בלאט 1 פון 1

שמות השבטים באבני החושן

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:00 pm
דורך מטעמים
רש״י הקדוש שרייבט אז די סיבה פארוואס די כהן גדול איז געגאנגען מיט די נעמען פון די שבטים אויף די אפוד און די חושן איז כדאי צו דערמאנען די זכות פון די שבטים.

אויב דאס איז די סיבה פארוואס האט מען נישט געלייגט די נעמען פון אברהם יצחק און יעקב?

איך זיך א תירוץ פאר ווער עס ווייסט?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 11:31 pm
דורך למעלה משבעים
אין גמרא שטייט אז ס'איז יא געשטאנען די נעמען פון די אבות, יתכן רש"י מיינט נישט לאפוקי די אבות.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 11:53 pm
דורך מטעמים
למעלה משבעים האט געשריבן:אין גמרא שטייט אז ס'איז יא געשטאנען די נעמען פון די אבות, יתכן רש"י מיינט נישט לאפוקי די אבות.

א דאנק, אפשר געדענקסטו ווי די גמרא שטייט? דאן פארוואס שטייט נישט נאר די אבות?

איך געדענק נישט אזא זאך אז עס זאל שטיין די נעמען פון די אבות, מען דארף דאס איינמעלדען פאר טויס פאר יו אז זיי זאלען עס צולייגען צו די כהן גדול קאסטיום.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 11:54 pm
דורך למעלה משבעים
כמדומה יומא ע"ג ע"ב.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:11 pm
דורך מחצית
למעלה משבעים האט געשריבן:כמדומה יומא ע"ג ע"ב.
img20180221_195635.png
img20180221_195635.png (321.63 KiB) געזען 1057 מאל

למעלה האט רעכט, לויט די גמרא איז געשטאנען "אברהם יצחק יעקב - שבטי ישרון".
כדי עס זאלן זיין אלע כ"ב אותיות אויפן אורים ותומים.

דא איז א ציור וויאזוי די חושן האט אויסגעקוקט מיט די נעמען.
images.jpeg
images.jpeg (16.05 KiB) געזען 1057 מאל

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:21 pm
דורך למעלה משבעים
אויב אזוי קען מען שוין זאגן פשוט אז רש"י מיינט טאקע יא די שבטים וואס איז געשטאנען זייערע נעמען קלאר ארויסגעשריבן, משא"כ די אבות איז צושטיקלט.