microground instant coffee אין שבת

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דארפסמאן האט געשריבן:די שבת האט איך שוין געמאכט די קאווע מיט א כלי שלישי (נאך א עקספענס פון א קאפ פארן ביהמ"ד)

די כלי העומד על האש [פערקיולעיטאר] איז די כלי ראשון
גיסט אריין אין ערשטן קאפ, כלי שני
גיסט אריבער אין צווייטן קאפ, האלטן מיר שוין ביי כלי שלישי

טא, צו וואס פעלט אויס נאך א קאפ?
[בזכרוני, די סיבה פארוואס טאקע מען האט געמאכט ביז איצט א כלי שלישי כנ"ל, איז צוליב די מילך נישט וועגן די קאווע]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ביי קלי הבישול העלפט נישט קיין כלי שלישי, אויך נישט קיין כלי רביעי אדער חמישי, ווי לאנג ס׳איז הייס איז א פראבלעם.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

הרב עקשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

האט איינער א ריקארדינג פונעם שיעור פון הגאון רבי אשר אנשיל עקשטיין שליט"א אין די נושא פון די קאווע
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תכלית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

האט איינער געהערט וואס הרב עקשטיין האט געזאגט ???
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

איטשע האט געשריבן:ביי קלי הבישול העלפט נישט קיין כלי שלישי, אויך נישט קיין כלי רביעי אדער חמישי, ווי לאנג ס׳איז הייס איז א פראבלעם.

פון וואו נעמט איר אייער פסק? היפך מדברי הפמ"ג והגרעק"א
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

ראספשע האט געשריבן:[בזכרוני, די סיבה פארוואס טאקע מען האט געמאכט ביז איצט א כלי שלישי כנ"ל, איז צוליב די מילך נישט וועגן די קאווע]

זהו רק לדברי הנוב"י, אבל בשועה"ר מבואר להדיא דבמשקים ל"ש קלי הבישול.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הצעיר באלפי האט געשריבן:האט איינער א ריקארדינג פונעם שיעור פון הגאון רבי אשר אנשיל עקשטיין שליט"א אין די נושא פון די קאווע


אויף קול הלשון
און ארגון שיעורי תורה'ס ליין 718-906-6427 לעצטע שיעורים #1615
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האמיר געזעהן אן אנאנס איבער געבראטענע קאווע, וואס איז אויסגעהאלטן לויט געוויסע עס צו מאכען אום שב"ק מיט א כלי שלישי.

וואס זאגט איר צו אזא געדאנק?

וואס איז אלע צדדי הלכה?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

מעגליך אז עס האט די דין פון קלי הבישול וואס לויט ווי עס איז מבואר אין סימן שי"ח סעי' ד' אז עס איז אסור און חיוב חטאת
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט.
וואס איז די מציאות הדברים? מיט וואס איז עס אנדערש אז עס באקומט די ספעציעלן היתר?
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

Brewed ממש?
אדער איז דאס די זעלבע ווי די אינסטענט סטארבאקס וואס איז א געמיש מיט microground.
וואס איז טאקע די הלכה מיט דעם?
ער האט געלט???
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 1:37 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער האט געלט??? »

לעכטיגער האט געשריבן:Brewed ממש?
אדער איז דאס די זעלבע ווי די אינסטענט סטארבאקס וואס איז א געמיש מיט microground.
וואס איז טאקע די הלכה מיט דעם?

האבעך אמאל נאכגעקוקט און ס׳מיר אויסגעקומען אז לפי המציאות און לפי דעת רוב הפוסקים איז עס א פראבלעם, זייט דעמאלטס גרייט איך אהן די Starbucks via instant פאר שבת.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

הרב פאלק זצ’’ל האט א תשובה לאיסור אבער רוב רבנים האלטען אז בכלי שלישי איז מותר, די נפק’’מ איז, אז פשוטע אינסטענט קאווע איז מעיקר הדין א כלי שני גענוג, נאר אינז זענען מחמיר וועגען עטליכע סיבות צו ניצען א כלי שלישי, אבער ביי גי brewed coffee איז די חיוב כלי שלישי מעיקר הדין !
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

הצעיר באלפי האט געשריבן:הרב פאלק זצ’’ל האט א תשובה לאיסור אבער רוב רבנים האלטען אז בכלי שלישי איז מותר, די נפק’’מ איז, אז פשוטע אינסטענט קאווע איז מעיקר הדין א כלי שני גענוג, נאר אינז זענען מחמיר וועגען עטליכע סיבות צו ניצען א כלי שלישי, אבער ביי גי brewed coffee איז די חיוב כלי שלישי מעיקר הדין !


מיינט איר צו זאגען, כלי ראשון / כלי שני?
רוב ציבור ניצט כלי שני.
די היתר איז ווייל אינסטענט איז געקאכט.

הרב פאלק רעדט פון מיקרא גראונד וואס איז בכלל נישט געקאכט?
ווער זענען די מתירים אויף דעם און וואס זענען די צדדי ההיתר.
כנ"ל איז קאווע א שאלה אויב ס'איז פון די קלי הבישול.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

לעכטיגער האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:הרב פאלק זצ’’ל האט א תשובה לאיסור אבער רוב רבנים האלטען אז בכלי שלישי איז מותר, די נפק’’מ איז, אז פשוטע אינסטענט קאווע איז מעיקר הדין א כלי שני גענוג, נאר אינז זענען מחמיר וועגען עטליכע סיבות צו ניצען א כלי שלישי, אבער ביי גי brewed coffee איז די חיוב כלי שלישי מעיקר הדין !


מיינט איר צו זאגען, כלי ראשון / כלי שני?
רוב ציבור ניצט כלי שני.
די היתר איז ווייל אינסטענט איז געקאכט.

הרב פאלק רעדט פון מיקרא גראונד וואס איז בכלל נישט געקאכט?
ווער זענען די מתירים אויף דעם און וואס זענען די צדדי ההיתר.
כנ"ל איז קאווע א שאלה אויב ס'איז פון די קלי הבישול.

רבי אשר עקשטיין האט מתחלה מחמיר געווען שפעטער האט ער צוריקגעצויגען אין געשריבען א תשובה להיתר, וכן שמעתי מהרב שמעון יצחק שלעזינגער (חבר בד’’ץ עדה’’ח) להקל, אויכעט בעל אורחות שבת ועוד.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

חוץ שמועות, ווייסטו די דיטעילס צדדי ההיתר?
האסטו די תשובות צום האנט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לעכטיגער האט געשריבן:
מיינט איר צו זאגען, כלי ראשון / כלי שני?
רוב ציבור ניצט כלי שני.

זינט ווען?

ביינונז אין די סביבה וועט יעדער בר בי רב דחד יומא וויסן צו נוצן א כלי שלישי.

אפשר מיינסטו עירוי כלי שני, אונזערע עלעטערן האבן דאס אויך נישט געטאן.

****

דער שמועס איז שוין דא געווען, עטליכע יאר צוריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

farshlufen האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
מיינט איר צו זאגען, כלי ראשון / כלי שני?
רוב ציבור ניצט כלי שני.

זינט ווען?

ביינונז אין די סביבה וועט יעדער בר בי רב דחד יומא וויסן צו נוצן א כלי שלישי.

אפשר מיינסטו עירוי כלי שני, אונזערע עלעטערן האבן דאס אויך נישט געטאן.

****

דער שמועס איז שוין דא געווען, עטליכע יאר צוריק.


אין פלעין אידיש, מיר לייגען די קאווע שטויב אין אן האט קאפ, דאן נעמט מען מיט אן אנדער זויבערען קאפ וואסער פון די פורקילעיטאר און פון דעם גיסט מען אריין אינעם ערשטען.
ווי ווייט איך זעה, טוט אזוי רוב ציבור.

צירוק צו microground, קען איינער אהערשטעלען די היתרים אדער לכה"פ די צדדים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לעכטיגער האט געשריבן:אין פלעין אידיש, מיר לייגען די קאווע שטויב אין אן האט קאפ, דאן נעמט מען מיט אן אנדער זויבערען קאפ וואסער פון די פורקילעיטאר און פון דעם גיסט מען אריין אינעם ערשטען.
ווי ווייט איך זעה, טוט אזוי רוב ציבור.


ערשט דו האלטסט שוין ביי כלי שלישי [עירוי כלי שני]
מען גיסט נישט גלייך אויף די שטויב, נאר אויפן וואנט אויב מעגליך, בעסער די שטויב אין די וואסער נישט פארקערט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

לעכטיגער האט געשריבן:
אין פלעין אידיש, מיר לייגען די קאווע שטויב אין אן האט קאפ, דאן נעמט מען מיט אן אנדער זויבערען קאפ וואסער פון די פורקילעיטאר און פון דעם גיסט מען אריין אינעם ערשטען.
ווי ווייט איך זעה, טוט אזוי רוב ציבור.


וואס עפעס זייער אסאך זענען חושש אויף מרסק ביים אריין גיסן די הייס וואסער אין די קאפ
וואס טוט מען מ'פילט אן א קאפ מיט הייס וואסער (אפילו כלי ראשון) און אין דעם לייגט מען אריין די קאווע (עס איז דא וואס ווילן זאגן אז דאס גייט אריין אין דעם וואס די שו"ע הרב האלט אז מען גייט בתר סופו וואס דעמאלט איז עס לח און עס איז שייך ביי דעם בישול אבער ווי די מציאות ווייזט אז ביי קאווע ווערט עס קודם הייס און דערנאך ווערט עס צו לאזט (לח) קומט אויס אפילו לויט די שו"ע הרב איז עס מותר)
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: microground instant coffee אין שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

וואס טוט זיך מיט פריעז דרייעד, עני שאלה?
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: microground instant coffee אין שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

loyodea האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט פריעז דרייעד, עני שאלה?

פריעז דרייעד איז אינסטענט וואס איז אויבן אויף נישט קיין שאלה אבער ווי איינער האט אויבן אראפ געברענגט אז עס איז דא וואס מישן אריין 3% צומאלענע קאווע דארף מען וויסן צו אין די קאווע ליגט דאס נישט אריין געמישט
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: שבת - Brewed Coffee - כלי שלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

Unidentified האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
אין פלעין אידיש, מיר לייגען די קאווע שטויב אין אן האט קאפ, דאן נעמט מען מיט אן אנדער זויבערען קאפ וואסער פון די פורקילעיטאר און פון דעם גיסט מען אריין אינעם ערשטען.
ווי ווייט איך זעה, טוט אזוי רוב ציבור.


וואס עפעס זייער אסאך זענען חושש אויף מרסק ביים אריין גיסן די הייס וואסער אין די קאפ
וואס טוט מען מ'פילט אן א קאפ מיט הייס וואסער (אפילו כלי ראשון) און אין דעם לייגט מען אריין די קאווע (עס איז דא וואס ווילן זאגן אז דאס גייט אריין אין דעם וואס די שו"ע הרב האלט אז מען גייט בתר סופו וואס דעמאלט איז עס לח און עס איז שייך ביי דעם בישול אבער ווי די מציאות ווייזט אז ביי קאווע ווערט עס קודם הייס און דערנאך ווערט עס צו לאזט (לח) קומט אויס אפילו לויט די שו"ע הרב איז עס מותר)

שוב ראיתי במנחת יצחק שכתב דלדברי הרב דינו כדבר לח
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: microground instant coffee אין שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קאווע קלי הבישול?!
קאווע איז קלאר נישט קלי הבישול. אינסטענט קאפי, איז א ״שאלה״ אויב ס׳איז קלי הבישול.
קאווע באנדלעך איז קלאר נישט קלי הבישול, מען קען זיך דאס זייער לייכט אליינס איבערצייגן.
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: microground instant coffee אין שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

קען זיין אז איר זענט נישט פון די אין אנו בקיאין, אבער איך יא!

InkedKIMG0171_LI.jpg
InkedKIMG0171_LI.jpg (90.69 KiB) געזען 583 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”