נשמה האט געשריבן:אוי וויי טאטע האט געשריבן:די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים
וואס מיינט: מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים? וויאזוי טוט מען עס?
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
איך האב אמאל געטראכט אז אין די שטיקל פון 'הוי מקבל את כל האדם בספר פנים יפות' ליגט אויך אז א מענטש זאל זיין תמיד בשמחה. ווייל נאר אזוי איז גרינגער צו מקיים זיין דעם הוי מקבל את כל האדם בספר פנים יפות. האמיר נאך א סיבה פארוואס צו זיין תמיד בשמחה.
איך קלער אז די געשמאקע אטמאספער ווערט געשאפן דורך דעם וואס מ'איז אליין בשמחה און געשמאק מיט זיך אליין, מ'פארשטייט אז אלעס קומט פון אויבן און מ'האט הכנעה. קומט אויס פון דעם אויב א מענטש וויל ראטעווען די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות, זאל ער ארבעטן אויף שמחה. און דאס קען מען טון פריוואט מיט זיך אליין אן רעדן א ווארט צו די אינגווארג.
נאך א וויכטיגע זאך וואס איך קלער איז די ענין פון 'נישט אוועקמאכן' אפילו במחשבה א קינד. ס'דא צומאל ווען א טאטע זעהט זיין קינד מיט א ליכט פון: וויאזוי איך וואלט געוואלט אז דאס קינד זאל זיך אויפפירן אדער זיין. און דאס שאפט אז ער זאל אראפקוקען אויפן קינד, און דאס קינד פיהלט עס.
ווען א מענטש פלאנצט איין א בוים, און ער קומט צוריק די אנדערע וואך קוקען אויפן פלאנצונג, נע, אזוי קליינטשיג, אזא קטנות, נישט דאס האב איך געמיינט, און ער געט עס א צעטרעט. ער האט נישט צוטרעטן א קליין קוים יישיות'דיגן געוויקסל, ער האט צוטרעטן א גאנצע בוים.
יא אמת, די קליינע געוויקסל האט נישט קיין כח אין זיך זיך אקעגן צושטעלן און זאגן: צעטרעט מיך נישט, שוין מיך, צעווארף מיך נישט. זיי מיך נישט מטשטש. איך האב טאקע נישט קיין כח, און דו קענסט מיך זייער גרינג צעפליקן און בטל מאכן, קוים וואס איך נעם צאם מיינע כוחות צו בליען און איבערקומען די שוועריקייטן וואס שטערן מיין ערוואקסונג.
אויב מ'מאכט אוועק א קינד און מ'זאגט אויף אים אז ער איז נישט חשוב, אדער מ'טראכט אז דאס קינד איז נישט חשוב, בארירט מען נישט דאס קינד וויאזוי ער איז יעצט, מ'בארירט דאס קינד וואס וואלט געקענט אויסוואקסן. מ'דארף דערויף אכטונג געבן. ס'איז נישט קיין קלייניגקייט.
דער יצר הרע, די שטן, ארבעט נישט נאר אויפ'ן קינד אים אוועקצוכאפן אונטער זיינע שטעכעדיגע עקלדיגע הענט. שד-י קרע שטן. נאר ער קען ארבעטן פונקט אזוי אויפן טאטען וואס האט נישט קיין אהנונג פארוואס זיין קינד קריכט אים אפ פון וועג. השם ישמור
וויאזוי מאכט ער עס?
א גוטע וועג איז זייער סימפל. ער ציפט אונטער דעם טאטען, א ציפ, א שטעך, א ווייטאג, א עגמת נפש, עצבות אויף א עבירה'לע, א שארף ווארט פון א נאנטן, א זארג אויף די פירצת הדור, און נאכדעם זאגט ער פאר'ן טאטען: געב יעצט א שריי אויפן קינד. מאך א שווערע מצב. מאך עס העווי. פארעקל פאר'ן קינד צו לעבן. אדער: מאך אים אוועק.
מ'דארף וויסן אז מ'דארף זיך פון דעם היטן.
ווען די יצר הרע ארבעט אויף דיין קינד אים צו מאכן חוצפה'דיג, כדי צו מקיים זיין מה שנאמר חוצפה יסגי, ארבעט ער אויפן טאטען אויך, אז דער טאטע זאל אין זיך האבן חוצפה און נישט זיין צופרידן מיט השי"ת. און נישט האבן הכנעה דארט ווי ער פארלאנגט זיך, וואס עס רינט איבער צום קינד.
השם יתברך זאל העלפן אז מ'זאל וויסן ביי זיך אז אליין קען מען גארנישט.