וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 3:00 pm

farshlufen האט געשריבן:

עוד ממנו בענין הנ"ל

"זייער" "זייער" "זייער" שטארק - ישר כח!!

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 3:08 pm

למעשה גערעדט אט מען ארויף געברענגט א סעלושן דא, אדער די קעפל מיינטנ צו זאגן אז ס'איז טאקע נאר א שאלה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 3:21 pm

farshlufen האט געשריבן:

עוד ממנו בענין הנ"ל

מענין לענין באותו ענין וויל איך מיטיילן מיטן ציבור משל נפלא ששמעתי מהרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א (עטליכע צוואנציג יאר צוריק...) בנוגע שכר ועונש אדער אהבה וכפרת עוונות.

ראובן איז געווען שולדיג פאר שמעון 1000 דאללער, שמעון האט געהאלטן און איין בעטן ראובן'ן 'געב מיט צוריק די געלט' אבער ראובן האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, און פשוט זיך אויסגעלאכט פון שמעון, אזוי גייט דורך טאג נאך טאג און ראובן לאכט זיך אויס.
איין טאג, שמעון האלט עס שוין נישט אויס, גייט ער צו צו ראובן און כאפט אוועק זיין הוט און זאגט אים 'געב מיך שוין צוריק די 1000 דאלער. ברוב חצפתו דרייט זיך ראובן אויס צו שמעון און זאגט אים "אקעי, איך בין דיך שוין מער נישט שילדיג 1000 דאלער, יעצט בין איך דיר נאר שילדוג 900 דאללער ווייל די הוט איז ווערט 100 דאללער...
יעדער פארשטייט די פרעכיגע חוצפה פון דעם ראובן, און פארשטייט זיך אליין אז מ'נעמנט נישט אראפ די 100 פונעם חוב.

אבער אויב איז די מעשה אז ראובן זעהט אז שמעון מיינט עס זייער ערענסט, און ראובן הייבט אן צו זיך איבערקלערן אז סוף כל סוף וועט מען דאך דארפן באצאלן, זאגט ער פאר שמעון בהכנעה "שמעון, איך בעט דיר, איך ווילט טאקע באצאלן די חוב אבער עס איז מיר זייער שווער צו באצאלן די גאנצע אויפאיינמאל, לאמיר זיך אראפזעצן און מאכן א פעימענ"ט פלע"ן. און אזוי זיצענדיג מיט הכנעה דערמאנט ער פאר שמעון אז אויך די הוט וואס ער האט אים אוועקגענומן איז ווערט 100, אוודאי וועט אים שמעון זאגן "אקעי נעם עס אראפ פונעם חוב".

די זעלבע איז מיט די עונשים וואס די אייבערשטער שיקט פאר א מענטש אויף די וועלט. אוודאי האט די אייבערשטער זייער ליב יעדן איד, און די אלע שווערקייטן פונעם מענטש איז כפרת עוונות טאקע ווייל דער אייבערשטער האט דיך ליב.
דאס איז אבער נאר ווילאנג די מענטש זעצט זיך אראפ בהכנעה און זאגט פארן אייבערשטען איך וויל זיך פארעכטן, עס איז מיר זייער שווער, איך וועל פראבירן צוביסלך, דעמאלץ זאגט די אייבערשטער אז דיינע אלע שוועריקייטן וועל איך אראנעמן פונעם חשבון. אבער אויב די מענטש זאגט שלום עלי נפשי - אי"י לאו"ו י"א גא"ד - און לכבוד דעם איז ער בבחינת 'אכול ושתה כי מחר נמות' אויף דעם זאגן שוין חז"ל "כל האומר הקב"ה ותרן וכו'..."

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 3:24 pm

איינס האט געשריבן:למעשה גערעדט אט מען ארויף געברענגט א סעלושן דא, אדער די קעפל מיינטנ צו זאגן אז ס'איז טאקע נאר א שאלה?

די סעלושן זאגן שוין חז"ל
"בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין"
און ווי די ספרי מוסר זאגן שוין אז די גרעסעט מומחה פון א זאך איז דער וואס האט עס באשאפן, און אז דער אייבערשטער זאגט "איך האב באשעפן דעם יצר הרע" דאס מיינט איך קען אום דורך און אדרוך, און איך זאג ענק "די תבלין פאר דעם איז 'תורה'"
(אמת, גרינג געזאגט ווי געטוהן...)

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 3:28 pm

איתמר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:למעשה גערעדט אט מען ארויף געברענגט א סעלושן דא, אדער די קעפל מיינטנ צו זאגן אז ס'איז טאקע נאר א שאלה?

די סעלושן זאגן שוין חז"ל
"בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין"
און ווי די ספרי מוסר זאגן שוין אז די גרעסעט מומחה פון א זאך איז דער וואס האט עס באשאפן, און אז דער אייבערשטער זאגט "איך האב באשעפן דעם יצר הרע" דאס מיינט איך קען אום דורך און אדרוך, און איך זאג ענק "די תבלין פאר דעם איז 'תורה'"
(אמת, גרינג געזאגט ווי געטוהן...)

און פארשטייט זיך ח"ו נישט תורה וואס רופט זיך מורה נבוכים אדער שער היחוד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יוני 26, 2018 3:29 pm

farshlufen האט געשריבן:

סתם להערה בעלמא, דער "איינער פון די פריערדיגע צדיקים" וואס ער זאגט נאך צום סוף לגבי ראשית חכמה איז געמאכט געווארן צו מקרב זיין צום אויבערשטן, איז הרה"ק מהרנ"ת מברסלב זי"ע. כ'ווייס נישט וואס ער האט מורא צו זאגן דעם נאמען, ממה נפשך.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יוני 26, 2018 3:47 pm

איתמר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:

עוד ממנו בענין הנ"ל

"זייער" "זייער" "זייער" שטארק - ישר כח!!

עס איז זיכער אמת וואס ער זאגט
אבער ווילען\קענען מיר פארגלייכן היינטיגע דור מיט די דור דעה וואס האט געלעבט פנים אל פנים מיט משה רבינו....................?????
דארט איז געווען א מין דערהויבענקייט וואס אונז קענען נישטאמאל משיג זיין!!!! די אידן זענען געווען ברום המעלה און אלע אומה"ע זענען געווען אין שאטן פון די אידישע פאלק!!!

היינט זענען מיר אלע צוקלאפטע נשמות און די הסתרה בתוך הסתרה איז שרעקלעך שטארק, מיר זענען דערנידערט - אשמנו מכל עם בושנו מכל דור
היינט דארף מען חיזוק, און אסאך!!!!
כהאב לעצטענס געהערט פון א מגיד בדרך צחות, וראוי לענינינו,
מיר זאגן ביי דאווענען - משפיל גאים עדי ארץ ומגביה שפלים עדי מרום. אבער משפיל זיין שפלים איז זיכער נישט קיין עסק....

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 3:54 pm

ווער האט געזאגט אז מ'דארף נישט היינט קיין חיזוק???
מ'זאגט נאר אז אויב איז מען נאר ביזי מיט חיזוק בלייבט מען א חוזק!!!
אוודאי דארף מען חיזוק, אבער צוליב דעם זאגן אז לית דין ולית דיין, חס ושלום!!!!!

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 3:56 pm

און שוין ווייטער וויל מען זיך גוט פילן מיטן אויסרייד "היינטיגע צייטן"...
דאס איז פון די גרעסטע עצת היצר'ס!

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 3:56 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
איתמר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:

עוד ממנו בענין הנ"ל

"זייער" "זייער" "זייער" שטארק - ישר כח!!

עס איז זיכער אמת וואס ער זאגט
אבער ווילען\קענען מיר פארגלייכן היינטיגע דור מיט די דור דעה וואס האט געלעבט פנים אל פנים מיט משה רבינו....................?????
דארט איז געווען א מין דערהויבענקייט וואס אונז קענען נישטאמאל משיג זיין!!!! די אידן זענען געווען ברום המעלה און אלע אומה"ע זענען געווען אין שאטן פון די אידישע פאלק!!!

היינט זענען מיר אלע צוקלאפטע נשמות און די הסתרה בתוך הסתרה איז שרעקלעך שטארק, מיר זענען דערנידערט - אשמנו מכל עם בושנו מכל דור
היינט דארף מען חיזוק, און אסאך!!!!
כהאב לעצטענס געהערט פון א מגיד בדרך צחות, וראוי לענינינו,
מיר זאגן ביי דאווענען - משפיל גאים עדי ארץ ומגביה שפלים עדי מרום. אבער משפיל זיין שפלים איז זיכער נישט קיין עסק....

האב איך געהערט לעצטנס א גוט ווארט
איך געדענק נישט אויף וועלכע רב מדרציילט דאס.
עס איז געעון א רב אין א אשכנזישע שטעטל און מהאט איהם גערופן צו זיין רב אין א חסידישע שטעטל, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט גיין, ווייל ביי די אשכנזים זאגט מען ביים דאווענען משפיל גאים, אבער ביי די חסידים לייגט מען צו "עדי ארץ", און דאס וויל ער שוין נישט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יוני 26, 2018 4:15 pm

Goodmorning האט געשריבן:איר זאגט אז מען טאר נישט רעדן פון שכר ועונש בכלל, אויב קען איך ליינען אידיש.... איך פארשטיי אז מען דארף איבערוועגן די פאזאטיוויטי אסאך מער ווי דערציילן און דערשרעקן, אבער בעת נסיון דארף ארויסקומען די איינגעבאקענע פחד פונעם עונש ווייל נישט אייביג איז אהבת השם גענוג ווען עס ברענט די יצר הרע.

נישט געזען איבער וואס די רעדע איז נאר סתם לעצם הענין אז מ'רעדט שוין דערפון, מערערע מאל געהערט אין גדי לעצטע תקופה אז פארשווייגן שכר ועונש וואלט געווען א לעזונג וכו' מיט יעדע מין אאויסדרוק וויאזוי מען ברענגט עס ארויס, ווען זיי זאגן אן די קינדערלעך נישט צו קראסן אליין די קינדערלעך דערמאנען זיי אויך נישט אז א קאר קען ח"ו איבערפארן און מאכן א ריזיגע בובו וכדומה, אדער פשוט ווייל ווער ס'קראסט נישט אליין גייט באקומען א לאלי פאפ? בעצם טו איך נישט אין חינוך פעלד, איך שרייב עס אבער ווייל נאכן רעדן מיט עטליכע דערוועגן שיינט מיר עס אלס א דינער סניף פון חסרון אמונה באמונת שכר ועונש, דעם גרויסן טראק אויפן ראוד זעט דער קינד יא, זאג אים (נאכדעם וואס דו אליינס - כ'מיין חלילה נישט אונזערע חברים דא - גלייבסט דערין) אז ומעניש למי שיעבור על מצותיו איז אויך א פאקט. געזען אמאל אז הרה"ק ר' נחמן מברעסלאוו זי"ע האט געזאגט אמאל פאר א קינד דו וואלסט אריינגעלייגט דיין האנט אין א פייער, האט ער געענטפערט אוודאי נישט, כ'וועל זיך ח"ו אפבריען, האט ער געזאגט פאר יעדע עבירה ברענט מען. (איך מיין נישט אנצוהייבן וויכוחים און אין אסאך פלעצער שרייב איך בכלל נישט קיין מיינונג ווייל איך ציטער פון דעבאטע'ס אפי' ווען יש מי על מה לסמוך ובמה לחזק את דבריי הקודמים, איך רעד פון די אנגענומענע לעזונג ביי מאנכע צו פארשווייגן שכר ועונש פאר קינדער מכלל וכלל - ווען דאס קינד צינדט אן א לעקטער שבת (נמביגד"פ) טאר מען נישט דערמאנען גיהנם, אבער ווען ער קומט מיט מעראסטיגע שיך אויפן אויסגעגלאנצטן פאדלאגע ווייסט ער אז ער וועט כאפן צוויי פעטש, גייט עס אים אריין אין די ביינער). #מיינונג פון איין פערזאן, אונטערן איינדרוק פון עטליכע שמועסן וואס האבן אים געברענגט אנטריסונג.

צוריק צום ענין דא און א ייש"כ פארן געבן (בעסער געזאגט: לאזן - אדער נישט לאזן - זיך אליין נעמען) א פלאץ זיך אויסצוגעבן.

נאך א קלייניקייט, דאס האב איך פריער געשריבן און גשיקט אבער ביים זעהן אז ס'איז עפעס נישט אדורך בין איך אריין עס זוכן צו עס איז טאקע נישט געשיקט געווארן האב איך געזען דא און אין די לעצטע עטליכע בלעטער א גאנצע דין ודברים איבער די נקודה, איך האב עס גגעשריבן סתם ביים עפענען און זעהן דעם שטיקל אויף וואס איך האב מגיב געווען ווי ער בארירט דאס ענין אן מיטהאלטן דעם וויכוח, ממילא דארף מען זיך נישט צוטוהן מאכן פון א השקפה ראשונה, ואני את נפשי הצלתי האפנטליך בעז"ה.

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 4:26 pm

לסיכום הדברים (אויף ביז דערווייל) איז צוריק צו גיין צום אלטן יסוד פון אלע חסידישע, השקפה'דיג פלעצער, אז:
אהבה אן יראה
און יראה אן אהבה
קען נישט ארבעטן!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 26, 2018 4:27 pm

איינס האט געשריבן:עס איז געעון א רב אין א אשכנזישע שטעטל און מהאט איהם גערופן צו זיין רב אין א חסידישע שטעטל, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט גיין, ווייל ביי די אשכנזים זאגט מען ביים דאווענען משפיל גאים, אבער ביי די חסידים לייגט מען צו "עדי ארץ", און דאס וויל ער שוין נישט.

ולפעד"נ אז דער וואס האט די ווארט אויסגעטראכט האט מעולם נישט טועם געווען א כי הוא זה פון סיי-וועלכע חסידות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 4:32 pm

farshlufen האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:עס איז געעון א רב אין א אשכנזישע שטעטל און מהאט איהם גערופן צו זיין רב אין א חסידישע שטעטל, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט גיין, ווייל ביי די אשכנזים זאגט מען ביים דאווענען משפיל גאים, אבער ביי די חסידים לייגט מען צו "עדי ארץ", און דאס וויל ער שוין נישט.

ולפעד"נ אז דער וואס האט די ווארט אויסגעטראכט האט מעולם נישט טועם געווען א כי הוא זה פון סיי-וועלכע חסידות.

נעם נישט אזוי ערנסט זאכן
איך האב עס געהערט פון א חסידישע רבי דערציילן, און דער עולם ארום האט זיך פיין אונטערגעהאלטן (מיט איהם צוזאמן)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יוני 26, 2018 4:48 pm

איתמר האט געשריבן:לסיכום הדברים (אויף ביז דערווייל) איז צוריק צו גיין צום אלטן יסוד פון אלע חסידישע, השקפה'דיג פלעצער, אז:
אהבה אן יראה
און יראה אן אהבה
קען נישט ארבעטן!!!

דאס איז 100% אמת אבער נישט ממש 50/50
פאראן דורות וואס פאדערט (און קען פארנעמען) מער יראה און דורות וואס דארף מער אהבה און חיזוק.
אבער קלאר אז מען דארף ביידע.
און דער ברטנורא שרייבט עס קלאר אים פרקי אבות א'
ויהי מורא שמים עליכם. אע"פ שאתה עובד מאהבה עבוד ג"כ מיראה. שהעובד מאהבה זריז במצות עשה, והעובד מיראה נזהר ממצות לא תעשה, ונמצאת דעבודתו שלימה. וכן אמרו חז"ל, עבוד מאהבה עבוד מיראה. עבוד מאהבה, שאם באת לשנוא דע שאתה אוהב ואין אוהב שונא. עבוד מיראה, שאם באת לבעוט דע שאתה ירא ואין ירא בועט, עכלה'ק.

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 4:49 pm

און אויב ווייסט ער נישט פון וועמען צו מורא האבן און וועמען צו ליב האבן, קענסטו באקן און האקן און ווען סקומט א שעת נסיון האט ער טאקע אהבה מיט יראה פון זיך אליין און טוט וואס זיין הארץ באגערט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יוני 26, 2018 5:00 pm

קענסט מסביר'ן וואס די האסט דא געשריבען???

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 26, 2018 5:05 pm

אולי, אז אפי' די אלע וואס שרייען "איי לאוו יא גאד" מיינען זיי צו זאגן "איי לאוו מייסעלף..."
(כידוע איינער האט געזאגט 'איך האב זייער ליב פיש' האט מען אים געפרעגט "אויב אזוי פארוואס עסטו עס אויף..." אלא מאי "האסטוך אליינס זייער ליב" וד"ל

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:קענסט מסביר'ן וואס די האסט דא געשריבען???

אויב איז ער נישט אויסגעבויעט אין אמונה, נאר ער ווייסט אז מדארף ליב האבן און מורא האבן פון גאט, סא ווען סקומט די פראבלעמען וואס איתמר האט ארויף געברענגט, העלפט עס גארנישט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דינסטאג יוני 26, 2018 6:00 pm

איתמר האט געשריבן:לסיכום הדברים (אויף ביז דערווייל) איז צוריק צו גיין צום אלטן יסוד פון אלע חסידישע, השקפה'דיג פלעצער, אז:
אהבה אן יראה
און יראה אן אהבה
קען נישט ארבעטן!!!

גראדע איז די מימרא אנדערש, מובא בספר 'בית אהרן', וז"ל יראה אן אהבה איז נישט קיין שלימות, אהבה אן יראה איז גארניט

ובדרך אגב, "אהבה ויראה" איז נישט דאס וואס ווערט דא ארומגערעדט אלס "שכר ועונש",
אהבה ויראה איז א תמידיות'דיגע עבודה, דאס עצם התפעלות פון גדלות השם איז אהבה ויראה,
משא"כ "שכר ועונש" -דאס הייסט ג"ע גיהנום- איז א אמצעי פאר עמידה בנסיונות און נישט קיין תמידיות'דיגע 'עבודה', (כאטש עס איז יא א חלק ה'אמונה' בתמידיות ודו"ק)
וכפי שכבר רמזתי לעיל.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יוני 27, 2018 11:21 am

איך האב געהאט א שטיקעל שמועס מיט א פון די מנהלים אין אישי
איך מיין איך וועל שרייבן מיין פוינט דא בקיצור ותן לחכם ויחכם עוד

לדעתי מישט מען דא אביסל די ענין פון חינוך פאר קינדער און דער בליק אויף אידישקייט בכלליות אפילו פאר עלטערע

עס איז זיכער אז קינדער דארפן אסאך מאל א שטרענגע דיסציפלין און מען דארף זיי געבן א פעטשל אדער א אנדער עונש ווען מ'טוט א עבירה אדער חוצפה אדער שקר וכו', און מדארף זיי קלאר מחנך זיין אויף שכר ועונש נאך די 120, ווי עס שטייט אין אלע ספרים. קינדער האבן נישט די שכל פון ערוואקסענע צו פארשטיין די אינערלכיע גרויסקייט און חשיבות פון טון מצוות און זיין א איד, אדער די שכר אין 120 יאר ארום..... עס מוז באקומען באגלייט מיט פאקטישע, באַלדיגע קענדיס אדער פעטש...... אודאי אינאיינעם מיט "עקסעפטענס" ווי יליד מאנסי זאגט, אבער דאס איז נישט קיין סתירה

אבער מיר מישן דא אביסל ארום פון גרויסע מענטשן.... יא אונז טאטעס.... ווי אזוי "מיר" קוקען אן אידישקייט. דאס טאר נישט זיין געבויעט אויף עונש. סיי ווייל מיר זענען קלוגער פון דעם. און סיי ווייל דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון עבודת ה' כראוי. מיר קענען זיך פארטיפן אין פארשטיין אביסל די חשיבות פון זיין א איד און מאכן א נח"ר פארן רבש"ע. מיר האבן גענוג ספרים און לימודים איבער די געוואלדיגע אהבה וואס דער באשעפער האט צו אונז און די חשיבות פון יעדע קליינע מצוה וואס זאל אונז מאכן וועלן דינען די באשעפער און נישט זוכן אנדערע גליקן. אבער אזוי ווי די יצר הרע שלאפט נישט און זוכט אונז אפציקילן פון די מחשבות און אונז פארטושן מיט די תאוות העולם השפל הזה ע"כ מוז מען אויך האבען דעם פחד פון דעם עונש ביי די זייט, און ווען עס פאסירט א אומגליק זיך מתבונן זיין ווי שטיי איך אויף די וועלט פארוואס שיקט דער באשעפער די שוועריגקייטן אא"וו, אבער נישט אז מען זאל זיין ביזי טאג און נאכט און מיט דעם און נאר זיך היטן פון א עבירה וועגן די עונש (אדער פיער פרעשער....) נאר כסדר זאל מען טראכטן פון אונער חשיבות אשרינו מה טוב חלקינו וכו'. ויש להאריך עוד.

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 11:25 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:לדעתי מישט מען דא אביסל די ענין פון חינוך פאר קינדער און דער בליק אויף אידישקייט בכלליות אפילו פאר עלטערע

די קעפל זאגט: וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?
מ'רעדט נישט פון חינוך בכללות, נאר אז די פראבלעם פון די אינגערע איז אז די עלטערע זענען נישט אויסגבויעט און יסודות הדת און אטאמאטיש גייט עס נישט אריבער צו די קינדער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 27, 2018 11:34 am

איינס האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:לדעתי מישט מען דא אביסל די ענין פון חינוך פאר קינדער און דער בליק אויף אידישקייט בכלליות אפילו פאר עלטערע

די קעפל זאגט: וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?
מ'רעדט נישט פון חינוך בכללות, נאר אז די פראבלעם פון די אינגערע איז אז די עלטערע זענען נישט אויסגבויעט און יסודות הדת און אטאמאטיש גייט עס נישט אריבער צו די קינדער.

ריכטיג ;l;p-
די אידישקייט פון די עלטערן מיט די אידישקייט פון די קינדער איז איינס!!!!!!!!!!!! ווי שוין ערווענט דא כמה פעמים..... וכמה דמים כבר נשפכו דורך די עלטערן וואס האבן געפאדערט פון די קינדער אז זיי זאלן זיין עפעס וואס זיי אליינס זענען נישט..... וד"ל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 27, 2018 11:52 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס איז זיכער אז קינדער דארפן אסאך מאל א שטרענגע דיסציפלין און מען דארף זיי געבן א פעטשל אדער א אנדער עונש ווען מ'טוט א עבירה אדער חוצפה אדער שקר וכו', און מדארף זיי קלאר מחנך זיין אויף שכר ועונש נאך די 120, ווי עס שטייט אין אלע ספרים. קינדער האבן נישט די שכל פון ערוואקסענע צו פארשטיין די אינערלכיע גרויסקייט און חשיבות פון טון מצוות און זיין א איד, אדער די שכר אין 120 יאר ארום.....
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אבער מיר מישן דא אביסל ארום פון גרויסע מענטשן.... יא אונז טאטעס.... ווי אזוי "מיר" קוקען אן אידישקייט. דאס טאר נישט זיין געבויעט אויף עונש. סיי ווייל מיר זענען קלוגער פון דעם. און סיי ווייל דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון עבודת ה' כראוי. מיר קענען זיך פארטיפן אין פארשטיין אביסל די חשיבות פון זיין א איד און מאכן א נח"ר פארן רבש"ע. מיר האבן גענוג ספרים און לימודים איבער די געוואלדיגע אהבה וואס דער באשעפער האט צו אונז און די חשיבות פון יעדע קליינע מצוה וואס זאל אונז מאכן וועלן דינען די באשעפער און נישט זוכן אנדערע גליקן. אבער אזוי ווי די יצר הרע שלאפט נישט און זוכט אונז אפציקילן פון די מחשבות און אונז פארטושן מיט די תאוות העולם השפל הזה ע"כ מוז מען אויך האבען דעם פחד פון דעם עונש ביי די זייט, און ווען עס פאסירט א אומגליק זיך מתבונן זיין ווי שטיי איך אויף די וועלט פארוואס שיקט דער באשעפער די שוועריגקייטן אא"וו, אבער נישט אז מען זאל זיין ביזי טאג און נאכט און מיט דעם און נאר זיך היטן פון א עבירה וועגן די עונש (אדער פיער פרעשער....) נאר כסדר זאל מען טראכטן פון אונער חשיבות אשרינו מה טוב חלקינו וכו'. ויש להאריך עוד.

שקר ווי די עבודה זרה!!
קינדער און עלטערן דארפן ביידע ארויסהאבן דעם יסוד היהדות מיט א ברירות! און אויב איז מען מחנך די קינדער מיט די פרטים ווי רב אויערבאך זאגט, דאן וועט דאס גאנצע יודישקייט באשטיין אויף די עטליכע פרטים ולא יותר, און אז מארגן וועט דער טאטע שרייען אז מיין קינד איז אראפ פון יודישן וועג! ער האט געלייקנט אינעם אייבירשטן! וכדו', זאלט איר וויסן אז דער טאטע זאגט ליגנט..... ווייל דאס קינד האט נישט געלייקנט, ווייל מען קען נישט לייקענען עפעס וואס מען האט קיינמאל נישט געגלייבט.... ער האט באמת קיינמאל נישט ארויסגעהאט די קאנצעפט פון זיין א איד, ער האט נאר געוויסט פון עפעס געוויסע פרטים ווי עונשים מיט שכר און אז מען טאר נישט דאס און יענץ טוהן, וואס דאס איז זאכן וואס רילעטן בכלל נישט צו מענטש אויב איז מען נישט אויסגעבויעט מיט די יסודות, נאר ווילאנג אלעס איז געגאנגען כשורה איז ער געווען אינעסנ"ט און געטוהן וואס מען האט אים אויסגעלערנט, אבער איינמאל עפעס האט זיך פארהאקט איז אין 0 טיי"ם ווארפט ער אלעס אוועק ווייל די יסודות פעלן אים, און סך הכל וואס האט ער אוועקגעווארפן? ער זאגט יא ליגנט אפי' זיין טאטע האט אים געזאגט אז מען טאר נישט, וכו'. ווייל אז מען האט נישט קיין יסודות נאר פרטים קען מען נאר אוועקווארפן די פרטים אבער נישט קיין יסודות... והבן זה.
[מרעדט שוין נישט פון די וואס זייער יודישקייט וואס זיי גיבן איבער באשטייט פון ממש שטותים ווי שיך/זאקן/היט/ברילן, וכדו' צו אנדערע פיינע גדרים וסייגים, וואס ווען א קינד פון אזא שטוב פאלט אוועק האט דאך דאס קינד באמת גארנישט אוועקגעווארפן אויסער אביסל חיצויניתדיגע הבלים. ודי בזה].
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 12:02 pm

נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!

ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט