איך ווייס נישט צו עס איז שוין ארומגערעדט דא אויף די וועלטל וועגן דעם
וואס איז די מנהג ביים מאכן א מעקה אויף א גראדע דאך ?
עס רעדט זיך וועגן א קאמערשעל בילדינג מיט סטעפס ארויף צום דאך
אויב מאכט מען א ברכה איז די שאלה וועלכע און אויב אויך א שהחיונו
אויך איז די שאלה ווען, אנהייב אדער ביים ענדיגן דעם געיט
אדער גאר ווען די בילדונג ווערט ראוי , דאס הייסט ווען ס'שוין א בית נישט א אפענע סטראקטור
און אויב ווערט עס געמאכט דורך אן אינו יהודי (גראדע א אידישע פירמע אבער די ארבייטערס זענען ערלים)
מיין ערשטע גוגל סורטש האט געוויזן א חילוקי דעות הרמב"ם והרוקח
ווייסט איינער די מנהג
ישר כח
מצות מעקה - ברכה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
א גראדע דאך איז ענדערש מחויב במעקה ווי א שיפע, וויבאלד עס איז ראוי לשימוש. די שאלה איז, ווען עס איז 'ראוי' לשימוש אבער נישט 'עשוי' לשימוש.
אבער א קאמערשל בילדינג איז זיכער נישט דא קיין חיוב 'מעקה', כמבואר בשו"ע (חו"מ תכ"ו א') 'והוא שיהיה בית דירה, אבל בית אוצרות ובית הבקר וכיוצא בהן אינו זקוק לו' (ועי' בנו"כ לענין הסתירה מדין מזוזה).
עס איז אבער דא א חיוב פון השמר לך ושמור נפשך, ושמרתם מאוד לנפשותיכם, ולא תשים דמים בביתך, אז עס זאל נישט זיין קיין שום דבר מסוכן. קומט אויס אז עס איז דא א חיוב צו מאכן א מעקה, נישט מדין מעקה, נאר מדין שמירה. און אויף די שמירה מאכט מען נישט קיין ברכה (חיי אדם כלל ט"ו סכ"ד).

- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

ראספשע האט געשריבן:לגבי א מעקה וואס ווער געמאכט דורך א גוי'אישע ארבייטער, איז דאך וועלטס בארימט דער באוויסטער מחנה אפרים, אז ביי א ארבעטער איז דא שליחות אפילו ביי א גוי, און ס'יז שלוחו כמותו
ריכטיג, אבער לעניין מעשה פסקנט מען ספק ברכות להקל און מען מאכט נישט קיין ברכה כמבואר לעיל אין דער ספר וואס איך האב ביי געלייגט.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.