כי עם קדוש אתה!

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

כי עם קדוש אתה!

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:27 pm

בעז"ה וועל איך אראפשרייבן איטליכע רעיונות וואס איז מיר בייגעפאלן בשעת'ן ליינען
די מפרשים מוטשען זיך אויפ'ן פסוק בנים אתם לד' אלקיכם לא תתגודדו וכו', כי עם קדוש אתה וכו'.
לכאורה איז שווער וואס הייבט דער פסוק אן "בנים אתם לד' אלקיכם". וואו קומט עס דא אריין.
האב איך געקלערט אזוי. די גמרא זאגט א מחלוקת צווישן ר"מ און ר"י, מיר אידן זענען בנים למקום אדער עבדים למקום. די גמרא בלייבט אז ווען ס'איז ישראל עושין רצונו של מקום איז בנים למקום, ווען ס'איז ליידער נישט איז עבדים למקום. (כ'געדענק נישט פונקליך כ'זאג נאך פון אויסענווייניג).
וואס איז טאקע פשט? אדער דאס אדער דאס!
נאר דער אמת איז אז ביידע. מיר זענען טאקע באליבטע בנים ביים אויבערשן כביכול, און ער האט אונז ליב אסאך מער ווי א טאטע האט ליב א זון, וואס יעדער טאטע קען מעיד זיין די געוואלדיגע אהבה צו א קינד, און דער אויבערשטער האט אונז אזוי שטארק ליב.
אבער! ס'איז דא נאך א חלק. ס'איז דא עבדים למקום. מיר זענען קנעכט. טאמער אונז פאלגמיר אלעס וואס דער טאטע הייסט זען מיר בנים, ווייל מ'פאלג מיר מחמת אהבה והערצה, אבער טאמער מ'פאלגט נישט און ס'מוז חלילה קומען עונשים ר"ל, דעמאלטס איז דאס בחינת עבדים למקום, ווייל פון טון דעם באשעפערס רצון קאן מען זיך נישט ארויסדרייען. בסך הכל קען מען ארומדרייען פון קינדער צו קנעכט, נו וועלכער בר דעת וויל דען נישט זיין א קינד ענדערש ווי א קנעכט?
*
ביי טייל מענטשן איז לעצטנס געוארן איינגעפירט אז מ'טראכט נאר פון די "בנים למקום". דער באשעפער האט אונז אזוי ליב און מיר קענען זינגען קומזיץ ניגונים און זיך דערנענטערן צו אים מיט נגינה און אהבה וכו' וכו'.
דאס איז טאקע אלעס אמת!
אבער מיט א תנאי, אז ס'איז עושין רצונו של מקום, אז מ'טוט אלעס דעם באשעפער'ס רצון, מ'היט זיך די אויגן, מ'האט שיעורים יעדן טאג, מ'דאונט מיט מנין פון אנהויבן ביזן סוף. אזא איינער קען זיך נעמען דעם קרוין אויפ'ן קאפ און זאגן "איך בין א זון פון מיין הייליגן טאטן דער רבונו של עולם!"
(אינטערעסאנט נאר ווי די אידן וואס זיצן און הארעווען אויף זיך האבן נישט אזויפיל צייט פאר קומזיצן און די סארט "עמאציאנען" וד"ל)
*
אז א קרוב שטארבט איז דאך עק וועלט. א מענטש ווערט מלא הרגשים פון טרויער און כעס און ער וויל זיך צורייסן די בגדים פון גרויס פארצווייפעלנישן. די תורה זאגט אונז אבער אן! בנים אתם לה' אלקיכם, ביסט מיר טאקע א באליבט קינד, אבער נעם נישט דיינע עמאציאנען צו א קלימאקס! איך געב דיר א תורה און איך זאג דיר פונקליך אן ביז ווען און פון ווען די זאלסט קלאגן אויף דיין קרוב. כי עם קדוש אתה לה' אלקיך, אונז זעמיר דעם באשעפערס א פאלק, א הייליג פאלק. מיר זענען א עם קדו"ש. אונז זענען פרוש פון איבערגעטריבענע קלאגרייען און זיפצערייען און איבערגעגאסענע התעוררות וואס קומט פון א נישט ערליך ווינקל.
כי עם קדוש אתה!

paper
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:38 pm

תגובהדורך paper » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:07 pm

;l;p-

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:42 pm

זייער שיין

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:51 am

Haklal האט געשריבן:זייער שיין


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט