וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

ווען מען האט דעם שכל און ישוב הדעת לויפט מען נישט צו קיין עקסטרעם, מען דארף האבן באלאנס, פארפירן און האקן אויף טישן און בענק אז מען טאר נישט רעדן פון שכר ועונש, איז פונקט אזא משוגעת ווי רעדן כסדר פון שכר ועונש, ותו לא מידי
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Getting married at 18.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווען א מענטש איז מגושם און עס ברענט א תאוה צםו עבירה, דארף מען צו אלע יסודות אויך מורא האבן פון דין וחשבון. עס דארף זיין איינגעבאקן פונקט ווי אלעס אנדערש. נישט אז דאס זאל זיין די שטען יעדן טאג, אבער מען מעג הערן דא און דארט ווי גוט די שכר און שלעכט עונש, אפשר נישט דוקא בשעת א קינד טוט אן אומריכטיגע זאך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

Growth hacker האט געשריבן:Getting married at 18.

און זיך גט'ן ביי די אכצען און א האלבן?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Growth hacker האט געשריבן:Getting married at 18.

באבע (מיט א קמץ) מעשה'ס!

מ'קען חתונה האבן ביי די 12 און זיין נארמאלע מענטשן, און מ'קען חתונה האבן ביי די 27 און זיין א אפגעפליקטער משוגע'נער.
גליטשן האט גארנישט מיט די עידזש פון חתונה האבן. רוב [אדער אפילו אלע] וואס גליטשן הייבט זיך עס אן פאר די חתונה.
קען זיין אז נאך די חתונה קלאפט עס מער אויס, איך בין אויך נישט אזוי זיכער. אבער דאס איז איין מאל זיכער אז דער עידזש פון חתונה האבן מאטכ גארנישט אויס.
אויב רעדסטו פון א ספעציפישע פאל, דאס איז שוין א אנדער מעשה, ווייל ס'איז דא ספעציפישע פעלער וואס דוקא די חתונה האבן ביי 27 האט זיי געמאכט גליטשן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

איינס האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:Getting married at 18.

באבע (מיט א קמץ) מעשה'ס!

מ'קען חתונה האבן ביי די 12 און זיין נארמאלע מענטשן, און מ'קען חתונה האבן ביי די 27 און זיין א אפגעפליקטער משוגע'נער.
גליטשן האט גארנישט מיט די עידזש פון חתונה האבן. רוב [אדער אפילו אלע] וואס גליטשן הייבט זיך עס אן פאר די חתונה.
קען זיין אז נאך די חתונה קלאפט עס מער אויס, איך בין אויך נישט אזוי זיכער. אבער דאס איז איין מאל זיכער אז דער עידזש פון חתונה האבן מאטכ גארנישט אויס.
אויב רעדסטו פון א ספעציפישע פאל, דאס איז שוין א אנדער מעשה, ווייל ס'איז דא ספעציפישע פעלער וואס דוקא די חתונה האבן ביי 27 האט זיי געמאכט גליטשן.

ביזט גערעכט אז רוב גליטשן הייבט זיך אן פאר די חתונה אבער עס געשעט נארמאל נאך די אכצן ווען דער בחור שפירט זיך שוין אלט און האט שוין נישט קיין נערווען פאר ישיבה הייבט ער אן צו זיכן אנדערע גליקן און דעמאלטס געשעט אסאך זאכן ווייל ער האט נישט קיין שליטה אויף זיך און שפעטער האט ער זייער חרטה ממילא א בחור וואס האט חתונה יונג האט נישט אזוי ווען צו מאכן שטותים ממילא איז יא אגרויסע חילוק ווען מהאט חתונה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

למדן וחסיד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:Getting married at 18.

באבע (מיט א קמץ) מעשה'ס!

מ'קען חתונה האבן ביי די 12 און זיין נארמאלע מענטשן, און מ'קען חתונה האבן ביי די 27 און זיין א אפגעפליקטער משוגע'נער.
גליטשן האט גארנישט מיט די עידזש פון חתונה האבן. רוב [אדער אפילו אלע] וואס גליטשן הייבט זיך עס אן פאר די חתונה.
קען זיין אז נאך די חתונה קלאפט עס מער אויס, איך בין אויך נישט אזוי זיכער. אבער דאס איז איין מאל זיכער אז דער עידזש פון חתונה האבן מאטכ גארנישט אויס.
אויב רעדסטו פון א ספעציפישע פאל, דאס איז שוין א אנדער מעשה, ווייל ס'איז דא ספעציפישע פעלער וואס דוקא די חתונה האבן ביי 27 האט זיי געמאכט גליטשן.

ביזט גערעכט אז רוב גליטשן הייבט זיך אן פאר די חתונה אבער עס געשעט נארמאל נאך די אכצן ווען דער בחור שפירט זיך שוין אלט און האט שוין נישט קיין נערווען פאר ישיבה הייבט ער אן צו זיכן אנדערע גליקן און דעמאלטס געשעט אסאך זאכן ווייל ער האט נישט קיין שליטה אויף זיך און שפעטער האט ער זייער חרטה ממילא א בחור וואס האט חתונה יונג האט נישט אזוי ווען צו מאכן שטותים ממילא איז יא אגרויסע חילוק ווען מהאט חתונה

באבע מעשה'ס! (מיט צוויי קמץ)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

יליד! ברענגט ארויס א גאר וויכטיגע שטארקע נקודה, פארשטיי נישט וואס די עולם האקט דא,
ווען א קינד אדער א בחור׳ל איז אריינגעפאלן אין נסיונות יונגערהייט אין ער זיצט אין חדר צו אין ישיבה אין הערט דרשות כסדר אז ער איז די גרעסטע רשע אויף די וועלט אין ער גייט פלאקערן אין בראטן אין קיינמאל נישט ארויסגיין פון גהינום ועוד ועוד, (אין די צייט וואס די קינד קען זיך נישט אליינס העלפן) דעס איז די ערגסטע אביוז אין רציחה פאר אזא קינד, אין יא דעס לייגט אים צוגרינד.
אין מאכט ער זאל גליטשן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א שאדע זיך צו טענה'ן און זאגן אייגענע סברות אויב ענינים וואס זענען שוין מבואר שחור ע"ג לבן אין די פריערדיגע ספרים, פון "אלע" שיכטן.

אלענפאלס "אידישקייט" קען מען נישט משפיע זיין אויף אנדערע אנדעם וואס מ'הארעוועט אויף זיך זעלבסט און מ'זאפט זיך אן מיט ספרי יראה מוסר וחסידות פון פריערדיגע.

ניין! ס'גייט נישט מיט דרעג ענד דראפ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »



ישר כח פארן ברענגען די דרשה

שקר האלט זיך נישט, יעדע פאר יאר דארף מען זיכן א נייער מהלך, די אמת בלייבט אויף שטענדיג טויזענטער יארן.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די מערסטע רעגט מיך אויף די אלע משוגעים (יא. משוגעים!!!) וואס אויף יעדע זאך זוכען זיי מקורות אויף די פריערדיגע ספרים

גיי פרעג פארוואס מען דארף מאכן חינוך אסיפות יעדע מאנטיג און מיטוואך. קוק אין די פריערדיגע ספרים וחסל.!!!!
ווען אונזערע רבי'ס אין חדר האבען יעדן טאג געשמיסען ווי רוצחים האסטו אויך געפרעגט א מקור דערצו ????
נאר ווען מען וויל אביסל בעסער און זיסער מאכן הייבט מען אן פרעגן קשיות, דאס מיינט פרו"ם מיט די גאנצע ראשי תיבות!!!

טויזענטער קינדער זענען שוין ליידער ליידער אוועקגעפאלן פו ןאידישקייט!!!!! אלעס וועגן די נעגעטיוו מעסיזשעס וואס זיי באקומען, בעת די פרייע וועלט שמייכעלט צו זיי!!!!
זאגן די מחנכים... הייב אויך אן שמייכלען צו זיי און ווייז זיי ווי שיין איז אידישקייט!!!! און הער אויף דערשרעקן!!! טעראר ארבעט נישט היינטיגע צייטען!!
קומען די אויבער חכמים און הייבן אן זוכן מקורות אין פריערדיגע ספרים......

מען האט שוין פריער געשריבען די גרעסטע מקור. "חנוך לנער על פי דרכו". די חז"ל איז שטערקער ווי אלעס!!!
אלמאליגע צייטן האט מען געקענט פארנעמען שטרעג. היינט נישט. פינטל!!!
די נאטירן איז געטוישט. די נסיונות איז געכטוישט. די קולטור איז אנדערש. "אלע" מחנכים שרייען אז מען מוז גיין מער ליבליך!!!
און די פארביטערטע אויבערחכמים זוכען מקורות.!!!

איך ווינטש פאר יעדעם נחת גרינגערהייט, אבער כבין נייגעריג אויב איינער פון די חכמים'ס קינדער וועלן ח"ו אנהויבען גליטשן.... צו זיי וועלן ווייטער זוכן מקורות אין די ספרים :evil:
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פאלקאוויטש האט געשריבן:יליד! ברענגט ארויס א גאר וויכטיגע שטארקע נקודה, פארשטיי נישט וואס די עולם האקט דא,
ווען א קינד אדער א בחור׳ל איז אריינגעפאלן אין נסיונות יונגערהייט אין ער זיצט אין חדר צו אין ישיבה אין הערט דרשות כסדר אז ער איז די גרעסטע רשע אויף די וועלט אין ער גייט פלאקערן אין בראטן אין קיינמאל נישט ארויסגיין פון גהינום ועוד ועוד, (אין די צייט וואס די קינד קען זיך נישט אליינס העלפן) דעס איז די ערגסטע אביוז אין רציחה פאר אזא קינד, אין יא דעס לייגט אים צוגרינד.
אין מאכט ער זאל גליטשן.


שוין ווייטער מישט מען דא אויס! אריינבאקן אין א קינד די יסודות פון שכר ועונש מיינט נישט אז מען זאגט אים אז ער איז די גרעסטע רשע אויף די וועלט! און עס מיינט נישט געבן פעטש, עס מיינט נישט פייניגן קיין קינדער! עס איז אן אנדערע זאך אינגאנצן!

מען רעדט דא פון א קינד וואס מען דארף אין אים איינבאקן יסודות פון קדושה וטהרה די יסוד פון א איד, א זאך וואס די קינד הייבט יעצט אן זיין לעבן מיט דעים, ממילא דעמאלס איז די צייט צו אריינבאקן אין זיין הארץ מיט גאר א שטארקייט אז עס איז דא אזא זאך פון "שכר" און עס איז דא אזא זאך פון "עונש" עס איז דא א "גן עדן" און עס איז דא א "גיהנום" און מען דארף צו אים רעדן הייליגע ווערטער פון די יסודות פון אידישקייט צו זיין אפגעהיטן במחשבה בדיבור ובמעשה.

אוודאי איז דאס נישט די איינציגסטע זאך וואס א מחנך זאל רעדן צו די קינדער, מען דארף האלטן אין איין רעדן צו די קינדער, באוואסערן און פלאנצן די פעלד, איינבאקן אין זיי די קדושת התורה, די רוממות היהדות, די זיסקייט פון אידישקייט, די שלעכטס פון עבירות וכו' וכו', אבער בנוסף לזה דארף מען צו דעים איינבאקן אין די קינדער די פשוט'ע ווערטער פון אידישקייט פון שכר ועונש, וואס אזעלכע ווערטער וואס מען הערט אלס קינד גייט אריין אין די ביינער און עס העלפט גאר אסאך אויף שפעטער.

ווען א קינד הערט דאס האלט ער בכלל נישט אז ער איז די גרעסטע רשע אויף די וועלט, אדרבה ער ווערט פיל מיט יראת שמים, טראכטנדיג אז איך דארף מיך טאקע אפהיטן פון עבירות, ווייל אזוי וועט מיר זיין גיט און וואויל אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

די אלע נייע מעטאדן אז מען "טאר נישט רעדן דאס און יענץ, און אז שכר ועונש איז א רציחה פאר די קינד" דאס אלעס וועל איך לאזן פאר מאסטער. ואנו אין לנו אלא יסודות הנ"ל הפשוטים מאוד מאוד.

(וואס אגב דאס איז אן עקסטערע שמועס אז זייער אסאך מחנכים רעדן בכלל נישט צו די קינדער קיין מוסר, נו אוודאי וואקסן אויף ווילדע געוויקסן, מען דארף רעדן ברבים און פריוואט איינצובאקן די יסודות אין אידישקייט מיט א פשטות אין דערהויבנקייט, מיט ביידע צוזאמען, מיט די מעטאדן זענען שוין אויסגעוואקסן טויזענטער ערליכע אידן, אוודאי דארף מען געבן חיזוק אויך, דאס איז אויך פון די יסודות וואס מען דארף איינבאקן, אבער די פשוט'ע דברי מוסר איז אויסטערליש נייטיג פאר די נפש'ל פון א קינד און עס וואשט אויס זיין נשמה)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

סידיריאם איך בין מסכים צו דיר.
אפשר דארף מען צולייגען איין קריטיש וויכטיגע יסוד: דער כח פון תשובה!!
דאס קען העלפן קאמפעסעיטן די פחדים פונעם עונש.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:די מערסטע רעגט מיך אויף די אלע משוגעים (יא. משוגעים!!!) וואס אויף יעדע זאך זוכען זיי מקורות אויף די פריערדיגע ספרים

גיי פרעג פארוואס מען דארף מאכן חינוך אסיפות יעדע מאנטיג און מיטוואך. קוק אין די פריערדיגע ספרים וחסל.!!!!
ווען אונזערע רבי'ס אין חדר האבען יעדן טאג געשמיסען ווי רוצחים האסטו אויך געפרעגט א מקור דערצו ????
נאר ווען מען וויל אביסל בעסער און זיסער מאכן הייבט מען אן פרעגן קשיות, דאס מיינט פרו"ם מיט די גאנצע ראשי תיבות!!!

טויזענטער קינדער זענען שוין ליידער ליידער אוועקגעפאלן פו ןאידישקייט!!!!! אלעס וועגן די נעגעטיוו מעסיזשעס וואס זיי באקומען, בעת די פרייע וועלט שמייכעלט צו זיי!!!!
זאגן די מחנכים... הייב אויך אן שמייכלען צו זיי און ווייז זיי ווי שיין איז אידישקייט!!!! און הער אויף דערשרעקן!!! טעראר ארבעט נישט היינטיגע צייטען!!
קומען די אויבער חכמים און הייבן אן זוכן מקורות אין פריערדיגע ספרים......

מען האט שוין פריער געשריבען די גרעסטע מקור. "חנוך לנער על פי דרכו". די חז"ל איז שטערקער ווי אלעס!!!
אלמאליגע צייטן האט מען געקענט פארנעמען שטרעג. היינט נישט. פינטל!!!
די נאטירן איז געטוישט. די נסיונות איז געכטוישט. די קולטור איז אנדערש. "אלע" מחנכים שרייען אז מען מוז גיין מער ליבליך!!!
און די פארביטערטע אויבערחכמים זוכען מקורות.!!!

איך ווינטש פאר יעדעם נחת גרינגערהייט, אבער כבין נייגעריג אויב איינער פון די חכמים'ס קינדער וועלן ח"ו אנהויבען גליטשן.... צו זיי וועלן ווייטער זוכן מקורות אין די ספרים :evil:


סארי אבער צו אן רופן "משוגעים" אדער "אויבער חכמים" די וואס זוכען זיי מקורות אויף די פריערדיגע ספרים און פירן זיך על פי תורה און אויף יעדע זאך זוכן זיי מקורות אין פריערדיגע ספרים און אז שכר וענש איז עפעס פון אלמאליגע צייטן דעי שפראך איז ביי מיר חזיר טריף און אפגעפרעגט
אדרבה געט א קיק אויף די חסידות'ער וואס אלעס גייט דארט צו מיט אזא ניגן ווי זיי האלט שוין
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:סידיריאם איך בין מסכים צו דיר.
אפשר דארף מען צולייגען איין קריטיש וויכטיגע יסוד: דער כח פון תשובה!!
דאס קען העלפן קאמפעסעיטן די פחדים פונעם עונש.


אמת, עס אויך וויכטיג צוצולייגן די יסוד פון כח התשובה. די פראבלעים איז אבער אז די וועג וויאזוי עס ווערט היינט אראפגעלייגט די גאנצע ענין פון חיזוק מיט תשובה, ווערט דאס אראפגעלייגט אויף א גויאישע וועג, כאילו צו זאגן די קענסט טוהן וואס די ווילסט ווייל די ווערסט ממילא נישט פארפאלן.

און דאס איז ליידער וואס אסאך רופן היינט אן "חסידות" אז מען האלט אין איין זאגן אז דער באשעפער איז איבעראל, מען ווערט ממילא נישט אפגעריסן פון די באשעפער, די חברה ווערן גאר גרויסע איזשביצע חסידים וואס ווייסן אז עס איז ממילא נישט דא קיין בחירה, די עיקר איז די ידיעה וכו', און אז מען ווערט ממילא קיינמאל נישט אפגעריסן פונעם אייבערשטן! און דאס זעהט מען באשיינפערליך אז עס איז דא זייער אסאך וואס פירן זיך אויף מיט א פריקת עול וכו' מיט די יסוד אז "אלעס איז אלקות" מיט די אלע סארט ענינים וואס מען לערנט אפ מיט די פארקערטער ציל. ממילא ווען איינער וויל רעדן פון די כח פון תשובה, אוודאי און אוודאי, אבער נישט אז דאס זאל ווערן איבערגעגעבן פאלש.

עס איז קלאר דא אזא זאך, אז מען רעדט היינט אסאך פון חיזוק אויף א וועג וואס גיבט פשוט א בארואיגונג פיל פאר דעים מענטש אז ער זאל זיך נישט פילן אזוי שלעכט אויב ער איז דורכגעפאלן, און פיל דיך נישט אזוי שלעכט אויב די גייסט מארגן אויך דורכפאלן! די חיזוק אליין בויעט נישט דעים מענטש. א מענטש דארף האבן מיט זיך יסודות אין סור מרע, און נאכדעים וועט די חיזוק העלפן אז "אויב ער איז דורכגעפאלן" זאל ער נישט פאלן ווייטער, נאר ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע יסודות אין אידישקייט, משא"כ ווען מען הערט נאר חיזוק איז דאס נישט מער ווי א גלעזל ברוינפן אז מען זאל קענען אנגיין ווייטער ודי.

על כל פנים קודם דארף מען צו וויסן די שרעקליכקייט פון אן עבירה, די זיסקייט פון א מצוה, אזוי אז מען זאל וויסן אז דאס איז דער יסוד! און נאכדעים וואס די יסוד איז טאקע איינגעבאקן וועט די יסוד פון חיזוק טאקע נאר זיין אויף אן אופן פון "חיזוק אויב ער איז דורכגעפאלן" און נישט קיין "שוואכקייט אין וויסן ווי שטארק מען דארף זיין אין סור מרע ועשה טוב"

נ.ב. אין דעים תגובה האב איך אביסל מקצר געווען בהבנת הדברים אבל אקוה שהמבין יבין דבר מתוך דבר.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פארוואס מיינט אויסלערנען וועגן שכר ועונש געבן פעטש און נעגעטיוו? וואס האט איינע מיטן צווייטן?. א ליבליכע חינוך איז בכלל נישט א סתירה צו אריינבאקן יסודות ווי אהבת ה', כח פון תשובה, יראת שמים, חשיבות פון א איד, און אז מען דארף אפגעבן דין וחשבון אויף יעדן שריטות און לויט דעם באקומען שכר ועונש
שויתי ה' לנגדי תמיד
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

Goodmorning האט געשריבן:פארוואס מיינט אויסלערנען וועגן שכר ועונש געבן פעטש און נעגעטיוו? וואס האט איינע מיטן צווייטן?. א ליבליכע חינוך איז בכלל נישט א סתירה צו אריינבאקן יסודות ווי אהבת ה', כח פון תשובה, יראת שמים, חשיבות פון א איד, און אז מען דארף אפגעבן דין וחשבון אויף יעדן שריטות און לויט דעם באקומען שכר ועונש


אין הכי טאקע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:שוין געזאגט אמאל מיט כוונה?

והי' אם שמוע תשמעו וכו' השמרו לכם וגו' ושמתם את דברי אלה על לבבכם ועל נפשכם וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

Goodmorning האט געשריבן:פארוואס מיינט אויסלערנען וועגן שכר ועונש געבן פעטש און נעגעטיוו? וואס האט איינע מיטן צווייטן?.

וואס האט עונש שייכות מיט פעטש? קענסט אפשר קוקען אין דיקשאנערי.........

פאקט איז ווען מען רעדט פון "שכר ועונש"... מיינט מען בעיקר דעם "עונש" חלק.... קיינער מיינט נישט דא אראפלייגן די גוטע שכר פון יענע וועלט.
איך בין מסכים אז אויב זאל מען רעדן פון די "שכר" אמווייניגעטנס וויפיל מען רעדט פון "עונש" אז דאס איז טאקע יא וויכטיג. כאטש עכט דארף מען רעדן ""מער פון שכר"" ווי פון עונש, ומרובה מדה טובה 500x, ווייל דער עיקר איז די גוטע חלקים.
געדענקטס אז דער עיקר ציל פון תורה ומצוות איז אונז צו מאכן גליקלעך!! רצה הקב"ה "לזכות את ישראל" ---- לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, וזהו כל התורה כולה על רגל אחת!!
און מיר זאךן איינבאקן אין די קינדער אז די תורה ומצוות מאכט אונז גליקלעך בזה ובבא!! אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!!!! אשרינו כשאנחנו משכימים ומעריבים וכו'....
מיר גייען האבן שכר פאר יעדע מצוה און יעדע שוועריגקייט וואס עין לא ראתה אלקים זולתך!!!
דאס איז דער יסוד!!
איי וועסטו דאך מורא האבן אז אויב אלע פארט אזוי פיין קען מען מאכן א לעבן..... בפרט אז אסאך מאל קומט אן זאכן שווער, עס איז דאך דא "היינטיגע (מיט אמאליגע....) נסיונות"... זאגט מען פאר'ן קינד (און פאר זיך אליין) העי, ס'איז אויך דא א שטעקן!! אויב טוט מען נישט קיין גוטע זאכן באקומט מען א געפערליכע עונש!! ממילא זאלסטו נישט טראכטן פון טון די נארישקייטן... אבער דאס איז נאר אזא זייטיגע זאך!!

אזוי ווי ביי א ביימעלע וואס מען פלאנצט איין לייגט מען 2 שטעקענעס אין די זייט עס זאל וואקסן גראד, ווייל אזוי וועט עס וואקסן א שיינע הוייכע בוים מיט הערליכע צווייגען און פירות, נישט קרום ווי שלאנג.... דער ציל אז עס זאל וואקסט גראד איז פאר די תכלית און שיינקייט פון בוים. נישט ווייל "אויב דו וועסט זיך בייגן לינקס וועט דיר דער רעכטער שטעקן שלעפן אויף צוריק"....

כי האדם עץ השדה!!!!! מיר היטן תורה ומצוות פאר אונזער אייגענע תכלית און צו מאכן א נחת רוח פאר השי"ת!! נישט וועגן מען גייט כאפן א שטארקע פאטש אויב נישט!!!! אבער אמת, די פאטש איז אוועילעבל אויב מען דארף ח"ו.... און עכ"ז קען מען אייביג תשובה טון, ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב "מיד תקבלו"!!!!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אלט מאנרא האט געשריבן:סארי אבער צו אן רופן "משוגעים" אדער "אויבער חכמים" די וואס זוכען זיי מקורות אויף די פריערדיגע ספרים און פירן זיך על פי תורה און אויף יעדע זאך זוכן זיי מקורות אין פריערדיגע ספרים און אז שכר וענש איז עפעס פון אלמאליגע צייטן דעי שפראך איז ביי מיר חזיר טריף און אפגעפרעגט
אדרבה געט א קיק אויף די חסידות'ער וואס אלעס גייט דארט צו מיט אזא ניגן ווי זיי האלט שוין

דער ווארט איז געקומען מער מתוך כעס נישט ווייל איך האלט עכט משוגעים
איך האב קלאר געשריבן מקורות. חנוך לנער על פי דרכו. זהו כל תורת החינוך על רגל אחת. ואידך פירושא הוא.
מיך באדערט נישט אז מען זוכט מקורות, ח"ו......
אבער ווען אויף פעטש און מוסר זוכט מען "נישט" א מקור, און אויף געבן חיזוק זוכט מען פלוצלינג א מקור, דאס באדערט!!
בעת אלע מחנכים שרייען און וויינען אז דאס איז דער וועג, על פי דרכו תשע"ח, איז מען קלוגער ווי זיי און מען פרעגט מקורות.
דער אמת איז... פעלט דען מקורות?? אידישקייט איז באמת קיינמאל נישט געווען אזוי נעגעטיוו ווי היינטיגע צייטן.... בפרט אין ספרי חסידות, איין שטיק חיזוק!!!
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שוין געזאגט אמאל מיט כוונה?

והי' אם שמוע תשמעו וכו' השמרו לכם וגו' ושמתם את דברי אלה על לבבכם ועל נפשכם וכו'

הערת אגב, פרשת והיה אם שמוע רעדט פון עבודה זרה, כידוע.

(ולעצם הענין, כ'קען נישט כאפן די ארגומענט דא, דאס ענין פון פילעווען שכר ועונש איז דאך געמאכט צו העלפן דעם מענטש אינעם מלחמת היצר, טא, אויב האנדלט מען פון א יונג בחור'ל וואס לדעת המומחים ובעלי עקספיריענס, וועט א צווייטע שפראך בעסער ארבעטן פאר אים, וואס איז דא די שאלה?)

בכל אופן, מיינע צוויי צענט האב איך שוין אויבן אריינגעווארפן: בחור'ל מיינס, דו ביסט א פולקאמע געזונטע און שטארקע יודיש קינד, אפילו אויב דו זינדיגסט, דער רבוש''ע דארף דיר, כלל ישראל דארף דיר, פארלאז אונז נישט, ביני ובין ישראל אות היא לעולם, לעולם! (מען וועט זיך שפעטער פאררעכענען וועגן די חטאים דיינע)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שטיגליץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:סעקירויטי אדער אידישקייט?

לעצטענס טוען געוויסע מוסדות צוזאמנעמען די עלטערן צו לערנען די אינגווארג איבער נסיונות און זיי ערקלערן אז זיי זאלן "צוליב סעקיוריטי" וואטשן פין משחיתים
די פראגע איז צו דאס אריינברענגען אינעם קינד אז דאס איז בלויז פאר 'סעיפטי', נעמט נישט אוועק פינעם אידישן חינוך.


פארקערט, רעדן פון דעם ענין אלץ א אידישקייט בין אדם למקום פראבלעם אפילו עס איז אמת האט אוועקגעשטעלט א צווייפאכיגן חורבן.
א. דער משחית פילט סך הכל ווי ער טוט אן עבירה, א גרויסע נעוויירע, און מיטן באשעפער וועט ער זיך שוין איבערבעטן.
הייסטעס די ביסט קלוגער געווארן, און אמאל האבן אידן נישט געוויסט פינעם פראבלעים אין יארע 2018 איז נולד געווארן די גאונישער אויפטרעף

ב. דאס קינד, דער נפגע פילט ווי ער איז געווען דא א שותף לדבר עבירה, האט מורא צו פארציילן די עלטערן ווייל זיי קענען איהם שטראפן אויפן עבירה, און דרייט זיך מיט גילטי קאנטשעס אן טאפ פון די אביוז געפילן און דאס לייגט איהם צוגרינד.
פרישע גאונישע המצאה

משא"כ אויב פרעדיגט מען עס איין אלץ סעיפטי אישו, פארדינט מען צווייזייטיג
א. דער משחית טראכט 2 מאל, פונקט ווי ער וואלט נישט אפגעהאקט א קינדס האנט אדער געשניטן אן אויער.
ב. דער קינד האט נישט נאכדעם די שעדליכע גילט געפילן על לא עוול בכפו, פונקט ווי ער פילט נישט גילטי אויב א סטרענזשער באכעט איהם אן די ביינער.
און אז די קינד ווערט מער ערוואקסען און זעהט נישט דערינען קיין סעיפטי אישו, ער פילט אז סעיף איז אזוי אויך, פארוואס און פארווען זאל ער נישט אריינפאלען אויב איז ער נישט מחונך מיטן פשוטן יראה פארן חטא
צו וואס זיכן הדרכה און השקפה פין טמאי נפש, גויי הארצות, וואס מיר זאגן אין די ימים טובים אויף זיי מיט פריידע דעם אתה בחרתנו אז מיר זענען אויסדערוועלט און אפגעזינדערט פין זיי.

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג יוני 15, 2018 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

רצון טוב האט געשריבן:
פרישע גאונישע המצאה



You proofed that you have very little knowledge in fact
Sorry man, The Torah you can't PASKN without getting SHIMUSH, so please don't raise opinions based on theory
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”