וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סידיראם האט געשריבן:(וואס אגב דאס איז אן עקסטערע שמועס אז זייער אסאך מחנכים רעדן בכלל נישט צו די קינדער קיין מוסר, נו אוודאי וואקסן אויף ווילדע געוויקסן,

דאס קומט פון דעם וואס מען וויל עוואויד"ן די נעגעטיוועטי פון די פריערדיגע גענעראציע, אבער וויבאלד ביי רוב מענטשן איז דער חלק הדעת זייערע נישט געהעריג אנטוויקלט, ואם אין דעת הבדלה מניין? און זיי קענען נישט אפטיילן די 2 זאכן און גיין אינמיטן, זיי קענען נאר די עקסטריעמס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

יוד אלף האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
פרישע גאונישע המצאה

You proofed that you have very little knowledge in fact
Sorry man, The Torah you can't PASKN without getting SHIMUSH, so please don't raise opinions based on theory

שימוש דארף מען נעמען ביי אידן אדער גויים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אלמאליגע צייטן האט מען געקענט פארנעמען שטרעג. היינט נישט. פינטל!!!
אלט מאנרא האט געשריבן:אדרבה געט א קיק אויף די חסידות'ער וואס אלעס גייט דארט צו מיט אזא ניגן ווי זיי האלט שוין

אדרבה גיט א קוק אויף די חסידות'ער וואס אלעס גייט דארט אז פאר נעגעטיוו דארף מען נישט קיין מקורות, און פאר פאזעטיוו יא, וואס דארטן טוט זיך....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אלמאליגע צייטן האט מען געקענט פארנעמען שטרעג. היינט נישט. פינטל!!!

אמאליגע צייטן האט מען אויך נישט געקענט... פאר ווער סווייסט....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

למדן וחסיד האט געשריבן:אבער עס געשעט נארמאל נאך די אכצן ווען דער בחור שפירט זיך שוין אלט און האט שוין נישט קיין נערווען פאר ישיבה הייבט ער אן צו זיכן אנדערע גליקן

איר ווייסט מן הסתם נישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט....

יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

רצון טוב האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
פרישע גאונישע המצאה

You proofed that you have very little knowledge in fact
Sorry man, The Torah you can't PASKN without getting SHIMUSH, so please don't raise opinions based on theory

שימוש דארף מען נעמען ביי אידן אדער גויים

איך האב אינגאנצן נישט גערעדט פון די נושא
איך האב נאר ארויסגעברענגט אז פון וואס דו שרייבסט קוקט אויס אז דו ביזט נישט באהאווענט אין די מציאות
במילא ווען דו טראכסט אז מען וואלט געדארפט טוען עפעס אויף א געוויסע וועג איז פשוט אז דאס איז נאר נוגע אויף די מציאות פון ווואס איר ווייסט, אבער אויף די זאכן וואס איר וויסט נישט, איז מתחלה נישט דא קיין סבה איר זאלט רעדן אדער טראכטן בעפאר איר האט ארויס די מציאות
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יליד מאנסי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:הרב יליד נישט מיט יעדע נקודה בין איך מסכים מיט דיר ואם ירצה השם להאריך היום בעוד כמה שעות, וועל איך אפשר ענטפערן.

אבער דאס איז איין נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען, אז איינס פון די סאמע יסודות פון חינוך וואס איז כמעט געווארן היינט אויסגעריסן, איז די חינוך אין די ענין פון שכר ועונש. א קינד איז א רויע זאך וואס מען קען אים גרינג אריינבאקן יסודות אין אידישקייט, און איינס פון די וויכטיגסטע זאכן איז די פשוט'ע יסודות וואס מען האט אלס איבערגעגעבן פאר קינדער, וואס דאס איז גן עדן וגיהנום!!!! מען דארף איינבאקן אין א קינד אז פאר א מצוה באקומט מען שכר, אויף די וועלט אביסל און אויף יענע וועלט אסאך!!! און אז פאר אן עבירה באקומט מען גיהנום ווי מען פלאקערט און מען בראט ווי א טאוסט!!!

אזעלכע יסודות וואס מען באקט איין אינגערהייט בלייבט נאכדעים אויף די עלטער, עס ווערט כתריס בפני הפורעניות, אז מען האט אין זיך איינגעבאקן די פשוטע יסוד היסודות פון אידישקייט וואס דאס איז שכר ועונש "אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו", אז מען האט די יסוד איינגעבאקן פון קינדווייז אן, טראגט מען מיט זיך א גיטן פאנצער אויף שטענדיג.

ליידער היינט צוטאג'ס קומט מען מיט שוידערליכע קרומע שיטות אויסצורייסן און צו פארדרייען די פשוטע יסודות פון שכר ועונש וואס מען דארף איינבאקן אין די קינדער אויף גאר א פשוט'ן וועג אזוי ווי איך האב געשריבן.

וישמע חכם ויוסיף לקח.

איך וועל "נישט" אריינגיין אין א דין ודברים מיט דיר אויף דעם. איך וועל נאר זאגן אז וואס איך שרייב איז פון מיין עקספעריענס, איך מאך נישט אוועק די נושא פון שכר ועונש ח"ו. אבער פילעווען אין דעם איז "אסור בתכלית האיסור".
הקב"ה פאר מתן תורה האט גערעדט פון גדלות וקדושת כלל ישראל [זיי זענען אויך געווען "ניי און אינג"....] נישט פון יראת העונש, איין קליינע דאזע פון כפה עליהם הר כגיגית.... און מער נישט.....פרק
ודי לנו בזה!!!!

הרב יליד מאנסי
שפתיים ישק פאר די דברים קילורים לעינים

כיהודא ועוד לקרא

געהערט נאכזאגן פין חזון איש אז א יעדע לעפעלע התעוררות דארף מען געבן א שיסעלע התחזקות, אין דאס איז שוין געווען דעמאלסט
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

נשמת השכל האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:אבער עס געשעט נארמאל נאך די אכצן ווען דער בחור שפירט זיך שוין אלט און האט שוין נישט קיין נערווען פאר ישיבה הייבט ער אן צו זיכן אנדערע גליקן

איר ווייסט מן הסתם נישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט....

אוי ווי איך ווייס
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

Haklal האט געשריבן:
יליד מאנסי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:הרב יליד נישט מיט יעדע נקודה בין איך מסכים מיט דיר ואם ירצה השם להאריך היום בעוד כמה שעות, וועל איך אפשר ענטפערן.

אבער דאס איז איין נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען, אז איינס פון די סאמע יסודות פון חינוך וואס איז כמעט געווארן היינט אויסגעריסן, איז די חינוך אין די ענין פון שכר ועונש. א קינד איז א רויע זאך וואס מען קען אים גרינג אריינבאקן יסודות אין אידישקייט, און איינס פון די וויכטיגסטע זאכן איז די פשוט'ע יסודות וואס מען האט אלס איבערגעגעבן פאר קינדער, וואס דאס איז גן עדן וגיהנום!!!! מען דארף איינבאקן אין א קינד אז פאר א מצוה באקומט מען שכר, אויף די וועלט אביסל און אויף יענע וועלט אסאך!!! און אז פאר אן עבירה באקומט מען גיהנום ווי מען פלאקערט און מען בראט ווי א טאוסט!!!

אזעלכע יסודות וואס מען באקט איין אינגערהייט בלייבט נאכדעים אויף די עלטער, עס ווערט כתריס בפני הפורעניות, אז מען האט אין זיך איינגעבאקן די פשוטע יסוד היסודות פון אידישקייט וואס דאס איז שכר ועונש "אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו", אז מען האט די יסוד איינגעבאקן פון קינדווייז אן, טראגט מען מיט זיך א גיטן פאנצער אויף שטענדיג.

ליידער היינט צוטאג'ס קומט מען מיט שוידערליכע קרומע שיטות אויסצורייסן און צו פארדרייען די פשוטע יסודות פון שכר ועונש וואס מען דארף איינבאקן אין די קינדער אויף גאר א פשוט'ן וועג אזוי ווי איך האב געשריבן.

וישמע חכם ויוסיף לקח.

איך וועל "נישט" אריינגיין אין א דין ודברים מיט דיר אויף דעם. איך וועל נאר זאגן אז וואס איך שרייב איז פון מיין עקספעריענס, איך מאך נישט אוועק די נושא פון שכר ועונש ח"ו. אבער פילעווען אין דעם איז "אסור בתכלית האיסור".
הקב"ה פאר מתן תורה האט גערעדט פון גדלות וקדושת כלל ישראל [זיי זענען אויך געווען "ניי און אינג"....] נישט פון יראת העונש, איין קליינע דאזע פון כפה עליהם הר כגיגית.... און מער נישט.....פרק
ודי לנו בזה!!!!

הרב יליד מאנסי
שפתיים ישק פאר די דברים קילורים לעינים

כיהודא ועוד לקרא

געהערט נאכזאגן פין חזון איש אז א יעדע לעפעלע התעוררות דארף מען געבן א שיסעלע התחזקות, אין דאס איז שוין געווען דעמאלסט

דוכט זיך דאס געהערט נאכזאגן פון ר' נחמן מברעסלב זצ"ל
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

די אמת דארף מען זאגן, איך גיי מיר נישט טענהנען מיט קיינעם. איך האב נישט קיין אנעקדאטן, מיין סעמפל סייז איז צו גרויס און איך ווייס וואס טוט זיך און די ישיבות.
די מציאות איז אז רובא דרובא בחורים קומען אריין אלס ערליכע בחורים און ישיבה גדולה. און ליידער די פראצענט וואס זיי גייען ארויס די זעלבע ווי זיי זענען געקומען איז ....
די סעמפל סייז איז צו גרויס צו איגנארירן און די וועג וויאזוי די סיסטעם היינט איז אויסגעשטעלט און רוב ישיבות קומט אויס אז א בחור וואס איז נישט א מתמיד "עצום" איז און א גרויסע געפאר בפרט אויב ער איז און די פרעמד נישט אינדערהיים..

אויסנאם זענען די מתמידים וואס האבן שכל און
ניצן אויס די צייט און לערנען, און די וואס גייען ארבעטן / לערנען לימודי חול.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

צום קעפל, וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

איך שרייב וואס ס'קוקט מיר אויס יעצט. דער עיקר וואס מ'דארף שטענדיג האלטן קאפ ב"ה איז, (איך מיין אז דער רביז"ל סאטמאר האט אזוי געזאגט, אזוי מיין איך) אז אויב חלילה וחלילה ער פאלט אריין זאל ער די גרינגסטע און שנעלסטע זיך קענען ארויסזעהן. אויב דו האלסט אז עקסעפטענס זאל אים די גרינגסטע ארויסשלעפן, זאל זיין עקסעפטענס. אויב דו פארשטייסט אז רעדן פון עונשים קען אים טיפער אריינשטופן, נו, דאס איז די תכלית פון רעדן פון עונשים? אויב דו האלסט אז שמחה אין יודישקייט זאל אים די גרינגסטע ארויסשלעפן, רעד פון שמחה. אויב דו האלסט אז רעדן פון גיהנם וועט אים די גרינגסטע ארויסשלעפן, פארוואס זאלסטו נישט רעדן פון גיהנם? ממה נפשך. איין זאך וואס מ'דארף האלטן קאפ איז, "וואס וועט די גרינגסטע ארויסשלעפן דיין קינד, (על פי דרכו) אויב חלילה וחלילה ער פאלט, וואס וועט מאכן אז ער זאל זיך די גרינגסטע און שנעלסטע ארויסזעהן"????

אגב איז מיר אינטערעסאנט צו דער רביז"ל סאטמאר זצ"ל האט גערעדט פון "עונשים" ביי זיינע תורות. ער פלעגט רעדן אז מ'וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע תנועה. און אז ווער ווייסט צו מ'איז נישט פון די וואס וועלן נדחה ווערן. איינער וואס ווייסט היפש וואס טוט זיך האט מיר לעצטענס אויפגעקלערט אז מ'זאל אכטונג געבן נישט צו פוצן די קינדער. און נישט זיי ווייזן אז מ'האט הנאה אז זיי זענען געפיצט. אלעס דארף א שכל הישר פארשטייט זיך. אבער איך מיין אז שטארקע שטארקע ליבשאפט און נאנטשאפט און גאר שטארקע עקסעפטענס אזוי ווי זיי זענען, (זאגן מוסר נישט בשעת ס'פאדערט זיי עקסעפטענס) און אז די קינד זאל זעהן אויפן טאטן א שטארקע אינערליכע פחד פאר אן עבירה. און א ליבשאפט צו מצוות. אזוי מיין איך. און באמת איז עס תפילה ותחנונים. ס'קען קיינער נישט קומען זאגן וואס פונקטליך ס'העלפט. ווייל צו איז דא א ווידעאו פון יעדע רגע, פון די קינדס מח? פון אלעס וואס איז פארגעקומען. נע, ס'איז דער אייבערשטער וואס טוט. און דער גוטער באשעפער זאל העלפן.
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

דעס יאר ביים שבת מצדיקי הרבים פאר אלע מלמדים פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט כ"ק ארויסגעברענגט, אז מ'דארף רעדן פון שכר וענש, אבער אראפלייגן אזוי אז דאס קינד זאל האבן דמיונות איז נישט ריכטיג
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אהה, יישר כח. יעצט פארשטיי איך שוין אלעס...
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

נאר געוואלט מעורר זיין א נקודה למחשבה,
די אלע וואס האבן טענות אויף די נעגעטיוויטי פון חינוך וואס נעמט זיך לויט זיי פון ניצן די שיטה פון שכר ועונש,
לפי הפראקטיק און אייגענע בליק איז בכלל נישט דאס די גורם,
דער מציאות באווייזט אז די אלע מענטשן וואס האבן נעגעטיוו מחנך געווען די קינדער איז עס געקומען פון אומאנטוויקלטע הרגשים בכלל ווי אזוי צו אומגיין מיט קינדער און ווי אזוי צו ארויסווייזן געפיל, אפי' אין גאר אנדערע זאכן וואס האט קיין שייכות מיט חינוך, די מענטשן זענען עפ"י הרוב 'סעלפישע' מענטשן מיט בכלל ווייניג געפיל צו אנדערע,
און זיי האבן פשוט נישט געפילט די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים, די עיקר איז אז אלעס זאל זיין און פלאץ, די קינדער זאלן טוען וואס זיי ברויכן ווי מאשינען,
וואס אסאך קליגע מענטשן טוען עס אנלייגן אויף די וועלט מלחמה (עי' בספר ויגבה לבו שהאריך בזה בביאור הענין בטוטו"ד) ואכמ"ל ודו"ק, פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין כלל
אין אסאך יודן וואס האבן דורכגעלעבט די מלחמה זענען געווען גאר ליבליכע עלטערן, אבער אסאך וכו', עס איז אומאנגענעם צו רעדן דערפון אבער עס איז א פאקט,
אבער עס ארויף לייגן אויף 'שכר ועונש' איז לענ"ד נישט די גאנצע ווארהייט,

נ.ב. עס מיינט נישט אז היינט דארף מען נישט רעדן מער פון די ליכטיגע געשמאק פון תורה ומצות, איך רעדט נאר אויף די חלק האביוז.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:"וואס וועט די גרינגסטע ארויסשלעפן דיין קינד, (על פי דרכו) אויב חלילה וחלילה ער פאלט, וואס וועט מאכן אז ער זאל זיך די גרינגסטע און שנעלסטע ארויסזעהן"????

על פי דרכו איז נוגע נישט נאר ביי סור מרע נאר אויך ביי עשה טוב, וכו'
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

סידיראם האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:סידיריאם איך בין מסכים צו דיר.
אפשר דארף מען צולייגען איין קריטיש וויכטיגע יסוד: דער כח פון תשובה!!
דאס קען העלפן קאמפעסעיטן די פחדים פונעם עונש.

די גאנצע ענין פון חיזוק מיט תשובה, ווערט דאס אראפגעלייגט אויף א גויאישע וועג, כאילו צו זאגן די קענסט טוהן וואס די ווילסט ווייל די ווערסט ממילא נישט פארפאלן.
און דאס איז ליידער וואס אסאך רופן היינט אן "חסידות" אז מען האלט אין איין זאגן אז דער באשעפער איז איבעראל, מען ווערט ממילא נישט אפגעריסן פון די באשעפער, די חברה ווערן גאר גרויסע איזשביצע חסידים וואס ווייסן אז עס איז ממילא נישט דא קיין בחירה, די עיקר איז די ידיעה וכו', און אז מען ווערט ממילא קיינמאל נישט אפגעריסן פונעם אייבערשטן! און דאס זעהט מען באשיינפערליך אז עס איז דא זייער אסאך וואס פירן זיך אויף מיט א פריקת עול וכו' מיט די יסוד אז "אלעס איז אלקות"

אויף די ענין ווי פלוצלינג האט יעדער ליב די באשעפער און די באשעפער האטשטייזיך יעדעם אויך שטארק ליב אזש אז סיאיז איתקטירא בחד איתקטר
האביך געהערט א גוטס מיר דארפן שוין היינט בעטען פון באשעפער
הייליגע טאטא אפילו עס איז ביי מיר "כי הם חיינו ואורך ימינו "און אפילו איך בין "ובהם נהגה יומם ולילה" איז בעט איך דיר פליז " ואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים "
מיך מעגסטו אויך ליב האבן..

ווי האט ר' יוסף חיים זאננעפעלד געזאגט עס וועט ליידער קומען אמאל א צייט ווי מען וועט זאגן ישראל אע"פ שלא חטא ישראל הוא..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:"וואס וועט די גרינגסטע ארויסשלעפן דיין קינד, (על פי דרכו) אויב חלילה וחלילה ער פאלט, וואס וועט מאכן אז ער זאל זיך די גרינגסטע און שנעלסטע ארויסזעהן"????

על פי דרכו איז נוגע נישט נאר ביי סור מרע נאר אויך ביי עשה טוב, וכו'

זאל זיין. אגאנצן צייט האלטן קאפ ב"ה, "וואס זאל איך יעצט טון אז דאס וועט מאכן אז דאס קינד על פי דרכו, זאל זיך האלטן ביי יודישקייט מיטן סור מרע, און מיטן עשה טוב, מיט שמחה ועונג ושעשוע".
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

אוי וויי טאטע האט געשריבן:נאר געוואלט מעורר זיין א נקודה למחשבה,
די אלע וואס האבן טענות אויף די נעגעטיוויטי פון חינוך וואס נעמט זיך לויט זיי פון ניצן די שיטה פון שכר ועונש,
לפי הפראקטיק און אייגענע בליק איז בכלל נישט דאס די גורם,
דער מציאות באווייזט אז די אלע מענטשן וואס האבן נעגעטיוו מחנך געווען די קינדער איז עס געקומען פון אומאנטוויקלטע הרגשים בכלל ווי אזוי צו אומגיין מיט קינדער און ווי אזוי צו ארויסווייזן געפיל, אפי' אין גאר אנדערע זאכן וואס האט קיין שייכות מיט חינוך, די מענטשן זענען עפ"י הרוב 'סעלפישע' מענטשן מיט בכלל ווייניג געפיל צו אנדערע,
און זיי האבן פשוט נישט געפילט די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים, די עיקר איז אז אלעס זאל זיין און פלאץ, די קינדער זאלן טוען וואס זיי ברויכן ווי מאשינען,
וואס אסאך קליגע מענטשן טוען עס אנלייגן אויף די וועלט מלחמה (עי' בספר ויגבה לבו שהאריך בזה בביאור הענין בטוטו"ד) ואכמ"ל ודו"ק, פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין כלל
אין אסאך יודן וואס האבן דורכגעלעבט די מלחמה זענען געווען גאר ליבליכע עלטערן, אבער אסאך וכו', עס איז אומאנגענעם צו רעדן דערפון אבער עס איז א פאקט,
אבער עס ארויף לייגן אויף 'שכר ועונש' איז לענ"ד נישט די גאנצע ווארהייט,

נ.ב. עס מיינט נישט אז היינט דארף מען נישט רעדן מער פון די ליכטיגע געשמאק פון תורה ומצות, איך רעדט נאר אויף די חלק האביוז.

השתא דאתית להכא, קוק פריער מיינע ווערטער אז מען קען לייגן די מהלכים אין די גאז קאמערן, ובדיוק לזה כיוונתי
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

אידן. כ'האב מיר מער נישט גע'טענה'ט מיט אייך ווייל איך האב געפירט אז איר ווייסטנישט וואס איך האלט \ וויסט נישט וואס איר האלט \ האלט די זעלבע ווי מיר נאר משום סיבות אינם מובנות מיינט איר אז איר האלט אנדערש \ רעדט פון ווייטאג זייענדיג פון די ראשי השיטה של "נאנ-אקסעפטענס" וואס שפירן פארלוירן זעהענדיג כי כלתה להם הרעה"......

איך וועל גיין וויטער צו מיין נעקסטע נקודה בקרוב אי"ה
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

סאטש נאנסענס. אפשר קען זיין אנדערע גערעכטע שיטות אויסער אייער. אפשר קען זיין א באלאנס פון "די באשעפער ווארט אייביג אויף א איד זאל זיך צוריקערן, ער ווייסט דיינע נסיונות און צער און ער פארשטייט דיר און האט דיר אייביג ליב" מיט "יעדע זאך וואס א מענטש טוט וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון."
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

Goodmorning האט געשריבן:סאטש נאנסענס. אפשר קען זיין אנדערע גערעכטע שיטות אויסער אייער. אפשר קען זיין א באלאנס פון "די באשעפער ווארט אייביג אויף א איד זאל זיך צוריקערן, ער ווייסט דיינע נסיונות און צער און ער פארשטייט דיר און האט דיר אייביג ליב" מיט "יעדע זאך וואס א מענטש טוט וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון."

ביטע ווייז מיר צו וואו פונקטליך אין מיין [ערשטע לאנגע ] מאמר שטייט א שמץ בניגוד לזה??
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איר זאגט אז מען טאר נישט רעדן פון שכר ועונש בכלל, אויב קען איך ליינען אידיש.... איך פארשטיי אז מען דארף איבערוועגן די פאזאטיוויטי אסאך מער ווי דערציילן און דערשרעקן, אבער בעת נסיון דארף ארויסקומען די איינגעבאקענע פחד פונעם עונש ווייל נישט אייביג איז אהבת השם גענוג ווען עס ברענט די יצר הרע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

יליד מאנסי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:סאטש נאנסענס. אפשר קען זיין אנדערע גערעכטע שיטות אויסער אייער. אפשר קען זיין א באלאנס פון "די באשעפער ווארט אייביג אויף א איד זאל זיך צוריקערן, ער ווייסט דיינע נסיונות און צער און ער פארשטייט דיר און האט דיר אייביג ליב" מיט "יעדע זאך וואס א מענטש טוט וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון."

ביטע ווייז מיר צו וואו פונקטליך אין מיין [ערשטע לאנגע ] מאמר שטייט א שמץ בניגוד לזה??

אדער אפילו וואו אין מיינע אנדערע תגובות???

איך האלט "פונקט" ווי דיר אז מען דארף דאס רעדן און וויסן אבער "נישט דאס איז דער עיקר"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פאר א סיבה האט מען געזאגט אז "שמאל [יד כהה] איז געמאכט פאר דוחה און ימין [בבחי' ימינך ה' נאדר] מקרבת!!!!!!!!!!!!!!1
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

Goodmorning האט געשריבן:איר זאגט אז מען טאר נישט רעדן פון שכר ועונש בכלל, אויב קען איך ליינען אידיש.... איך פארשטיי אז מען דארף איבערוועגן די פאזאטיוויטי אסאך מער ווי דערציילן און דערשרעקן, אבער בעת נסיון דארף ארויסקומען די איינגעבאקענע פחד פונעם עונש ווייל נישט אייביג איז אהבת השם גענוג ווען עס ברענט די יצר הרע.

וואו????

איך וואלט "שטארק" געוואלט איינער זאל מיר צייגן "וואו" איך האב "זוינס אדער ענליכס" געשריבן???????!!!!!!!!!!!!!!

דאכטזיך אז פון די מיספארשטענדעניש פון אנדערע האט עס געמאכט אויסקוקן אזוי............
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”