. וועסטו געפרעגט אן אנדורער רב וועסטו באקומען אן אנדערער ענטפר.
לערענן די סוגיא, קומט מיר אויס אז איז דא אין פוסקים צווי וועגין ווי צו מגדיר זיין 'מקומו' און 'דעתו לחזור'. אדער דער עיקר איז מקומו, נאר אויב ער איז דעתו צו בלייבען דעמלט בייט זיך זיין ארט. אדער פארקערט, די עיקר איז ווו ער געפין זאך, נאר אויב דעתו לחזור דאס האלט איהם אין זיין אלטער ארט. דער נ"מ איז אויב מיר דארפן א קלאר דעתו שלא לחזור, אדער א קלאר דעתו לחזור.
אבער פארט, די פסק פון הגר"י בלוי זאט מיר אויס צו שנעל ג'פאס'קנט איין טאג. פאר ביישפיל, רעכנ'ן אין היינטרגר צייט'ן וואס ער האט נישט געהאט א טיקעט אהיימצופארן.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

לשיטת השו"ע הרב דארף א חו|ל איד נישט האלטן צווי טעג אין אר"י פונק ווי א אר" איד דארף יא האלטן צווי טעג אין חו"ל. אפגעזען פון דעתו לחזור וכדו'.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

הגר" בלויא פלעגט אזוי ענפטערן פאר א בחור וואס האט נישט אוועק געמאכט א שידוך אין אר"י, איינער וואס האט געזאגט אז ער זוכט דייקא א חו"ל שידוך, האט ער געהייסן האלטן צווי טעג.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

נאכ'ן חאפן א שפאציר אין גאס, קען איך אייך דערציילן אז יעדע אכסניה פון חו"ל אידן דא אין ירושלים, און יעדע זאל קומט יעצט פאר סעודות יום טוב מיט מיוזיק און זינגערס, א מחיה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מענטשאלע האט געשריבן:
לשיטת השו"ע הרב דארף א חו|ל איד נישט האלטן צווי טעג אין אר"י פונק ווי א אר" איד דארף יא האלטן צווי טעג אין חו"ל. אפגעזען פון דעתו לחזור וכדו'.
די תניא ברענגט ביידע שיטות ער איז נישט מכריע לקולא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: איין טאג יו"ט אין א"י פאר תושבי חו"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע האט געהאלטן
אז א בחור פון ארץ ישראל וואס איז אין חוץ לארץ אויף יו"ט דארף געהעריג האלטן צוויי טעג, וועגן קען זיין אז ער גייט דארט חתונה האבן.
און אויכעט אויב א קאפעל פון ארץ ישראל איז אין חוץ לארץ דארפן זיי אויכעט האלטן געהעריג יו"ט ביידע טעג.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”