שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:07 am

האב מיר באמערקט יום כיפור שינויים אין נוסח צווישן מיין מחזור און מיין שכן'ס מחזור, איך האב א מחזור המפורש, און מיין שכן א תפילה סדורה, איך ווייס נישט צו ס'איז בכוונה צו בטעות, איך וויל דא ברענגן וואס איך האב באמערקט, און ווער עס האט מוסיף צו זיין אין די ענין איז וועלקאם.

זכור רחמיך.
אין המפורש איז די צווייטע פסוק אל תזכור לנו עוונות ראשונים, אין תפילה סדורה פעלט די פסוק אל תזכור לנו עוונות ראשונים.

אין המפורש איז די פסוק את תקום תרחם ציון נאך די פסוק זכור ה' לבני אדום, אין תפילה סדורה איז די פסוק אתה תקום תרחם ציון נאך די פסוק זכור ה' חיבת ירושלים, פאר די פסוק זכור ה' לבני אדום.

זכור לנו ברית אבות איז די פסוקים אנדערש אויסגעשטעלט

סדר הפסוקים אין המפורש

זכור לנו ברית אבות
זכור לנו ברית ראשונים
עשה עמנו
רחם עלינו
מול את לבבינו
השב שבותינו
קבץ נדחינו
המצא לנו
מחה פשעינו למענך
מחה פשעינו כעב וכענן
הלבן חטאינו
זרוק עלינו
כפר חטאינו
תביאנו

סדר הפסוקים אין תפילה סדורה
זכור לנו ברית אבות
זכור לנו ברית ראשונים
עשה עמנו
השב שבותינו
קבץ נדחינו
מחה פשעינו כעב וכענן
מחה פשעינו למענך
הלבן חטאינו
זרוק עלינו
כפר חטאינו
רחם עלינו
מול את לבבינו
המצא לנו
תביאנו

הרשענו ופשענו
נאך אשמנו ביי חזרת הש"צ פון נעילה אין המפורש שטייט הרשענו ופשענו, אין תפילה סדורה שטייט נישט.

(אין מיין המפורש מחזור פעלט 'ועל כולם' ביי חזרת הש"צ פון נעילה, אבער אנדערע המפורש מחזורים האבן עס יא, פארשטייט זיך א טעות)

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט