ספעלט מצות, איז דאס כשר לפסח?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:36 pm

יהיה כן האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:אפשר גייט מען ארויס פון דעם עילום שם און מ'ברענגט א גאולה לעולם ווען מזאגט בשם אומרו?

מלכים ב פרק א
המבלי אין אלהים בישראל אתם הלכים לדרש בבעל זבוב אלהי עקרון
כלומר -מהמבלי אין דיינים בישראל?
פרעג דיר דיינע מורי הוראות אין איזראעל

שטרענגע דיבורים

אוועטאר
חד יומא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:21 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיר האט הגאון בעל אגלי דבש געזאגט א טאג פאר פסח (נאכן קויפן נישט וואוסענדיג אז עס איז שאלה׳דיג) אז אויב עס איז מיר נישט ממש גאר וויכטיג זאל איך גיין איבערקויפן געהעריגע מצות.

ממש כש"כ לעיל
חד יומא האט געשריבן:שמעתי בשם תלמיד מובהק ממרן בעל שבט הלוי זצ"ל שמרן זצ"ל הורה שמי שצריך לאכול ספעל"ט מחמת סיבת רפואה נחוץ מותר לו לאכול ספעל"ט ויכול לצאת בו אף הכזיתים מן התורה, אבל מי שאין לו סיבת רפואה נחוץ לא יאכל ספעל"ט בכלל

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:28 pm

איך שרייב נאר מפי זכרון און לא להלכה ובוואדאי לא למעשה...

דער בעל מנחת יצחק האט געהאלטן אז אויף ווייץ ווייסן מיהר די שיעור פון חימוץ - 18 מינוט. אבער אויף ספעלט ווייסן מיהר פשוט נישט די שיעור. דאס איז לגבאי כשרות. בנוסף דארף מען וויסן אויב דאס איז בכלל חיטה פון וואס מען קען יוצא זיי די מצווה. אני לכשעצמי נוץ עס נישט פאר די כזיתים. אבער מיהר האבן עס אין שטוב ווייל עס איז א צורך גדול.

וויכטיגע דערמאנונג: איי-וועלט איז נישט קיין פוסק. איעדער זאל פרעגן זיין פוסק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:42 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך שרייב נאר מפי זכרון און לא להלכה ובוואדאי לא למעשה...

דער בעל מנחת יצחק האט געהאלטן אז אויף ווייץ ווייסן מיהר די שיעור פון חימוץ - 18 מינוט. אבער אויף ספעלט ווייסן מיהר פשוט נישט די שיעור. דאס איז לגבאי כשרות. בנוסף דארף מען וויסן אויב דאס איז בכלל חיטה פון וואס מען קען יוצא זיי די מצווה. אני לכשעצמי נוץ עס נישט פאר די כזיתים. אבער מיהר האבן עס אין שטוב ווייל עס איז א צורך גדול.

וויכטיגע דערמאנונג: איי-וועלט איז נישט קיין פוסק. איעדער זאל פרעגן זיין פוסק.

ווי דערמאנט אויבן, האט דער מנח"י גערעט וועגן מיני שעורים ווי שיבולת שועל ושיפון און נישט אויף כוסמין וואס איז מין חיטה, אזוי זעט מען קלאר פון די תשובה און אויך אזוי זאגט דער רב רב וואס איז די שואל צום מנח"י.
עי' מיינע פריערדיגע תגובות שוין ברייט צונומען די זאך.

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג מארטש 18, 2018 4:18 am

שמעתי מרבי שלמה לייב וויינבערגער שהחמיר מאוד שלא ליקח ספעלט לכזיתים רק לצורך גדול מאוד, ואמנם יש כמה אנשים ששאלו את הגאון האדיר משארמאש זצ"ל ולכולם כאחד השיב שאין שום חסרון בזה, וידוע שהוא בעצמו הי' לוקח ספעלט למצות וגם לכזיתים, וכן שמעתי מהגאון רבי יודל גרובער שליט"א שאמר שאין בזה שום חסרון ובפרט למי שצריך לזה שיכול לצאת בזה הכזיתים מצה לכתחילה.

וכל אחד ישאל את מורה הוראה שלו.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג מארטש 18, 2018 5:10 pm

א בריוו פון הרב לנדא וועגן די ספעלט מצות אז לכתחילה ניצן די כזיתים געהעריגע ווייץ.
צוגעלייגטע
המבשר.jpg
המבשר.jpg (101.76 KiB) געזעהן 171 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט