דער שטארקע כח פון תהלים! גילוי נורא בימינו!!

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

דער שטארקע כח פון תהלים! גילוי נורא בימינו!!

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 22, 2018 1:48 pm

בחדרי חרדים האט געשריבן: לפני כחודשיים בליל שבת קודש רעשה העיר בית שמש, כשהגיע הידיעה כי הרה"ח רבי שלמה אבלס מחשובי קהילת דושינסקיא ודמות ידועה בעיר התמוטט בדרך חזור משמחת שלום זכר לנכד אב"ד הקהילה הגרמ"י דושינסקיא.

ר' שלמה קיבל דום לב ועבר החייאה ממושכת, תושיית אנשי ההצלה שלא ויתרו ועבדו עליו קרוב לשעה תוך כדי שנתנו לו כמה שוקרים חשמליים, הצליחו להחזיר את הדופק ופינו אותו לבית חולים 'הדסה עין כרם' בירושלים.

בבית שמש כבר הספידו אותו במהלך השבת, כך גם בני משפחה מחו"ל שהגיעו לאחר השבת לשהות ליד מיטתו, ואז לאחר ימים מעטים הגיע הבשורה המשמחת, החסיד ר' שלמה מתעורר וחוזר לחיים נגד כל הסיכויים.

רבי שלמה השם ירפאהו ויחזקהו, הינו חסיד דושינסקיא הקשור בכל נימי נפשו לרבי שליט"א, ומהמקורבים ביותר של המשפיע הרה"צ רבי מיילך בידרמן, שלא מפספס אף שיעור שלו.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי בשבוע שעבר ערך בעל הנס סעודת הודיה לבני משפחתו המצומצמת, שם הטיל פצצה וסיפר על מה שקרה לו באותם רגעים שהיה בין חיים למוות.

לדבריו: באותם רגעים הקשים כשפה למטה כלל ישראל מתפללים ומרעישים עולמות לרפואתו, הוא כבר היה למעלה בעולם האמת, שם פגש את דוד המלך עליו השלום והוא זה שהחזיר אותו לחיים כששאל אותו מה מעשיך פה, עוד לא הגיע זמנך למות.

בבית שמש מכירים את רבי שלמה כאחד שספר התהילים לא מש מתחת ידו, כך שאף אחד לא מתפלא על זה שדוד המלך בכבודו ובעצמו נזעק להצילו, כך גם סיים החסיד את נאומו למשפחתו בשבח אמירת תהילים שזכות התהילים עמדה לו במצבו הקשה.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג ינואר 22, 2018 1:55 pm

פארוואס געשעהן אלע מעשיות אין אר״י?

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:01 pm

די מעשה האט א נאמען, אדרבה זייט עס טאקע מברר, פרעגט אייך נאך און ברענגט מער פרטים!
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:06 pm

נאך אלע תהילים כולל מעשיות איז דאס נישט מער ווי א יהודה עוד לקרא

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:16 pm

קען זיין אז מדארף פארמאכן די אלע כוללים וכו', אויב מאיז שוין אנגעקומען צו א מצב אז מזאל נישט האבן די אלטע אלטע אמונה פשוטה אין די כח פון תהלים, וואס זאל מען טון אז דער רבש"ע האט נישט קיין האטליין צו עדוועטייזן די כח פון תהלים און תפילות, אוי אזא ירידת הדורות!

איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך, אבער דע אלע מעשיות פון הינדערטער יארן צוריק, וואס סאיז מקובל פון די צדיקי אמת, העט עס ווען פאסירט תשע"ח וואלט מען געלאכט פון דעם. די בעל שם וואלט מען גערופן א באבא און געלאכט אז סאיז דא וואס האלטן אז ער קען בכלל מאכן מופתים

ודי בזה

איך רעד נישט יעצט איבער די קראנטקייט פון די ספעציפישע געשעעניש, איך רעד בכלליות
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג ינואר 22, 2018 6:40 pm

הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע האט געזאגט אז פאר משיח וועט קימען, וועט אראפקימען א מבול פין מינות אין אפיקורסות, ס'וועט נישט העלפן תורה ומעש"ט נאר תהלים פין טיפען הארצן, אין ווער ס'וועט זיך אויסגיסען דאס הארץ אויף זיין ציון וועט ער איהם ציהעלפן פין הימל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג ינואר 22, 2018 8:49 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:די מעשה האט א נאמען, אדרבה זייט עס טאקע מברר, פרעגט אייך נאך און ברענגט מער פרטים!

ק.מ האט א שמועס מיט'ן בעל הנס

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג ינואר 22, 2018 9:11 pm

רוח נכאה האט געשריבן:הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע האט געזאגט... , אין ווער ס'וועט זיך אויסגיסען דאס הארץ אויף זיין ציון וועט ער איהם ציהעלפן פין הימל


ווי ווערט דאס געברענגט?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:49 pm

פאר ווער עס איז באקאנט, ווען מען זעט די ווערטער "לבחרדי חרדים נודע" דארף מען צום ערשט געוואויר ווערן אויב עס איז בכלל פארהאן אזא סייט ווי בחדרי.....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:50 pm

Haklal האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע האט געזאגט... , אין ווער ס'וועט זיך אויסגיסען דאס הארץ אויף זיין ציון וועט ער איהם ציהעלפן פין הימל


ווי ווערט דאס געברענגט?


אין ספר "הדור האחרון"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:57 am

און אז מ'רעדט שוין פונעם כח פון תהלים וועל איך אויך דערציילן בקיצור נמרץ א מעשה וואס האט אויך פאסירט בימינו אלה ווי מ'זעהט די גרויסקייט פון א איד'ס זאגן תהלים.

עס קען זיין עס זענען דא אזעלכע דאהי וואס זענען מער באקאנט ווי מיר מיט די פונקטליכע פרטים פון בשעת דאס האט פאסירט, אבער איך האב עס געהערט פון א גאר קראנטע מקור.

אז אין סיגעיט איז געווען א גאר טייערע עלטערע איד (ר' .... פריינד ע"ה) וואס האט זיך געציילט אלץ איינע פון די תושבים דארט, וואס ער פלעגט אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים איעדן איינציגסטן טאג, ווען דער איד איז נישט געזונט געווארן ל"ע און ער האט געפילט אז ס'איז ליידער קרב קיצו האט ער געבעטן אן אנדערן איד מתושבי השכונה וואס איז געווען אסאך אינגער פון אים (ר' ... פ.), אז ער זאל עם איבערנעמען זיין מנהג טוב פון אויסזאגן תהלים טעגליך, דער אנדערער איד האט אים אבער נישט געקענט צוזאגן אז ער וועט עס טוהן.

ויהי היום און דער עלטערער איד ליידער שבק חיים לכל חי, און פון בערך יענע צייט זענען געווען עטליכע טראגעדיעס ל"ע בעיר סיגעיט (די מעשה מיט סיגעיטער רב'ס טאכטער איז ל"ע אויך געווען יענע צייט), מען האט אפילו געמאכט עצרות תפילה וכדו', און מ'האט קלאר געזען אז פון הימל האט מען באשיצט די שטאט אין זכות פון דעם איד'ס אויסזאגן תהלים.

(דער צווייטער איד זאגט אז ער האט געזעהן אז ס'איז נאו מאנקי ביזנעס, און ער האט זיך טאקע פארגענומען צו עכ"פ אויסזאגן גאנץ תהלים א יעדן וואך)

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:26 pm

געהערט אמאל א גוטס

תהלים כולל האט אנגערופן איינעם בעת שמחתו בעטן זיך צו אויפסיינען און די זכות וועט אוודאי ביישטיין וכו'

האט דער איד געענטפערט, ס'איז גוט איך וועל שוין אליינ'ס אויסזאגן תהלים

האט דער פאנדרעיסער אים געענטפערט "אהא, בוסט אן אויבער חכם!..."

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:29 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:געהערט אמאל א גוטס

תהלים כולל האט אנגערופן איינעם בעת שמחתו בעטן זיך צו אויפסיינען און די זכות וועט אוודאי ביישטיין וכו'

האט דער איד געענטפערט, ס'איז גוט איך וועל שוין אליינ'ס אויסזאגן תהלים

האט דער פאנדרעיסער אים געענטפערט "אהא, בוסט אן אויבער חכם!..."

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:00 pm

דער בעל הנס רעדט אויף קול מבשר

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:06 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין פונעם כח פון תהלים וועל איך אויך דערציילן בקיצור נמרץ א מעשה וואס האט אויך פאסירט בימינו אלה ווי מ'זעהט די גרויסקייט פון א איד'ס זאגן תהלים.

עס קען זיין עס זענען דא אזעלכע דאהי וואס זענען מער באקאנט ווי מיר מיט די פונקטליכע פרטים פון בשעת דאס האט פאסירט, אבער איך האב עס געהערט פון א גאר קראנטע מקור.

אז אין סיגעיט איז געווען א גאר טייערע עלטערע איד (ר' .... פריינד ע"ה) וואס האט זיך געציילט אלץ איינע פון די תושבים דארט, וואס ער פלעגט אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים איעדן איינציגסטן טאג, ווען דער איד איז נישט געזונט געווארן ל"ע און ער האט געפילט אז ס'איז ליידער קרב קיצו האט ער געבעטן אן אנדערן איד מתושבי השכונה וואס איז געווען אסאך אינגער פון אים (ר' ... פ.), אז ער זאל עם איבערנעמען זיין מנהג טוב פון אויסזאגן תהלים טעגליך, דער אנדערער איד האט אים אבער נישט געקענט צוזאגן אז ער וועט עס טוהן.

ויהי היום און דער עלטערער איד ליידער שבק חיים לכל חי, און פון בערך יענע צייט זענען געווען עטליכע טראגעדיעס ל"ע בעיר סיגעיט (די מעשה מיט סיגעיטער רב'ס טאכטער איז ל"ע אויך געווען יענע צייט), מען האט אפילו געמאכט עצרות תפילה וכדו', און מ'האט קלאר געזען אז פון הימל האט מען באשיצט די שטאט אין זכות פון דעם איד'ס אויסזאגן תהלים.

(דער צווייטער איד זאגט אז ער האט געזעהן אז ס'איז נאו מאנקי ביזנעס, און ער האט זיך טאקע פארגענומען צו עכ"פ אויסזאגן גאנץ תהלים א יעדן וואך)


האבעך אויך געהאט אן עלטער פעטער וועלכער פלעגט אויס זאגן תהלים יעדן איינציגן טאג, א פיינער איד געווען, געהאט א געשעפט אויף דיוויזשאן עוו. און איז נפטר געווען לחיי העוה"ב
אויטש, כ'אב נישט אזא שיינע מעשה, ס'גוט אזוי?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:52 pm

כ'ווייס נישט פארוואס. כ'גלייב מער די UFOס ווי די מורא'דיגע מעשה. העסטו זאגן אז דער איד איז א וואוילער איד, ניט קיין שקרן? נו, איז ער געלונגענער אין כוח הדמיון, זייער IMAGINATIVE... געזען דוד המלך..

כ'האף "מ'מוז" נישט גלייבן..

נ.ב. געזאגט תהלים היינט. און נעכטן.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:53 pm

פאראויס האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס. כ'גלייב מער די UFOס ווי די מורא'דיגע מעשה. העסטו זאגן אז דער איד איז א וואוילער איד, ניט קיין שקרן? נו, איז ער געלונגענער אין כוח הדמיון, זייער IMAGINATIVE... געזען דוד המלך..

כ'האף "מ'מוז" נישט גלייבן..

נ.ב. געזאגט תהלים היינט. און נעכטן.

זיי אזוי גוט מסביר פארוואס דו גלייבסט UFOס ענדערש ווי די מעשה? פארוואס זאל נישט קענען געשעהן אזא מעשה?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:10 pm

איך גלייב דעם איד הונדערט פארצענט אז ער האט גע׳חלום׳ט, אין פאקט פאסירט דאס ביי כמעט הונדערט פארצענט פון די מענטשהייט אז ביינאכט חלום׳ן זיי.

דאך איז בכלל נישט נישט דא קיין סיבה אפילו נאר צו האבן א הו״א אז די מעשה אז דוד המלך איז אים גקימען אין חלום איז אמת.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:13 pm

ר' י.ש. ד. פרעגט אים אויף קול מבשר אראפצומאלן דוד המלך'ס צורה און געשטעל, גאנץ אינטערעסאנט צו הערן. לויט אים האט דוד המלך א שניי-ווייסן בארד, נישט הויך נישט נידריג.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:46 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך גלייב דעם איד הונדערט פארצענט אז ער האט גע׳חלום׳ט, אין פאקט פאסירט דאס ביי כמעט הונדערט פארצענט פון די מענטשהייט אז ביינאכט חלום׳ן זיי.

דאך איז בכלל נישט נישט דא קיין סיבה אפילו נאר צו האבן א הו״א אז די מעשה אז דוד המלך איז אים גקימען אין חלום איז אמת.

ווי פרעגט יענער.. פארוואס ווען איינער חלום'ט זיך פון א פליגער און איינער פון זיין טאטן

און איינער פארציילט "כ'האב געזעהן א פליגער אין חלום.."

און דער אנדערער "מיין טאטע איז מיר געקומען אין חלום.."

הלמאי.. אפשר איז אים דער עראפלעין געקומען אין חלום און פון טאטן האט ער זיך געחלום'ט??!!

נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט.. אבער פארשטייסט די פוינט..

און עס איז אויך דא אזא זאך אז איינער קומט אין חלום.. אבער מ'דארף וויסן ווען יא און ווען נישט..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:30 pm

לא לנו האט געשריבן:ר' י.ש. ד. פרעגט אים אויף קול מבשר אראפצומאלן דוד המלך'ס צורה און געשטעל, גאנץ אינטערעסאנט צו הערן. לויט אים האט דוד המלך א שניי-ווייסן בארד, נישט הויך נישט נידריג.

נו וואדע! האסט געמיינט אז דוד המלך האט געהאט א קליין שווארצע בערדל?...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:03 pm

מיר דוכט זיך אז ס'שטייט אז ער האט געהאט א קליין בערדל.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:27 am

ס'שטייט אז ער האט געהאאט א רויטע בארד, אדמוני וטוב רואי....
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:04 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך גלייב דעם איד הונדערט פארצענט אז ער האט גע׳חלום׳ט, אין פאקט פאסירט דאס ביי כמעט הונדערט פארצענט פון די מענטשהייט אז ביינאכט חלום׳ן זיי.

דאך איז בכלל נישט נישט דא קיין סיבה אפילו נאר צו האבן א הו״א אז די מעשה אז דוד המלך איז אים גקימען אין חלום איז אמת.

וואס א חילוק יא גלייבן אדער נישט גלייבן? אפשר האט עס יא פאסיררט?

איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אין די סארט ענינים, אבער צו זיין אזוי זיכער אז עס האט נישט פאסירט אין די צייט ווען עס האט גענומען א שעה צייט אים צוריק אויפצולעבן נאך זיין הארץ אטאקע, איז היבש קינדיש.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:15 am

וואס א חילוק האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:איך גלייב דעם איד הונדערט פארצענט אז ער האט גע׳חלום׳ט, אין פאקט פאסירט דאס ביי כמעט הונדערט פארצענט פון די מענטשהייט אז ביינאכט חלום׳ן זיי.

דאך איז בכלל נישט נישט דא קיין סיבה אפילו נאר צו האבן א הו״א אז די מעשה אז דוד המלך איז אים גקימען אין חלום איז אמת.

ווי פרעגט יענער.. פארוואס ווען איינער חלום'ט זיך פון א פליגער און איינער פון זיין טאטן

און איינער פארציילט "כ'האב געזעהן א פליגער אין חלום.."

און דער אנדערער "מיין טאטע איז מיר געקומען אין חלום.."

הלמאי.. אפשר איז אים דער עראפלעין געקומען אין חלום און פון טאטן האט ער זיך געחלום'ט??!!

נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט.. אבער פארשטייסט די פוינט..

און עס איז אויך דא אזא זאך אז איינער קומט אין חלום.. אבער מ'דארף וויסן ווען יא און ווען נישט..


געהערט אמאל פון ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל,
א איד האט אים געזאגט אז דער רבי איז געקומען אין חלום וכו', פרעגט ער אים ווען דו חלומ'סט פון אן עלעפאנט זאגסטו אויך אז דער עלעפאנט איז דיר געקומען אין חלום?........
זוכט איר דוי?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט