פרעס על טהרת הקודש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

פרעס על טהרת הקודש

תגובהדורך שמו » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:15 am

א צעטל וואס איך האב באקומען אין אימעיל
צוגעלייגטע
דרשה נחוצה הנוגע למעשה.pdf
(82.15 KiB) דאונלאודעד 79 מאל
דרשה נחוצה הנוגע למעשה 01.JPG
דרשה נחוצה הנוגע למעשה 01.JPG (226.93 KiB) געזעהן 2723 מאל
דרשה נחוצה הנוגע למעשה 02.JPG
דרשה נחוצה הנוגע למעשה 02.JPG (221.68 KiB) געזעהן 2723 מאל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:20 am

זאגט מיר איינער, ווי אזוי זאגט מען האצקענען אין לשון קודש?

"מקומות הקדושים"

יא יא ווייטאג וואס באדערט יעדען איד.
לעצט פאראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג מארטש 05, 2018 11:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:21 am

כה לחי ר' הירצקא

מיר האבן די מחאה ארויסגעברענגט תיכף אין שטוב זעענדיג דעם אדווערטייזמענט

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:40 am

כשר גערעכט.

עס האט איינער אמאל ארויסגעברענגט, אז ווען אן ערוואקסענער ערנסטער מענטש פארט צו די מקומות הקדושים, וועט אים נישט איינפאלן מיטצונעמען א קעמערע.

ואידך פירושא זיל גמור.

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:43 am

שואלכענין האט געשריבן:כשר גערעכט.

עס האט איינער אמאל ארויסגעברענגט, אז ווען אן ערוואקסענער ערנסטער מענטש פארט צו די מקומות הקדושים, וועט אים נישט איינפאלן מיטצונעמען א קעמערע.

ואידך פירושא זיל גמור.


פון ווען ווערט מען אנגערופן ערוואקסן לענין זה?

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:47 am

א 45 יעריגער איד, וועלכער פארט זיך אויסבעטן ישועות און רפואות, מיט אן ערנסטקייט און צעבראכן הארץ, פיהלט פאר א פחיתת הכבוד פאר זיך און בזיון פאר'ן מקום קדוש, ארויסצונעמען א קעמערע-סעלפאן, און כאפן א סעלפי פון זיך מיט די מציבה.

ליידער איז דאס היינט א נארמאלע זאך ביי די אינגווארג, און עס צייגט וויאזוי די גאנצע געפארעכץ זעט אויס, וד"ל.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:53 am

דברים ברורים ונכונים.
ובדומה לזה בענין קערעסטיר כבר נמצא כאן.
viewtopic.php?f=3&t=30323&p=1428866&hilit=קערעסטיר+פרעס#p1428866
עס דערמאנט ווי הרה״ג רבי אברהם חיים שפיטצער זצ״ל פלעגט ממש וויינען בי די דרשות ווי די צייטונגען זענען מגשם לגמרי יעדן ביסל אידישע הרגשים.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:06 pm

דברים אמיתים.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:08 pm

שמואל בארג האט געשריבן:דברים אמיתים.
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:14 pm

אן אריינגיין אין די עצם געדאנק וואס איך האלט אז דער בעל דרשן איז הייליג גערעכט, האב איך 2 הערות,
1] אז רוב פון די וואס פארן מקומות הק' מיינען נישט בעיקר די פרעס און די האצקען נאר דארפן באמת ישועות אבער היות די וועלט איז א באקוועמע און מען וויל נישט צוריק קימען צושאסן און צובראכען און אוסגעמיטשעט זוכט מען ווער עס שטעלט צו אש"ל און נסיעות בהרחבת הדעת, אבער כמעט קיינער פארט נישט אהין לשם האצקען נאר דער עיקר איז זיכער תפלות ותחנונים, די פראבלעם איז מער אז די קאמפאניס וואס ערעינזשען די נסיעות ווילן מאכן קאמפעטישען און מחמת זה לייגען זיי אריין מער גשמיות, אבער ביי די דינערס און פארטיס און חנוכה אדער 9 טעג עד'ס אדער מוצאי פסח פיצע איז טאקע עקלדיג וואס מען טוט.
2] ער טענה'ט אז אסאך פראבלעמען (כמו טעכנאלאגיע) קומען אדאנק די מגושמ'דיגע לעבנס שטייגער, אבער מען קען זאגען א סברא אויף פארקערט און מען קען דן זיין לכף זכות אז אנשטאט זיך שלאגן מיט די כוחות הרע פון די היינטיגע גויאישע שמיציגע וועלט קען מען מאכען "קאשער ענטערטעימענט" און גיין צו היימישע פארטיס און מקומות הקדשוים און זיך דארט ענזשויען, יעדער טאטע וואלט געקענט באשטיין אז זיין בחור זאל ענדערש ליגן אין גוטע פיצע אין די 9 טעג ווי איידער אין טעכנאלאגישע כלים וד"ל, זיכער איז בעסער ווען דער בחור וויל גארנישט נאר תורה 24-7 אבער דאס ווערט ליידער אלץ ווייניגער, ממילא איז די גאנצע פענאמען א בחי' פון בוחר רע במיעוטו. דאס איז נאר בדרך אפשר. ווייל מען קען זאגן ביידע סברות, איינס אז די צייטונגען און מאגאזינען ברענגען אריין דעם רוח ביין היימישען עולם און ווען נישט זיי וואלט מען נישט געוואוסט פון די פרעסעריי. אדער אז דער עולם איז שוין ממילא מגושם און די מאגאזינען קעיטערט צו די מענטשען. אזוי ווי די חקירה וואס איז געבוירן קודם די טשיקען אדער די איי.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:22 pm

מיין אפיניען, ר' הערצקא איז מורא'דיג גערעכט ליידער.

דניאל אויערבאך האט געשריבן:היות די וועלט איז א באקוועמע און מען וויל נישט צוריק קימען צושאסן און צובראכען און אוסגעמיטשעט זוכט מען ווער עס שטעלט צו אש"ל און נסיעות בהרחבת הדעת, אבער כמעט קיינער פארט נישט אהין לשם האצקען נאר דער עיקר איז זיכער תפלות ותחנונים.

נישט פונקט, ווייל די וואס ווילן פארן בעיקר פאר תפלות ותחנונים, איז נאך היינט דא גענוג מיט וועמען צו פארן, ווי מ'שלאפט יעדע נאכט אין א האטעל רואיג, און מ'קען מתפלל זיין מיט א רואיגקייט, און מ'קען עסן צו דער זעהט, אבער דאך איז נישט דאס דער פוינט, די וואס שטעלן צו די איבעריגע גשמיות, זיי פאמפען א שבת מרומם, און א זינגער, מיט א קומזיץ, און א רייכע עלעגאנטע יא"צ סעודה וכו'.

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אדער אז דער עולם איז שוין ממילא מגושם און די מאגאזינען קעיטערט צו די מענטשען.


דאס איז כפי מיטב ידיעתי ווייט פון אמת, דער עולם איז א חשוב'ער עולם, נאר די פאר באצאלטע וואס מאכן די עד'ס זענען מגושם, אדער קוקן זיי נאך וואס דער גוי'אישער וועלט עדווערטייזט, און לויט דעם טוען זיי זיך צושטעלן, און דאס איז א עקל און אפשיי.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:24 pm

שואלכענין האט געשריבן:א 45 יעריגער איד, וועלכער פארט זיך אויסבעטן ישועות און רפואות, מיט אן ערנסטקייט און צעבראכן הארץ, פיהלט פאר א פחיתת הכבוד פאר זיך און בזיון פאר'ן מקום קדוש, ארויסצונעמען א קעמערע-סעלפאן, און כאפן א סעלפי פון זיך מיט די מציבה.

ליידער איז דאס היינט א נארמאלע זאך ביי די אינגווארג, און עס צייגט וויאזוי די גאנצע געפארעכץ זעט אויס, וד"ל.

ס'האט נישט מיט 45 יאר, ס'האט מיט וויפיל ערנסקייט מ'האט, מ'קען זיין 60 יאר אן קיין זשעלי אין קאפ און זיין ביזי מיט די קעמרע, און מ'קען זיין 20 יאר און וויסן דעם ציל פארוואס מ'איז געקומען און נישט בייפאלן מיטצונעמען א קעמרע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:44 pm

שוין אן אלטע טענה וואס איך האב, די פרעסס היינט האט שוין דורך געבראכן אלע צוימען. איך האט געשיקט אן עימעיל צו ר' י.י. יאקובסאן (Rabbi YY Jacobson) נישט צו לאנג צוריק, ער איז שוין אן אויפגעקלערטער וואס האלט ENJOY LIFE.

בתוך די ווערטער:
email.JPG
email.JPG (119.92 KiB) געזעהן 2310 מאל

פאר די וואס ליינען נישט ענגליש בקיצור: איך האט געוואלט הערן וואס ער האלט וועגן דו פרעסס היינטיגע צייטן, פון איין זייט אלעס גייט מיט א סעודה שבת, יו"ט, יאהצ"ט, אין שו"ע זעהט מען אויך סתם א וואכנדיגע סעודה איז געווען מער ווי א סענדוויטש, אין פון די אנדערע זייט זעהט מען אין ספרים וואו הארב די אכילה לשם תאווה איז.


בתוך דבריו
email2.JPG
email2.JPG (23.9 KiB) געזעהן 2310 מאל


עס איז א גרויסע פראבלעם, מען עסט צו לעבן נישט מען לעבט צו עסען...עכ"ד
_________

די איינציגסטע צייט וואס מען הערט אביסל רעדן דערפון איז לגבי פסח אפאר רבנים דערמאנען אין די שבת הגדול דרשה אז פסח דארף מען נישט אריין נעמען די אלע געקויפטע פראדוקטן אבער א גאנץ יאר יאכלו ענוים וישבעו.

sponsored by

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:00 pm

צו יענקל פאטאש'ס תגובה:

געזעהן ערגעץ לעצטענ'ס,

רפשיצער רב פלעגט עסן א שטיקל עפל טעגליך, פלעגט זיין די סדר אז ער האט געגעסן א שטיקל עפיל, דערנאך האט זיין תלמיד אוועקגעלייגט דעם עפיל, ווען ראפשיצע רב האט געבעטן נאכאמאל פלעגט ער געבן דאס עפיל, אוועלייגן, ביז ער האט אויפגעגעבסן דאס גאנצן עפיל דעמאלטס האט מען אנגעהויבן א נייע עפיל וחזור חלילה, (גאנץ אינטרעסאנט דאס אליינס...)

איינמאל מערק די תלמיד ווי די עפיל הייבט אן צו שימלען, האט ער שנעל אויפגעגעסן דאס עפיל פאר עס ווערד קאליע, נעקסטע מאל ראפשיצער רב האט געבעטן א עפיל, דערלאנגט ער איהם א נייע, פרעגט איהם די רב האסט דאך פארבליבן עפיל פון פריער וואו איז דאס א נייע? זאגט ער איהם עס האט שוין אויסגעזעהן ווי עס הייבט אן שימלען האב איך עס שנעל אויפגעגעסן, פרעגט איהם ראפשיצער רב, הייסט דאס אז די בוזט באשאפן געווארן פאר'ן עפיל? נישט אזוי! נאר די עפיל איז באשאפן געווארן פאר דיר!

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:10 pm

דאס אז ר' הירצקאס ווערטער זענען אמת איז דאך פשוט. ס'גיבט אבער חיזוק אז מ'זעט נאך אידן וואס קרעכצן, אז ס'איז נאך דא צו וועם צו רעדן.

אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

תגובהדורך ר' יענקי » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:12 pm

ער זאגט גוט!
מי הוא הרב הדובר אמת לאמיתו?
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:30 pm

ער זאגט גוט ר' הירצקא (בן ר' ישעי בנימין?) ביידע נקודות סיי לגבי פרעס בכלליות און סיי לגבי די נסיעות,
זוכט איר דוי?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:50 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אן אריינגיין אין די עצם געדאנק וואס איך האלט אז דער בעל דרשן איז הייליג גערעכט, האב איך 2 הערות,
1] אז רוב פון די וואס פארן מקומות הק' מיינען נישט בעיקר די פרעס און די האצקען נאר דארפן באמת ישועות אבער היות די וועלט איז א באקוועמע און מען וויל נישט צוריק קימען צושאסן און צובראכען און אוסגעמיטשעט זוכט מען ווער עס שטעלט צו אש"ל און נסיעות בהרחבת הדעת, אבער כמעט קיינער פארט נישט אהין לשם האצקען נאר דער עיקר איז זיכער תפלות ותחנונים,

זייער גוט געזאגט, האסט מיך פארשפארט מיינע טינט.

מען פארט זיך אויסבעטן, איינוועגס מאכט מען באקוועם פאר די באקוועמע אידן. די קומזיצן מוצאי איז טאקע איבריג.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

מה אנו
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:17 pm

אמת ויציב, ר׳ הירצקא
און נישט נאר ביי נסיעות, זעלבע איז ביי שבתון״ס, סיומי מסכת (אין די ניין טעג אויף א שיף שטייטצעך), צדקה events, וכו׳ וכו׳ יעדער קומט אויף מיט פרישע הגשמות אונטער א רוחנית׳דיגע פאטשיילע,

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:18 pm

געהערט א גוט ווארט פון דאקטער YU פון קוואלטי העלט סענטער.

ער האט מוסר געזאגט פאר א פאציענט וואס דארף זיך היטן פון עסען, און האט איבריגע פונטן.

וכה אמר: אז דער אויבערשטער גיט פאר א מענטש 120 יאר צום לעבען, און מיט דעם פארשרייבט ער אים 120 יאר עסען. אויב גייט דער מענטש און עסט איין יאר וויפל מ'דארף עסען אין עטליכע, טוט דער מענטש פארקורצערן ח"ו זיין לעבן, ווייל נאך 50 למשל איז שוין זיין עסען אויסגעלאפען....

ס'נישט אזוי רחוק, ווייל כעי"ז שטייט אין ערבי נחל ועוד ספרים לגבי דעם רוח ממללא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:44 pm

נא_שכל האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט פון דאקטער YU פון קוואלטי העלט סענטער.

ער האט מוסר געזאגט פאר א פאציענט וואס דארף זיך היטן פון עסען, און האט איבריגע פונטן.

וכה אמר: אז דער אויבערשטער גיט פאר א מענטש 120 יאר צום לעבען, און מיט דעם פארשרייבט ער אים 120 יאר עסען. אויב גייט דער מענטש און עסט איין יאר וויפל מ'דארף עסען אין עטליכע, טוט דער מענטש פארקורצערן ח"ו זיין לעבן, ווייל נאך 50 למשל איז שוין זיין עסען אויסגעלאפען....

ס'נישט אזוי רחוק, ווייל כעי"ז שטייט אין ערבי נחל ועוד ספרים לגבי דעם רוח ממללא.

ליידער א גוט'ס
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:51 pm

גאר שטארקע אויפריכטיגע דיבורים פון הרב האלצער.

מה אנו האט געשריבן:אמת ויציב, ר׳ הירצקא
און נישט נאר ביי נסיעות, זעלבע איז ביי שבתון״ס, סיומי מסכת (אין די ניין טעג אויף א שיף שטייטצעך), צדקה events, וכו׳ וכו׳ יעדער קומט אויף מיט פרישע הגשמות אונטער א רוחנית׳דיגע פאטשיילע,

וה"ה, דאס פארן "לערנען" אין האטעל'ן.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:56 pm

נא_שכל האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט פון דאקטער YU פון קוואלטי העלט סענטער.

ער האט מוסר געזאגט פאר א פאציענט וואס דארף זיך היטן פון עסען, און האט איבריגע פונטן.

וכה אמר: אז דער אויבערשטער גיט פאר א מענטש 120 יאר צום לעבען, און מיט דעם פארשרייבט ער אים 120 יאר עסען. אויב גייט דער מענטש און עסט איין יאר וויפל מ'דארף עסען אין עטליכע, טוט דער מענטש פארקורצערן ח"ו זיין לעבן, ווייל נאך 50 למשל איז שוין זיין עסען אויסגעלאפען....

ס'נישט אזוי רחוק, ווייל כעי"ז שטייט אין ערבי נחל ועוד ספרים לגבי דעם רוח ממללא.


איך ווייס נישט פון וועלכע ערבי נחל דו רעדסט אבער די וואך פ' ויקהל האט ער אן אריכת הדברים באופן יוצא מן הכלל איבער די אלע ענינים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:59 pm

עס זענען נאך דא ערגערע אדווערטייזמענטס (יא ס'קען נאך ליידער ווערען ערגער); ווי געזעהן א אדווערטייזמענט אין די (ערב די) ניין טעג פאר מילכיגע/פרווה ברבורים ושליו ודגים מיט דער צו צוהינגס סלאגען: "you don't have to suffer in the nine days".

עס איז נישט ווייט פון "פארוואס דארפסט ליידען אז עס איז געווען א חורבן בית המקדש" אדער "פארוואס דארפסטו ליידען אז די ביזט א איד"!

אבער פון דעסטוועגען, נישט פארגעסען:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:... דער עולם איז א חשוב'ער עולם, נאר די פאר באצאלטע וואס מאכן די עד'ס זענען מגושם, אדער קוקן זיי נאך וואס דער גוי'אישער וועלט עדווערטייזט, און לויט דעם טוען זיי זיך צושטעלן, און דאס איז א עקל און אפשיי.

בראשית ברא האט געשריבן:דאס אז ר' הירצקאס ווערטער זענען אמת איז דאך פשוט. ס'גיבט אבער חיזוק אז מ'זעט נאך אידן וואס קרעכצן, אז ס'איז נאך דא צו וועם צו רעדן.

יא, לא אלמן ישראל; אז מען אנערקענט די אפשיי האלט מען שוין אויך ערגעץ.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מארטש 05, 2018 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:59 pm

נאטורליך האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט פון דאקטער YU פון קוואלטי העלט סענטער.

ער האט מוסר געזאגט פאר א פאציענט וואס דארף זיך היטן פון עסען, און האט איבריגע פונטן.

וכה אמר: אז דער אויבערשטער גיט פאר א מענטש 120 יאר צום לעבען, און מיט דעם פארשרייבט ער אים 120 יאר עסען. אויב גייט דער מענטש און עסט איין יאר וויפל מ'דארף עסען אין עטליכע, טוט דער מענטש פארקורצערן ח"ו זיין לעבן, ווייל נאך 50 למשל איז שוין זיין עסען אויסגעלאפען....

ס'נישט אזוי רחוק, ווייל כעי"ז שטייט אין ערבי נחל ועוד ספרים לגבי דעם רוח ממללא.


איך ווייס נישט פון וועלכע ערבי נחל דו רעדסט אבער די וואך פ' ויקהל האט ער אן אריכת הדברים באופן יוצא מן הכלל איבער די אלע ענינים

יא טאקע פון די וואך, כ'האב נישט געכאפט אז ס'די וואך
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט