וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 27, 2018 12:07 pm

איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!

ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)

אויב דאס איז דאס גאנצע וואס דו האסט מגיב צו זיין, דאן בין איך העכסט צופרידן....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 12:11 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!

ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)

אויב דאס איז דאס גאנצע וואס דו האסט מגיב צו זיין, דאן בין איך העכסט צופרידן....

מ'מוז דאך זיין אביסל ציניש אויך...

--
מיט דיינע וועטער בין איך מסכים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יוני 27, 2018 12:14 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס איז זיכער אז קינדער דארפן אסאך מאל א שטרענגע דיסציפלין און מען דארף זיי געבן א פעטשל אדער א אנדער עונש ווען מ'טוט א עבירה אדער חוצפה אדער שקר וכו', און מדארף זיי קלאר מחנך זיין אויף שכר ועונש נאך די 120, ווי עס שטייט אין אלע ספרים. קינדער האבן נישט די שכל פון ערוואקסענע צו פארשטיין די אינערלכיע גרויסקייט און חשיבות פון טון מצוות און זיין א איד, אדער די שכר אין 120 יאר ארום.....
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אבער מיר מישן דא אביסל ארום פון גרויסע מענטשן.... יא אונז טאטעס.... ווי אזוי "מיר" קוקען אן אידישקייט. דאס טאר נישט זיין געבויעט אויף עונש. סיי ווייל מיר זענען קלוגער פון דעם. און סיי ווייל דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון עבודת ה' כראוי. מיר קענען זיך פארטיפן אין פארשטיין אביסל די חשיבות פון זיין א איד און מאכן א נח"ר פארן רבש"ע. מיר האבן גענוג ספרים און לימודים איבער די געוואלדיגע אהבה וואס דער באשעפער האט צו אונז און די חשיבות פון יעדע קליינע מצוה וואס זאל אונז מאכן וועלן דינען די באשעפער און נישט זוכן אנדערע גליקן. אבער אזוי ווי די יצר הרע שלאפט נישט און זוכט אונז אפציקילן פון די מחשבות און אונז פארטושן מיט די תאוות העולם השפל הזה ע"כ מוז מען אויך האבען דעם פחד פון דעם עונש ביי די זייט, און ווען עס פאסירט א אומגליק זיך מתבונן זיין ווי שטיי איך אויף די וועלט פארוואס שיקט דער באשעפער די שוועריגקייטן אא"וו, אבער נישט אז מען זאל זיין ביזי טאג און נאכט און מיט דעם און נאר זיך היטן פון א עבירה וועגן די עונש (אדער פיער פרעשער....) נאר כסדר זאל מען טראכטן פון אונער חשיבות אשרינו מה טוב חלקינו וכו'. ויש להאריך עוד.

שקר ווי די עבודה זרה!!
קינדער און עלטערן דארפן ביידע ארויסהאבן דעם יסוד היהדות מיט א ברירות! און אויב איז מען מחנך די קינדער מיט די פרטים ווי רב אויערבאך זאגט, דאן וועט דאס גאנצע יודישקייט באשטיין אויף די עטליכע פרטים ולא יותר, און אז מארגן וועט דער טאטע שרייען אז מיין קינד איז אראפ פון יודישן וועג! ער האט געלייקנט אינעם אייבירשטן! וכדו', זאלט איר וויסן אז דער טאטע זאגט ליגנט.....

וואס שרייסטו אזוי ??? שקר ??? עבודה זרה????

דער מנהל האט מיר מעתיק געווען א טוץ מיט ספרים ווי עס שטייט עאז ממוז מחנך זיין די קינדער מיט א פחד פאר א עונש, האב איך געזאגט פשוט אז לא פליגי. מען דארף טאקע מחנך זיין די קינדער אבער ביי זיי דארף מען טאקע מער מחנך זיין אויף למעשה ווייל זייער שכל איז נאך צו קליין צו פארנעמען כלשונך "די יסוד היהדות מיט א ברירות".

אפשר וועל איך באלד מעתיק זיין די ספרים פון מיין אישי קעסטל

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 27, 2018 12:23 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס שרייסטו אזוי ??? שקר ??? עבודה זרה????

דער מנהל האט מיר מעתיק געווען א טוץ מיט ספרים ווי עס שטייט עאז ממוז מחנך זיין די קינדער מיט א פחד פאר א עונש, האב איך געזאגט פשוט אז לא פליגי. מען דארף טאקע מחנך זיין די קינדער אבער ביי זיי דארף מען טאקע מער מחנך זיין אויף למעשה ווייל זייער שכל איז נאך צו קליין צו פארנעמען כלשונך "די יסוד היהדות מיט א ברירות".

אפשר וועל איך באלד מעתיק זיין די ספרים פון מיין אישי קעסטל

קום כל איך שריי נישט, סקען זיין אז דו האסט עס אזוי אויפגענומען....
צווייטנס וועלן אייערע העתקות לכאורה זיין אביסעלע איבריג, ווייל איך האב נישט געשריבן אז מען זאל נישט מחנך זיין איבער שכר ועונש, וואס איך האב געשריבן איז: אז די קינדער דארף מען יא מחנך זיין מיט די יסודות היהדות, און אודאי האב איך נישט געמיינט אז מען זאל אריינגיין מיט זיי אין דקות'דיגע און טיפע ענינים און עבודות, איך האב גערעדט פון פשוטע זאכן וואס יעדעס קינד דארף וויסן סימפל"י בלויז כדי ער זאל וויסן און פארשטיין וואס איז דאס א באשעפער און וואס איז דאס א וועלט און וואס איז דאס א איד!!! א שטייגער ווי די ערשטע 3 אני מאמינ'ס, וכדו'.
קען זיין אז ביי אייך מיינט יסוד היהדות עפעס אנדערש וואס ביי מיך, און וועגן דעם האלטט איר וואס איר האלטט.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום מיטוואך יוני 27, 2018 12:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 12:28 pm

אינגווארג מיינט מען נאר קינדער אונטער די בר מצוה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 27, 2018 12:30 pm

איינס האט געשריבן:אינגווארג מיינט מען נאר קינדער אונטער די בר מצוה?

בנוגע וואס?
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 12:45 pm

איך זעה די שמועס איז צו ממעג רעדן מיט קינדער וועגן יסודי היהדות, און וויפל ממעג וכו', וכן וועגן חינוך, אלעס דריידט זיך ארום קינדער, און ווי סזעהט אויס פון די שרייבערס רעדן זיי פון קליינע קינדער.
כאפ איך אבער נישט, ווייל די גליטשן איז גאר ביי די אינגווארג וואס זענען שוין אביסל עלטער...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג יולי 13, 2018 4:45 pm

די אינגערע זענען גיווענטליך נאך מער תמימותדיג
די בחורים זיי (פארשטייען שוין אלעס)
ביי זיי איז די מערסטע שכיח אוועקצופאלן
מברויך האבן גרויס רחמי שמים
טון האלטן אן אויג
יעדע טאטע זאגט מיין בחור?עהה קיינמאל
איך האב שוין מיטגעהאטן אסאך מאל אזאנע מעשוית ווין עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:29 pm

ווייזט אויס אז די נסיונות זענען שוין פארמיטן געווארן, סוי מען קען שוין פארמאכן דעם אשכול....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 8:40 pm

נשמת השכל האט געשריבן:ווייזט אויס אז די נסיונות זענען שוין פארמיטן געווארן, סוי מען קען שוין פארמאכן דעם אשכול....

אוי נשמת נשמת כל חי, נשמת נשמת כל חי, תברך את שמך... וכו'.
די וועג צו פרובירן פארמיידן די נסיונות איז אויך אז מ'זאל זיין א גוטע נאנטע טאטע מאמע וואס געט ליבשאפט. דאס קינד דארף וויסן אז די סביבה 'די לופט' געט גענוג סיפוק, אז מ'זאל עס נישט דארפן זוכן ערגעץ אנדערש. אדער גאר אנטלויפן דערפון. והשם הטוב יעזור. דער עיקר איז תפילה. און סיעתא דשמיא.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:42 pm

נשמה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:ווייזט אויס אז די נסיונות זענען שוין פארמיטן געווארן, סוי מען קען שוין פארמאכן דעם אשכול....

אוי נשמת נשמת כל חי, נשמת נשמת כל חי, תברך את שמך... וכו'.
די וועג צו פרובירן פארמיידן די נסיונות איז אויך אז מ'זאל זיין א גוטע נאנטע טאטע מאמע וואס געט ליבשאפט. דאס קינד דארף וויסן אז די סביבה 'די לופט' געט גענוג סיפוק, אז מ'זאל עס נישט דארפן זוכן ערגעץ אנדערש. אדער גאר אנטלויפן דערפון. והשם הטוב יעזור. דער עיקר איז תפילה. און סיעתא דשמיא.

אוי נשמה ווי ביסטו!!!????
דו שרייבסט אויך???? דאס איז גארנישט קיין אויך! דאס איז די זאך וואס עלטערן דארפן טוהן!
גיבן אהבה, און לעבן פאר די קינדער מיט די יסודות פון א יוד באמת, אויף אן אופן אז די קינדער זאלן עס מיטלעבן, די 2 זאכן זענען לענ"ד די 2 ערשטע און לעצטע זאכן וואס א יעדע טאטע איז מחיוב צו טוהן פשוט פאר השתדלות אז זיינע קינדער זאלן וואקסן געזונט און ערליך!
און יעדע אנדערע זאך/טיפ/עצה/מהלך, וואס ווערט גערעדט וועגן חינוך, איז אדער נכלל אין די 2 זאכן [כגון, דאס וואס דער פותח האשכול האט ערווענט, דהיינו, עקסעפטנ"ס] אדער איז א גוטע געדאנק אבער נישט קיין יסוד.

אוודאי איז דא מהלכים און דיסציפלין וכדו', אבער נישט דאס איז חינוך, סאיז אלעס וועגן וויאזוי אנצוקומען צו קענען בכלל מחנך זיין, אבער חינוך איז דאס וואס מיר האבן גערעדט.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
מחשב
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 10:20 pm

נשמת השכל האט געשריבן:דאס איז די זאך וואס עלטערן דארפן טוהן!

קוק אהער. א נארמאלע געזונטע טאטע, טוט דאס! א טאטע זוכט צו געבן ליבשאפט פאר זיינע קינדער, ער וויל עס, ווייל ער דארף ערגעץ ווי אויסגעבן זיינע פאטערליכע געפילן, ער בענקט צו זיינע קינדער, אויב טוט ער עס נישט, איז, אדער איז ער א קראנקער מענטש, וואס זיינע הרגשים זענען נישט אנטוויקלט, אדער צוקוועטשט. אדער איז דער טאטע, אזא מין קאלטער נאטור, מער א פראקטישער ווי א געפילישער, דאס מיינט אז ער געט ליבשאפט לויט ווי אזוי ער פילט עס, און אויב די קינד איז די זעלבע נאטור ווי אים איז נישט געפערליך, עס וועט זיי גארנישט פעלן בעזהשי"ת.

דאס "מעורר" זיין דעם עולם אויף צו געבן ווארימקייט פאר די קינדער, באדייט צוויי זאכן,
1) אז דער טאטע זאל נישט טוען קיין פעולות וואס שלעפן אים אוועק בעל כרחו פון צו געבן די געפילן, ווי למשל זיין ביזי מיט אנדערע זאכן אין דער צייט וואס ער דארף פארברענגן מיט די קינדער.

2) אז דער טאטע וואס האט א פראבלעם זאל כאפן אז עפעס גייט פאר מיט אים, ער קען עפעס נישט ארויסגעבן זיינע געפילן פאר זיינע קינדער. און מ'דארף רחמי שמים מרובים אז עפעס זאל נאך ווערן דערפון, איך בין סקעפטיש צו ער גייט זיך טוישן וועגן דעם.

אבער פאר א נארמאלע מסודר'דיגע טאטע, דארף מען דאס נישט זאגן, ער טוט עס.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:59 pm

מחשב האט געשריבן:אבער פאר א נארמאלע מסודר'דיגע טאטע, דארף מען דאס נישט זאגן, ער טוט עס.

אמת. אבער זעהט זיך אויס אז עס איז דא היבש ווייניג פון די סארט....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט