וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יליד מאנסי
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

תגובהדורך יליד מאנסי » מיטוואך יוני 06, 2018 4:41 pm

אחדשה"ט באה"ר.

זיך דרייענדיג אינ'ם אומפארצייכענטען שטח פון חינוך והמסתעף די לעצטע יאר צענדליג, בבחי' זנב לאריות, וויל איך דא ארויסברענגען געדאנקען וואס איך קלער אז עס איז ווערטפול פאר די עולם צו וויסן.
ווער עס וויל זיך טענה'ן \ מודה זיין \ וכדו', איז העפליך איינגעלאדנט
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך יוני 06, 2018 4:52 pm

Subscribed

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 06, 2018 5:00 pm

ג"א
___
איך מיין די טאפיק זאל קודם זיין וואס זענען די נסיונות און דענאך וויאזוי צו זיי פארמיידן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

HelpMe
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יוני 06, 2018 5:02 pm

יליד מאנסי האט געשריבן:אחדשה"ט באה"ר.

זיך דרייענדיג אינ'ם אומפארצייכענטען שטח פון חינוך והמסתעף די לעצטע יאר צענדליג, בבחי' זנב לאריות, וויל איך דא ארויסברענגען געדאנקען וואס איך קלער אז עס איז ווערטפול פאר די עולם צו וויסן.
ווער עס וויל זיך טענה'ן \ מודה זיין \ וכדו', איז העפליך איינגעלאדנט

נו פתח פיך ויאירו דבריך

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך יוני 06, 2018 5:16 pm

א גוטע טאפיק. מיר ווארטן צו הערן
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך יוני 06, 2018 5:19 pm

אויב איך מעג אריינהאקען


פארמיידן פון נסיונות איז זייער שווער...

גיסן ליבשאפט פאר קינדער/תלמידים אז זיי זאלן אוועקשטיין פון נסיונות דאס איז מעגליך...

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יוני 06, 2018 5:27 pm

נסיונות איז נישט א זאך וואס מען קען פארמיידען, פארדעם זענען מיר דאך דא אויף די וועלט, מען דארף עס נאר קענען ביישטיין
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 06, 2018 5:29 pm

אחת ואחת האט געשריבן:נסיונות איז נישט א זאך וואס מען קען פארמיידען, פארדעם זענען מיר דאך דא אויף די וועלט, מען דארף עס נאר קענען ביישטיין

ער מיינט דאס וואס מען רופט "היינטצוטאגס" נסיונות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יוני 06, 2018 5:42 pm

צום קעפל עס איז נישט שייך צו פארמיידן פינטל, וואס יא איז זיי אנגרייטן אז די היינטיגער וועלט איז א גרויסער מלחמה און אים אויסלערנען ווי אזוי זיך צו שלאגן דערמיט.

גיסן ליבשאפט אהבה מיט די אלע סארט אויסדריגן העלפט ווייניג ווייל די גאס שטעלט אן א פנים ווי זיי געבן אסאך מער ליבשאפט ווי אויכט ווען ער ראנגעלט זיך שוין מיט ניסיונות העלפט נישט די אלע זאכן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 06, 2018 6:12 pm

סעקירויטי אדער אידישקייט?

לעצטענס טוען געוויסע מוסדות צוזאמנעמען די עלטערן צו לערנען די אינגווארג איבער נסיונות און זיי ערקלערן אז זיי זאלן "צוליב סעקיוריטי" וואטשן פין משחיתים
די פראגע איז צו דאס אריינברענגען אינעם קינד אז דאס איז בלויז פאר 'סעיפטי', נעמט נישט אוועק פינעם אידישן חינוך.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך יוני 06, 2018 6:16 pm

אחת ואחת האט געשריבן:נסיונות איז נישט א זאך וואס מען קען פארמיידען, פארדעם זענען מיר דאך דא אויף די וועלט, מען דארף עס נאר קענען ביישטיין


רט
אלט מאנרא האט געשריבן:צום קעפל עס איז נישט שייך צו פארמיידן פינטל, וואס יא איז זיי אנגרייטן אז די היינטיגער וועלט איז א גרויסער מלחמה און אים אויסלערנען ווי אזוי זיך צו שלאגן דערמיט.

גיסן ליבשאפט אהבה מיט די אלע סארט אויסדריגן העלפט ווייניג [זיך מתגבר זיין, אבער נישט פארמיידן] ווייל די גאס שטעלט אן א פנים ווי זיי געבן אסאך מער ליבשאפט ווי אויכט ווען ער ראנגעלט זיך שוין מיט ניסיונות העלפט נישט די אלע זאכן


איינס האט געשריבן:ג"א
___
איך מיין די טאפיק זאל קודם זיין וואס זענען די נסיונות און דענאך וויאזוי צו זיי פארמיידן

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך יוני 06, 2018 6:22 pm

דעס באלאנגט נישט אינטער ידיעות התורה /ביה"מ
אין ביה"מ איז ממילא די נסיונות שטארק רעדעצירט

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך יוני 06, 2018 6:24 pm

וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות???
די ערשטע זאך תפלה אין תפלה אין נאכאמאל תפלה
צווייטענס א ווארימע שטיב אין א געזינטע שלום בית
דריטענס זייער וויכטיג, ווי ווייניגער אויספיצען די קינדער, אין אנדערע ווערטער ווי מער פארפרימט
פערטענס א שטארקע שמירה פארשטייט זיך
אין די עיקר אליין זיין ערליך, ווייל קינדער זענען זייער שטארקע מבינים וואס די עלטערן זענען, אין ווייסען פינקליך וואס די עלטערן ווילן באמת זיי זאלן אויסוואקסן
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » מיטוואך יוני 06, 2018 6:31 pm

ליבשאפט העלפט אלעמאל

עס האט מיר דערציילט א מחנך מומחה מיט אסאך עקספיריענס אין די נושא פון אוועקגעפאלענע בחורים, עטליכע פעלער וויאזוי ער האט בס"ד געראטעוועט דורכן צאמברענגען די הערצער פון די עלטערן מיטן קינד און דאס איז א יסוד גדול אז קינדער האבן נאר איין טאטע מאמע בכל מצב שהוא און זיי האבן איהם ליב און קוקן ארויס פאר זיין הצלחה

מיינט נישט אז זיי דארפן האלטן מיט איהם ווען ער טוט נישט גוט, אבער ליבשאפט דארף אייביג זיין

בדרך כלל א קינד וואס קומט פון א געזונטע שטוב און ער שפירט באמת אז זיינע עלטערן האבן אים ליב ריגארדלעסס נאר ווייל ער איז זייער קינד, וועט גרינגער עומד זיין בניסיון

אזוי האט מיר דער מחנך געזאגט

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך יוני 06, 2018 6:33 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:צום קעפל עס איז נישט שייך צו פארמיידן פינטל, וואס יא איז זיי אנגרייטן אז די היינטיגער וועלט איז א גרויסער מלחמה און אים אויסלערנען ווי אזוי זיך צו שלאגן דערמיט.

גיסן ליבשאפט אהבה מיט די אלע סארט אויסדריגן העלפט ווייניג ווייל די גאס שטעלט אן א פנים ווי זיי געבן אסאך מער ליבשאפט ווי אויכט ווען ער ראנגעלט זיך שוין מיט ניסיונות העלפט נישט די אלע זאכן


איר האט שוין גרויסע קינדער?

ליבשאפט איז דער שליסעל און יסוד

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך יוני 06, 2018 6:38 pm

א. טראכטער האט געשריבן:ליבשאפט איז דער שליסעל און יסוד

איר מיינט אוודאי מיט א פרייליכע גיטע שטיב
ווייל א שטיב מיט א אנגצויגענע אטמספער איז א שליסל פאר פראבלעמען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יוני 06, 2018 6:53 pm

און וואס מיינט נסיונות ביי איינעם, איז גאר דאס גוטס ביי א צווייטען...
בוי זיך זעלבסט

קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: אויף מיין פלאץ

תגובהדורך קאטטשקעלע » מיטוואך יוני 06, 2018 7:49 pm


אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 06, 2018 8:08 pm

איך מיין אז מען זאל ערשט לאזן די פותח קומן צום ווארט און דערנאך זאלן מגיבים אריין קומען געבן זייער מיינונג.

עס קוקט אויס ווי יעדע וויל אז נאך פאר ווען וואס זאל מען האבן געהערט וואס איך האלט...
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 06, 2018 9:02 pm

די ענטפער צום קעפל איז... א שטיקעלע גמרא: כך הקב"ה אמר להם לישראל, בני, בראתי יצר הרע, ובראתי לו תורה תבלין, ואם אתם עוסקים בתורה אין אתם נמסרים בידו, שנאמר הלא אם תטיב שאת, ואם אין אתם עוסקין בתורה אתם נמסרים בידו, שנא' לפתח חטאת רובץ, ולא עוד אלא שכל משאו ומתנו [רש"י - של יצה"ר] בך [רש"י - להחטיאו], שנאמר ואליך תשוקתו, ואם אתה רוצה אתה מושל בו [רש"י - עסוק בתורה ואתה מושל בו] שנאמר ואתה תמשל בו.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 06, 2018 9:15 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:צום קעפל עס איז נישט שייך צו פארמיידן פינטל, וואס יא איז זיי אנגרייטן אז די היינטיגער וועלט איז א גרויסער מלחמה און אים אויסלערנען ווי אזוי זיך צו שלאגן דערמיט.

גיסן ליבשאפט אהבה מיט די אלע סארט אויסדריגן העלפט ווייניג ווייל די גאס שטעלט אן א פנים ווי זיי געבן אסאך מער ליבשאפט ווי אויכט ווען ער ראנגעלט זיך שוין מיט ניסיונות העלפט נישט די אלע זאכן

זייער נישט ריכטיג! כידוע פאר ווער עס ווייסט און פארשטייט....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יוני 06, 2018 10:58 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די ענטפער צום קעפל איז... א שטיקעלע גמרא: כך הקב"ה אמר להם לישראל, בני, בראתי יצר הרע, ובראתי לו תורה תבלין, ואם אתם עוסקים בתורה אין אתם נמסרים בידו, שנאמר הלא אם תטיב שאת, ואם אין אתם עוסקין בתורה אתם נמסרים בידו, שנא' לפתח חטאת רובץ, ולא עוד אלא שכל משאו ומתנו [רש"י - של יצה"ר] בך [רש"י - להחטיאו], שנאמר ואליך תשוקתו, ואם אתה רוצה אתה מושל בו [רש"י - עסוק בתורה ואתה מושל בו] שנאמר ואתה תמשל בו.

און דאס קינד וואס האלט נישט דערביי שוין פון קליינווייז אן זאל מען וויאזוי בעהאנדלען? אזוי ווי איין מלמד האט געזאגט. קודם שלאג אים אז ער זאל לערנען און נאכדעם וועט ער עס שוין סייווי ליב האבען?
בוי זיך זעלבסט

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » מיטוואך יוני 06, 2018 11:00 pm

ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » מיטוואך יוני 06, 2018 11:16 pm

אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער


Ever heard about FAKE NEWS? this story is FAKE CHINUCH!!!
It's the answer of lazy people to all the problems. This guy should not answer phone calls for eitza
This is false. False. False.
True CHINUCH is. Yes. The father has a smartphone with a filter for what he needs base on the heater from rabbanim. The butcher should not have a smartphone to satisfy his yetzer horah.
A butcher knows that. He is not domb.
Same as some people have guns. And some people drive military tanks. Others don't.
This FAKE CHINUCH is what bring down Yiddishkeit

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 11:27 pm

דער נקודה קען זיין זייער ריכטיג!! כידוע מצדיקים שזהו העיקר, אז א קינד זעהט ביים טאטן אז צו זיין א איד א ירא ה' איז איהם דאס וויכטיגסטע, דאן גייט עס אין די ביינער!
וזה נקרא מסורת אבות!!! (משא"כ א שיינה תורה ביים שבת טיש, וד"ל)

*
אבער בפרטיות אויף דעם מעשה וואס ר' אוהב ציון האט געברענגט בין איך דן לכף זכות אז לכאורה פעהלט א חלק פונעם מעשה
ווייל דאס אליין איז "עצה"? אדער הדרכה?

אודאי דארף מען אויך מדריך זיין צו טוהן וואס איז ריכטיג למנוע המגיפה, און מ'דארף זיין א סור מרע, אבער אויף לאחר המעשה איז עס נישט קיין עצה כמובן לכל מבין.
וקצרתי


---
מ'האקט אריין עפעס כעין זה....


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט