וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג יוני 11, 2018 5:32 pm

אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער


דער "מחנך" זאל מוחל זיין גיין ארבעטן ביים קאשיר אין גראסעריי. אזעלכע נארישקייטן צו רעדן.
ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 11, 2018 5:45 pm

להודיע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער


דער "מחנך" זאל מוחל זיין גיין ארבעטן ביים קאשיר אין גראסעריי. אזעלכע נארישקייטן צו רעדן.
ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.


בסך הכל האט דער מחנך געזאגט אז דער בחור האט פינקטליך ארויס דעם טאטענס "לצורך פרנסה" פאן, און אויב דער טאטע מאכט א לעבן דערמיט פאר זיינע שטיתים קענסטי נישט האבן קיין טענות ווען דער בחור ניצט עס אויף זיינע זאכן.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יוני 11, 2018 9:11 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דער רבי ז"ל פלעגט אנדערש זאגן... קענסטו דעם טייטש בנערינו ובזקינינו נלך אין די שובבים תורות... אז מיר זענען נישט גוט, כאטשיק די קינדער!!!

(וועלעכע רבי ז"ל??)
יא יא! דאס איז גוט פאר תפילה צו הקב"ה אבער נישט אויף צו פייניגן מענטשן.....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יוני 11, 2018 9:24 pm

איך זעה נישט קיין אנדערע עצה חוץ הויפענעס קאפיטלעך תהלים יעדן טאג.

אוודאי דארף מען טוהן די מערסטע השתדלות וואס איז שייך, זיין נאענט מיט די קינדער, די קינדער זאלן זיך פילן באקוועם מיט די עלטערן צו פארציילן אויב איינער האט זיי געוויזן א סמארטפאון וכדומה, האלטן א שמירה אויף די קינדער, די אלע זאכן זענען באמת וויכטיג און העלפט בעזר השם.

אבער נאך אלעם איז אוממעגליך צו פארמיידן אומפאראויסזעענדיגע נסיונות אן א שטארקע סייעתא דשמיא. איין באשעפער קען העלפן, און ביודעי ומכירי קאמינא פון אידן וואס לייגן אריין אסאך תהלים להצלחה פון די קינדער וואס די טרערן גייען נישט לאיבוד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יוני 11, 2018 9:29 pm

להודיע האט געשריבן:ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.

זייער ריכטיג! נאו קוועדזש"ן אבאו"ט אי"ט אז ריזיגע פראצענטן פון סמארטפאון עדיקטס זענען קינדערלאך וואס האבן נעבעך נישט באקומען דאס נאטורליכע געפיל און ליבשאפט און ווי אויך א אמתע ביישפיל פון אן אמונה'דיג לעבן, און נאר פארדעם איז ער געגאנגען צום סמארטפאון ממלא צו זיין זיין חסרון.
און דעריבער וועט א מלחמה קעגן סמארטפאונ'ס דעפענעטל"י נישט גענוג זיין (אודאי מוז עס אויך זיין, כמובן), ווייל הונגעריג פאר אביסל געפיל איז ער, אמת'ע יודישקייט ווייסט ער נישט געהעריג וואס דאס איז, און אוטאמאטיש איז ער נישט סוקסעספול אינעם סיסטעם..... סוי מה יעשה הבן שלא יחטא? חרמות מיט פסק דין'ס מיט איסורים פון גדולי הדור וועט אים נישט העלפן, ווייל עס אינטערעסירט אים נישט דעם סיסטעם בכלל ווייל וואס גיט עס אים דען? און דער סמארטפאון גיט אים שוין איינמאל.... און נאכדערצו אז היינט האבן זיי שוין א סיסטעם פאר זיך.... כידוע, זיי זענען ליידער זייער אקעי אזוי
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

הרב_שלום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג יוני 11, 2018 10:38 pm

אויב איז דא א רעצפערט ווי אזוי צו האבן עטליכע קינדער, דאן פארוואס ביי די אלע וואס פארמאגען ליידער אן אפגעפארענע קינד פארמאגען אויך גאר חשובע קינדער?
ווען איר קויפט אויף עמעזאן גייט דורך די לינק https://amzn.to/2LunflG ביטע טוט עס בוקמארקן
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יוני 11, 2018 10:46 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אויב איז דא א רעצפערט ווי אזוי צו האבן עטליכע קינדער, דאן פארוואס ביי די אלע וואס פארמאגען ליידער אן אפגעפארענע קינד פארמאגען אויך גאר חשובע קינדער?

און פארוואס איז דא פאמיליעס וואס רוב עולם זענען אפגעפארן און איין קינד איז א צדיקל?
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 pm

העי מר. נשמת, השגת גבול. דו נוצט מיינע סארט רייד, און סעניאר למעלה גלייכט נישט ווען איך רעד אזוי...
בוי זיך זעלבסט

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג יוני 12, 2018 12:25 am

אז מען קוקט אריין אין די אסיפת המלמדים פון רביה"ק מסאטמאר זעהט אז מען דארף מחנך זיין נאר מיט חזר'ן פון אינגווייז אן למשל פונקט ווי יעדע קינד ווייסט נישט אנצינדען א לעקטער שבת ווייל מען חזר'ט עס מיט א קינד טויזענט מאל אין אויך מוקצה וכהנה רבות
די זעלבע דארף מען חזר'ן נאכאמאל אין נאכאמאל ווי אזוי א איד דארף זיך פירן מיט פשטות אין ערליכקייט האלטן אין איין חזר'ן מיט די קינדער אז אונז זעמער ערליכע אידן
למשל (איך רעכן אויס זאכען נאר עטליכע זאכן אלץ דוגמא וואס מען קען אריין פרעגלען אינגערהייט)
איינבאקן פאר קליינע קינדער נעגל וואסער
קדושת ציצית
מאכען ברכות
ערליך בענטשען
ברכת המפיל (נישט אויסרעדן נאכדעם)
פון ווען מען קען שוין אויס לערנען נזהר זיין אין סוף זמן קריאת שמע
נישט רעדן ביים דאווענען
נאך זאגן אמן
נישט ארין לייגן די קאפ אין זיך פיצן
נישט מאכען קיין עסק פון חיצוניות
נישט ליגן אין גשמיות אכילה ותענוגים

נאכדעם עשה טוב
ארויס ווייזען א הנאה אין א ברען אין א מצוה
חנוכה ליכט מיט א חשק אין א ברען
שאקלאן לולב
בדיקת חמץ
ליל הסדר
ימים טובים
איך רעד נישט פון הכנות להמצוה וואס נישט יעדער קען למשל - באקן מצות - גיין קויפן ד' מינים - בויען א סוכה - עוסק זיין אין קויפן תפילין

דער עיקר איז אז פון ווי אינגער דו הייבסט אן צו לערנען אז מען רירט נישט צו שבת צו קיין מוקצה זאך אלץ מער וועט ער זיין געווארענט אין מוקצה (וכן בשאר דברים)

ואם אתה עושה כן דו לעבסט מיט די קינדער מיט מער רוחניות האט מען מער שאנסן אז זיי זאלן נישט וועלען נאכגיין נאך די נסיונות ווייל ער איז שטארק צו געוואינט מחמת רגילות מיט יראת שמים
אין דאס וואס געוויסע שרייבן וועגען אהבת ד' אין קינדער זעהט מיר אויס ווי א מדריגה וואס דארף נאכקומען מען קען דאס נישט לערנען

אין וועגען ארויס ווייזען ליבשאפט צו קינדער האב איך געזעהן ביי ערליכע אידן אז זיי האבן נאר ארויס געוויזען ווען דאס קינד האט עפעס געטוען אן עקסטער זאך למשל גענדיגט א לימוד זיך פארהערט אבער סתם אזוי איז איז געווען א שטיקל יראה אין דרך ארץ צו די עלטערען א קינד איז נישט דיין חבר ער דארף וויסען אז עלטערען פארשטייען בעסער פון אים

והעיקר כל העיקרים אסאך תפילות אין אליין זיין גוט

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 12, 2018 12:50 pm

צו געזונט האט געשריבן:העי מר. נשמת, השגת גבול. דו נוצט מיינע סארט רייד, און סעניאר למעלה גלייכט נישט ווען איך רעד אזוי...

וועלעכע נקודה?
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 12, 2018 12:52 pm

ווי האלט איך דא האט געשריבן:אין וועגען ארויס ווייזען ליבשאפט צו קינדער האב איך געזעהן ביי ערליכע אידן אז זיי האבן נאר ארויס געוויזען ווען דאס קינד האט עפעס געטוען אן עקסטער זאך למשל גענדיגט א לימוד זיך פארהערט אבער סתם אזוי איז איז געווען א שטיקל יראה אין דרך ארץ צו די עלטערען א קינד איז נישט דיין חבר ער דארף וויסען אז עלטערען פארשטייען בעסער פון אים

זאכע שטותים צו שרייבן.....
איר ווייסט לכאורה נישט וואס א ערליכע יוד מיינט! ביטע....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » דינסטאג יוני 12, 2018 1:08 pm

להודיע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער


דער "מחנך" זאל מוחל זיין גיין ארבעטן ביים קאשיר אין גראסעריי. אזעלכע נארישקייטן צו רעדן.
ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.

איך ווייס נישט ווי לאנג די פלאנסט צי לעבן אין די בליינד, און לייקענען פאקטן.

דער בעסטע קינד וואס וואקסט אויף געזונט, וויל נאך אלץ נאכמאכן זיין טאטע, און אויב זיין טאטע ווישט ארום אויפן פאון יעדע ליאדע מינוט, רייצט דעיס אן זיין געזונט קינד און די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט עקסעס וועט ער אויך אנהייבן מיט די זעלבע ווישעריי. איך בין נישט לאנג צירוק געווען אינטער די אכצן, קענסט מיך נישט פאפן. און איך ווייס נישט צי די פרובירסט צי ברואיגן דיינע גילטי פילינגס, אז יענע מחנך וואס האט גוט געזאגט וועט ווערן א קעשיר.

יא קינדער פון טאטעס וואס האבן נישט טעקסט האבן פארצענטואל א קלענערע שאנס פון ארויספאלן.

למעשה איז דא א סולושען, בעיקר פאר אפסטעיט וואס רוב עולם האט קארס, מען האט א סמארטפאון אדער טעבלעט אין קאר, לצורך פרנסה, און און ביהמ''ד און און דערהיים רייסט מען אריין מיטן פשוטען פליפ פאון, נאך מיטן טענענט, פשוט פאר חינוך, עפעס מעג מען נאך טוהן פאר די קינדער, אבער לעבן און דינייעל איז נישט קיין מהלך.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 12, 2018 1:09 pm

ביי ערליכע אידען האב איך געזען אז זיי ווייזען א געוואלד מיט ליבשאפט פאר זייערע קינדער סתם ווייל זיי האבען זיי ליב. און "נאך מער" ווי געווענליך, ווען זיי טוען עפעס גוט!!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 12, 2018 1:24 pm

ס'מאלט זיך וואסער( אדער אפשר חינוך..)
אבער קיין ערנסטע נושא וועגן די חינוך פראבלעם זעה איך נישט
וואו איז דער יליד אנטלאפן...
מ'טוט עס נישט, דו האסט דא אנגעמאכט א צומישעניש.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » דינסטאג יוני 12, 2018 2:11 pm

איינס האט געשריבן:ס'מאלט זיך וואסער( אדער אפשר חינוך..)
אבער קיין ערנסטע נושא וועגן די חינוך פראבלעם זעה איך נישט
וואו איז דער יליד אנטלאפן...
מ'טוט עס נישט, דו האסט דא אנגעמאכט א צומישעניש.

דו פארשטייסט נאך אלץ נישט? דאס האט ער געוואלט, פרעגן א באמבע קשיא און אפטראגן פון שטח.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 12, 2018 2:12 pm

Spokesman האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ס'מאלט זיך וואסער( אדער אפשר חינוך..)
אבער קיין ערנסטע נושא וועגן די חינוך פראבלעם זעה איך נישט
וואו איז דער יליד אנטלאפן...
מ'טוט עס נישט, דו האסט דא אנגעמאכט א צומישעניש.

דו פארשטייסט נאך אלץ נישט? דאס האט ער געוואלט, פרעגן א באמבע קשיא און אפטראגן פון שטח.

די קשיא איז נישט קיין באמבע
אויב וואלט ער געהאט א תירץ וואלט דאס געווען א באמבע
ווייל ס'זהעט אויס א נושא וואס אינטערסירט דעם עולם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 12, 2018 2:34 pm

איינס האט געשריבן:אויב וואלט ער געהאט א תירץ וואלט דאס געווען א באמבע
ווייל ס'זהעט אויס א נושא וואס אינטערסירט דעם עולם

אוודאי אינטערסירט עס דעם עולם, די שאלה איז נאר.... וואס איז איז מען גרייט צו 'טוהן' פאר דעם.

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג יוני 12, 2018 2:49 pm

רצון טוב האט געשריבן:סעקירויטי אדער אידישקייט?

לעצטענס טוען געוויסע מוסדות צוזאמנעמען די עלטערן צו לערנען די אינגווארג איבער נסיונות און זיי ערקלערן אז זיי זאלן "צוליב סעקיוריטי" וואטשן פין משחיתים
די פראגע איז צו דאס אריינברענגען אינעם קינד אז דאס איז בלויז פאר 'סעיפטי', נעמט נישט אוועק פינעם אידישן חינוך.

פארקערט, רעדן פון דעם ענין אלץ א אידישקייט בין אדם למקום פראבלעם אפילו עס איז אמת האט אוועקגעשטעלט א צווייפאכיגן חורבן.
א. דער משחית פילט סך הכל ווי ער טוט אן עבירה, א גרויסע נעוויירע, און מיטן באשעפער וועט ער זיך שוין איבערבעטן.
ב. דאס קינד, דער נפגע פילט ווי ער איז געווען דא א שותף לדבר עבירה, האט מורא צו פארציילן די עלטערן ווייל זיי קענען איהם שטראפן אויפן עבירה, און דרייט זיך מיט גילטי קאנטשעס אן טאפ פון די אביוז געפילן און דאס לייגט איהם צוגרינד.

משא"כ אויב פרעדיגט מען עס איין אלץ סעיפטי אישו, פארדינט מען צווייזייטיג
א. דער משחית טראכט 2 מאל, פונקט ווי ער וואלט נישט אפגעהאקט א קינדס האנט אדער געשניטן אן אויער.
ב. דער קינד האט נישט נאכדעם די שעדליכע גילט געפילן על לא עוול בכפו, פונקט ווי ער פילט נישט גילטי אויב א סטרענזשער באכעט איהם אן די ביינער.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג יוני 12, 2018 4:36 pm

איך וויל אייך עפעס פרעגן, פארוואס ווען איך זאג אייך יעצט אז טראמפ האט נארוואס געזאגט אז ער גייט ביז 48 שעה שיסען זעקס אטעמ'ס אויף רוסלאנד, און אז א טרעין האט זיך איבערגעדרייעט און כינע מיט 4000 טויטע דארף איך ברענגן א מקור..

אבער ווען א ניק קומט דא ארויף שרייבן איבער דאס הייליגסטע ביי אונז, נעמליך יסודות אויף עניני חינוך, קען מען שרייבן כל מיני שטותים אן קיין מקור.
ביטע, אויב האט איר עפעס צו זאגן איבער א מהלך, ביטע ברענגט אויף אלעם מקורות מפי ספרים קדושים, און אזוי קען מען שרייבן פאר'ן פאבליק וואס מ'ווייסט נישט ווער עס וועט דאס לייענען און חלילה הערן און טוען זאכן וואס האט נישט קיין ערליכען מקור.

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » דינסטאג יוני 12, 2018 5:05 pm

Spokesman האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער


דער "מחנך" זאל מוחל זיין גיין ארבעטן ביים קאשיר אין גראסעריי. אזעלכע נארישקייטן צו רעדן.
ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.

איך ווייס נישט ווי לאנג די פלאנסט צי לעבן אין די בליינד, און לייקענען פאקטן.

דער בעסטע קינד וואס וואקסט אויף געזונט, וויל נאך אלץ נאכמאכן זיין טאטע, און אויב זיין טאטע ווישט ארום אויפן פאון יעדע ליאדע מינוט, רייצט דעיס אן זיין געזונט קינד און די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט עקסעס וועט ער אויך אנהייבן מיט די זעלבע ווישעריי. איך בין נישט לאנג צירוק געווען אינטער די אכצן, קענסט מיך נישט פאפן. און איך ווייס נישט צי די פרובירסט צי ברואיגן דיינע גילטי פילינגס, אז יענע מחנך וואס האט גוט געזאגט וועט ווערן א קעשיר.

יא קינדער פון טאטעס וואס האבן נישט טעקסט האבן פארצענטואל א קלענערע שאנס פון ארויספאלן.

למעשה איז דא א סולושען, בעיקר פאר אפסטעיט וואס רוב עולם האט קארס, מען האט א סמארטפאון אדער טעבלעט אין קאר, לצורך פרנסה, און און ביהמ''ד און און דערהיים רייסט מען אריין מיטן פשוטען פליפ פאון, נאך מיטן טענענט, פשוט פאר חינוך, עפעס מעג מען נאך טוהן פאר די קינדער, אבער לעבן און דינייעל איז נישט קיין מהלך.

ב''ה סנאך דא מיט וועמען צוגיין צום טיש

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יוני 12, 2018 5:15 pm

דער קוטשער האט געשריבן:
אבער ווען א ניק קומט דא ארויף שרייבן איבער דאס הייליגסטע ביי אונז, נעמליך יסודות אויף עניני חינוך, קען מען שרייבן כל מיני שטותים אן קיין מקור.


אויף וואס דארפסטו א מקור?
אז ווען דו זון שיינט איז טאג?
אז אהבה איז מקרב?
אז פון רעגן ווערט מען נאס?
אז זויערקייט איז מרחק?
אז צוקער איז זיס?
אז מאה דעלך סני לחברך לא תעביד גייט אויך אן פון עלטערן צו קינדער?
אז ס'איז באמת נישטא קיין גארענטי אויף חינוך, פונקט ווי ס'איז נישטא אויף פרנסה און געזונט?
אז ס'איז דא א חיוב השתדלות?

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יוני 12, 2018 5:18 pm

Spokesman האט געשריבן:יא קינדער פון טאטעס וואס האבן נישט טעקסט האבן פארצענטואל א קלענערע שאנס פון ארויספאלן.


ישר כח פארן אראפנאגלען די פאקט

דרך אגב, וואס זענען נאר די רעשיאס? איך זיך די פונקטליכע ציפערן

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יוני 12, 2018 5:22 pm

יוד אלף, דער פאקט איז באזירט אויף די צעטלעך פון "המעוררים", נישט גענוג א שטארקע מקור ?

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 12, 2018 5:27 pm

מ'האט געעפנט א אשכול, און די בעל האשכול האט נאר אנגעהויבן אז ער גייט שרייבן, ביז דערווייל נאך גארנישט געשריבן... :lol:
לעצט פאראכטן דורך איתמר אום פרייטאג יוני 15, 2018 12:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יוני 12, 2018 5:41 pm

איתמר האט געשריבן:מ'האט געעפנט א אשכול, און די בעל האשכול האט נאר אנגעהויבן אז ער גייט שרייבן, ביז דערווייל נאך גארנישט געשריבן... :lol:
אבער אז עס איז שוין די אזא אשכול וואלט איך געוואלט פרעגן ווער עס האט א ידיעה אביסל אין חינוך, איבער א קינד (7 יאר) וואס איז א מורא'דיגע עקשן און וויל זיך נישט ברעכן פאר קיין שום געלט. האט איינער א מהלך ווי שטרעג מען דארף גיין מיט אים, אדער לאזן אויספירן?


דיסציפלין האט נישט מיט די שטרענגקייט אויף דיין פנים און נישט ווי הויעך די שרייסט (איך שרייב נישט קיין מקור)
עס האט מיט די אינערליכע שטארקייט ביי דיר אין הארץ
וויסן וואס די פארלאנגסט
נישט אריין אין א טענה'ריי
נישט זיך דערשרעקן פון טענדראמס

למשל מיין 6 יעריגס נעכטן שוין נאך 8טע, האט שוין געהאט א פיעטש, מיט א פאקסי מיט וואסער, די מאמע שיקט איר אריין אין בעט
זי האט אנגעהויבן פארפירן אז זי דארף א קיפעלע, איך זייענדיג פארנומען מיט אנדערע קינדער הער איך ווי עס קומט פאר א העפטיגע טענה'ריי צווישן מיין ווייב און מיין טאכטער ( די מאמע איז געווען נישט זיכער מיט איר פארלאנג, טראכטענדיג אפשר איז זי טאקע הונגעריג, נישט ווייל זי האט געמיינט אז דאס קינד האט נישט געגעסן גענוג, נאר ווייל די טענה'ריי האט איר צומישט, איך האב דאך אבער געוויסט אז זי איז נישט הונגעריג)
גיי איך צו צו מיין טאכטער, רואיג אבער הארט, מען דארף יעצט אריין אין בעט
זי האט אנגעהויבן טענה'ן, זאג איך איר קוק מיר און די אויגן און זאג וואס בין איך פאר דיר, זי זאגט ביסט מין טאטע, זאג איך איר איך האב געזאגט אריין אין בעט און די גייסט פאלגן
זי האט זיך אראפ געלייגט אויף די ערד וויינענדיג "יעדער מאכט מיר אייביג וויינען" איך האב איר געגעבן 120 סקונדעס אין נאכאמאל איבערגעזאגט רואיג אבער הארט, מען דארף יעצט אריין אין בעט א מינוט נאכדעם איז זי געווען אין בעט אין געליינט קריאת שמע מיט א שמייכל
(אגב ס'נישט א ידיעה אין חינוך פשוט מיין עקספעריענס)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט