שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

תגובה דורך אלט מאנרא »

מעשה שהי' כך הי':

פארגאנגענע וואך פר' וישלח זענען א גרופע אידן אראפגעפארן צו א פארעם מיטן פלאן שחט'ן עופות וואס זיי מאכן אליינס כשר, אזוי באטראכטנדיג די הינדעלעך האבן זיי געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט צום סוף אויפגעשטורעמט די רבנים ובעלי מכשירים וואס האבן נאר געהערט דערפון, פאסירט האט אזוי, עטליכע טשיקנס זענען צוגעגאנגען צו א קאלעגע זיייערע, און נישט מער און נישט ווייניגער זיך גענומען אויפרייסן די רוקן און אנגעהויבן א געהעריגע סעודה, דאס הייסט גענומען א לעבעדיגן עוף און דאס דער'הרג'עט דורכן עסן, דאס מיינט אן ערענסטע שאלה צו דער עוף איז א דורס, איין איד האט גלייך ארויסגענומען זיין (אלטן) טעלעפאן און אפגעכאפט א קורצע ווידעאו דערפון, ווייזענדיג פארן גוי דער פארמער וואס דארט טוט זיך האט ער זיי געזאגט אז דאס איז נישט קיין חידוש, ס'איז א נארמאלע זאך.

צווישן די אידן איז געווען א מורה הוראה א תלמיד פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און ער איז ארויפגעגאנגען צו זיין רבי'ן און געזאגט ער וויל אים ווייזן די ווידעאו, האט אים דער רב שליט"א געזאגט אז אים איז גענוג אז ס'דא עדים נאמנים און האט אויסגעפירט "ס'גרויסע צרות".

במשך די לעצטע פאר טאג האבן זיך די דיינים ובעלי מכשירים אריינגעלייגט דערין, און ב"ה דערווייל איז דאס נאך בבי מדרשא.

מיר האבן דאס געשריבן אין איילעניש, אפדעיטס וועלן נאך פאלגן.

הערה: דאס האט גארנישט מיט די פולמוס איבער מסורת העופות.

די קורצע רעקארדירנוג.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

שרעקעדיג
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

אין וועלכע פארעם ?
איז דאס דארט פון ווי די גרויסע שלאכט הייזער נעמען די עופות ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

ניס קראכער האט געשריבן:אין וועלכע פארעם ?
איז דאס דארט פון ווי די גרויסע שלאכט הייזער נעמען די עופות ?

וואס איז א חילוק? ס'איז די זעלבע טשיקן
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

פעיק נוז האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין וועלכע פארעם ?
איז דאס דארט פון ווי די גרויסע שלאכט הייזער נעמען די עופות ?

וואס איז א חילוק? ס'איז די זעלבע טשיקן

האסט שוין אמאל געהערט ווי אזא זאך אז אין איין פלאץ איז אנדערשט ווי די צווייטע ?
עיין ערך אראבערס . זיי זענען דאך די זעלבע פאלק

ניס קראכער האט געשריבן:

דו ווייסט אז ביי בעלי חיים איז אויך אזוי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

איך ווייס נישט אדרבה זאלן די הלכה ווייסערס קומען אין מברר זיין
איך האב געפרעגט סתם לידיעה בעלמא
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

עס איז א חידוש

תגובה דורך lebediger berel »

פארוואס זעען מיר אייביג ביי כפרות וכדו' ווי זיי זענען אזעלכע מעקעלעך, עפעס איז דא נישט אין ארדענונג, שוחטים און בית השחיטות ארבייטער וואלטן דאס שוין ווען געדארפט באמערקן במשך אזויפיל יארן, עפעס איז דא נישט בסדר, כ'ווייס נישט וואס אבער ס'קוקט נישט אויס די געווענליכע זאך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

גוגל דרייוו פליז?
אוועטאר
דרייקאפ
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 4:26 pm

תגובה דורך דרייקאפ »

אלט מאנרא האט געשריבן:מעשה שהי' כך הי':

פארגאנגענע וואך פר' וישלח זענען א גרופע אידן אראפגעפארן צו א פארעם מיטן פלאן שחט'ן עופות וואס זיי מאכן אליינס כשר, אזוי באטראכטנדיג די הינדעלעך האבן זיי געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט צום סוף אויפגעשטורעמט די רבנים ובעלי מכשירים וואס האבן נאר געהערט דערפון, פאסירט האט אזוי, עטליכע טשיקנס זענען צוגעגאנגען צו א קאלעגע זיייערע, און נישט מער און נישט ווייניגער זיך גענומען אויפרייסן די רוקן און אנגעהויבן א געהעריגע סעודה, דאס הייסט גענומען א לעבעדיגן עוף און דאס דער'הרג'עט דורכן עסן, דאס מיינט אן ערענסטע שאלה צו דער עוף איז א דורס, איין איד האט גלייך ארויסגענומען זיין (אלטן) טעלעפאן און אפגעכאפט א קורצע ווידעאו דערפון, ווייזענדיג פארן גוי דער פארמער וואס דארט טוט זיך האט ער זיי געזאגט אז דאס איז נישט קיין חידוש, ס'איז א נארמאלע זאך.

צווישן די אידן איז געווען א מורה הוראה א תלמיד פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און ער איז ארויפגעגאנגען צו זיין רבי'ן און געזאגט ער וויל אים ווייזן די ווידעאו, האט אים דער רב שליט"א געזאגט אז אים איז גענוג אז ס'דא עדים נאמנים און האט אויסגעפירט "ס'גרויסע צרות".

במשך די לעצטע פאר טאג האבן זיך די דיינים ובעלי מכשירים אריינגעלייגט דערין, און ב"ה דערווייל איז דאס נאך בבי מדרשא.

מיר האבן דאס געשריבן אין איילעניש, אפדעיטס וועלן נאך פאלגן.

הערה: דאס האט גארנישט מיט די פולמוס איבער מסורת העופות.

די קורצע רעקארדירנוג.

געווען א לעבעדיגע עוף אדער טויטע?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

איך פרעג לידיעה ווייל כ'ווייס נישט,
בפשטות מיינט 'עוף הדורס' אז ער אטאקירט אן אנדערע מין עוף וואס באדראעט עם, אזוי ווי אלע חיות טורפות, וועלן דורס זיין בעיקר וואס איז נישט זיין מין
אבער צו דורס זיין די אייגענע מין, איז עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די טבע, נישט נאר מין סימן כשרות
זוי מיינעך, קען זייין כ'בין זיך טועה

אויף די רעקארדירונג זעהט עס אויס ווי עפעס א קראנקער עוף, וואס גוסס'ט שוין במילא,
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

איז נישט דריסה מיט די נעגל?

אלט מאנרא האט געשריבן:ב"ה דערווייל איז דאס נאך בבי מדרשא.

מיר האבן דאס געשריבן אין איילעניש, אפדעיטס וועלן נאך פאלגן.

:roll:
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

בקיצור סאמטינג פישי מיט די סאמעטוכע
כהאב מורא אז מען דארף טרעפן עפעס אנדערשט .....
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

א שטורעם אין א גלעזל קאווע
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:א שטורעם אין א גלעזל קאווע

אין קאווע גייט קיינמאל נישט זיין קיין שטורעם
ווי האט א גוט זאגער געזאגט לעצטנס
קאווע כידוע האט נישט קיין הכשר, אבער עס גייט קיינמאל נישט זיין קיין שאלה דערויף, ווייל די שאלות\חששות ערפונדערס, זענען די גרעסטע קאווע טרינקערס.....
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

מאת הספר שהו"ל ר' יחיאל מיכל שטרן

לדעת רוב ראשונים מלבד ר"ת אין זה דורס.
אטעטשמענטס
Pages from שטרן ר' מיכל - פולמוס העופות- הבראקל_Page_1.png
Pages from שטרן ר' מיכל - פולמוס העופות- הבראקל_Page_1.png (39 KiB) געזען 8214 מאל
Pages from שטרן ר' מיכל - פולמוס העופות- הבראקל_Page_2.png
Pages from שטרן ר' מיכל - פולמוס העופות- הבראקל_Page_2.png (21.82 KiB) געזען 8214 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

lebediger berel האט געשריבן:פארוואס זעען מיר אייביג ביי כפרות וכדו' ווי זיי זענען אזעלכע מעקעלעך, עפעס איז דא נישט אין ארדענונג, שוחטים און בית השחיטות ארבייטער וואלטן דאס שוין ווען געדארפט באמערקן במשך אזויפיל יארן, עפעס איז דא נישט בסדר, כ'ווייס נישט וואס אבער ס'קוקט נישט אויס די געווענליכע זאך

פון א שנעלע סוירטש

שו"ת שתי הלחם סימן מב
אם כן הכא שעינינו הרואות כמה וכמה שיש להם זה הנקב וכל פי המדבר אלינו מעידין שכן הוא נמצא כמה וכמה מהן ושהוא כן מתחלת ברייתן אין לנו להחמיר. ואם נפש אדם לומר דאדרבה. דון מינה דההיא דהרשב"א ואימא דכמו שחששו לנגיחת השוורים אף כאן איכא למיחש נמי ולומר שזה הנקב בא מחמת נקירת התרנגול' שמנקרות זו את זו בחרטומיהן הא ליתא דא"כ היה לפעמים נראה זה הנקב בשאר התרנגולים שאינם קקרוזאדא"ס שזה המין אדרבה הדעת נוט' שהנוצה שלהן מגינות עליהן מנקירות התרנגולים

שו"ת שואל ונשאל חלק ה - יורה דעה סימן ז
שאלה. תרנגולים שמנקרין זה את זה בעצם הגלגולת ומורטים הנוצות ומנקבים העור ויוצא דם אם יש לחוש שמא ניקב קרום של המוח.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

קודם לשון הש"ך (יורה דעה סימן פב ס"ק ח) אם יש לו ג' סימנים בגופו. ומהרש"ל שם פסק דלעולם מהני ג' סימנים לחוד דאז ידוע שאינו דורס וא"צ לחזור שוב אחר שום סי' אפילו האידנא רק שידקדקו היטב בהג' סימנים דהיינו שיהיה לו זפק כצורת שאר זפקים ולא יהא משונה בתוארו אבל אין לדקדק בקטנותו דמ"מ זפק הוי ואז אפי' ראינו שדורס אינו כלום דאמרי' שינוי הוא עכ"ד, ולפע"ד אין להקל כ"כ: ועי' בפמ"ג בזה.

בעיקר הענין איז דאס אלטע נייעס, ס'דא אין עטליכע קובצים דערוועגן. א שטיקל פון א קונטרס פון הרה"ג ר' אמתי בן-דוד מח"ס שיחת חולין.

הערעורים על התרנגול ה'מודרני'
והנה, זה לא מכבר, כמה שוחטים ומגדלים, שמו אל ליבם שינויים לכאורה בגוף עוף התרנגול ובטבעו, ממה שהיו מורגלים בדורות עברו. דבר הערעור התפרסם בכמה מקומות, אך מצויין שבהם באריכות ביאורו וצחות לשונו, הוא המאמר המקיף שנתפרסם בקובץ 'בנין עד', קובץ א', העיר אלעד, ניסן התשנ"ט, ונערך ע"י עורכי הקובץ עם חבר ת"ח מיושבי תחכמוני בכולל חזו"א בב"ב.
המערערים מעירים על כמה שינויים הניכרים בתרנגולים (הכותב ציין שהם מצויים בסוג התרנגולות העומדות להטלת ביצים, אך הנסיון מראה שמצויים גם בסוג שלגידול בשר):

ד) רבות מהתרנגולות אוכלות בשר שאינו מבושל, ואפילו מבשר חברותיהן בעודן מפרפרות. האכילה היא בפראות, ולא כניקור אשפה כמקובל בעבר.

שינויים אלו, ברובם הם קלים, אך הם מהותיים, כי חלקם מורה על טבע של עופות אחרים שאינם ממין התרנגול המוכר והמסור מדורות. ובפרט שינויים ח-ט המפורשים בגמרת חולין לטומאה. ומכאן יוצא חשש שמא בתהליך ההשבחה והבירור שעשו מגדלי העופות, הכניסו גם מינים שאין עליהם מסורת, או חלילה טמאים.

תשובות לערעורים
מעת שיצא הערער, ועוד לפני כן, החילותי לשים ליבי להתבונן ביתר שאת להליכות התרנגולים המצויים לפנינו, ולצרף ולהזכר בכל מה שראיתי בהם, הן בעופות הפטימים המיועדים לבשר, והן בעופות המיועדים לביצים, מאותם שהוצאו ממחזור ההטלה והובאו לפני לשחיטה, הן בזן המחודש הלבן, הן בזן הישן החום, הן בגידולי לול רגיל, הן בגידולי לול אורגאני, הן בגידולי חצר פתוחה, והן בתרנגולי הודו. חלקם העמדתי על מוטות, הנחתי להם לרוץ, לעוף ולקפוץ, בדקתי שוב את איבריהם הפנימיים, את כרבולתם, רגליהם ואצבעותיהם. כמו כן התבוננתי בגני החיות ובצילומים, לראות טבעם ועמידתם של עופות טמאים למיניהם. ואכתוב מה שנראה לעיני הטרוטות, לא להלכה ולא למעשה, וההכרעה בזה נתונה לגדולי הדור:

ד) מה שהתלוננו על כך שהתרנגולים אוכלים בשר. כך היתה דרכם של תרנגולים מאז ומתמיד, ראה ב"ק (דף עט ע"ב): "אין מגדלין תרנגולין בירושלים מפני הקדשים, ולא כהנים - בארץ ישראל, מפני הטהרות", ופירש רש"י: "ודרך תרנגולים לנקר באשפה, שמא יביאו עצם [בשר] כעדשה מן השרץ". ופשוט שהחשש בקדשים ובטהרות הוא רק מפני שרץ, אבל התרנגולים עצמם כידוע אוכלים מכל מה שמוצאים באשפה, לחם ובשר, דגים וכל מטעמים. ושרץ כאן הכוונה דוקא לאחד משמונה שרצים שמטמא, ויש ביניהם גדולים כחולדה ועכבר וצב, ואעפ"כ דרכה לאכול מבשרם (ראה בתוספתא טהרות פ"ד ה"ד, שהביאו דוגמא לטומאת שרץ מהלכת, מ"השרץ בפי התרנגול, ונבילה בפי הכלב"). ואין בזה כל חשש, כי אינם דורסים ברגליהם, ולא מצאנו בשום מקום שאכילת בשר תהיה גורם מטמא לדינא (ובעלי טעמי המצוות דלעיל, דברו רק על הרדיפה והדריסה, אבל עצם אכילת בשר אין בה פסול). ומעי"ז כתב התפארת יעקב (חולין סא ע"א) על האווז והבר-אווז שהם טהורים, אע"פ שטורפים דגים חיים במים, (וכן ידוע למגדליהם שאוכלים בשר וכל אוכל שמשליכים להם), שגם ר"ת מודה שבליעת חיים לא נחשבת דריסת טרף חי. (ומעי"ז כתב מהר"י אייבשיץ, בקונטרס פני נשר [בכו"פ, אחרי סי' פו], שאסר הרא"ש בתשובה את החסידה הסיגוני"א מטעם חוסר מסורת, אע"פ שהביא שם שמאכלה צפרדעים, ולא חשש מחמת כך להחשיבה כדורסת). ולפי"ז נופלת השגת המערערים בעניין מה שהתרנגולים דידן אוכלים בשר עופות אחרים, כי הוא בשר בעלמא, (ונשער בנפשנו גורלה של התרנגולת שלוקח ממנה האדם בכל יום את בעלה ואת ביציה ואפרוחיה, מתקיימת בה קללת התוכחה שהתקלל האדם: 'בניך ובנותיך נתונים לעם אחר', לכן ממילא מקיימת בנפשה 'ואכלתם בשר בניכם ובשר בנותיכם' מרוב ייאושה וטירוף דעתה, מהמצב הנורא שהביא לה האדם). וכך היה טבעם מששת ימי בראשית לחטט באשפות ולזלול כל מידי דאכילה שהשליך לשם האדם. וכבר הבאתי למעלה דברי ר"ת בספר הישר והר"ן שדריסה של ר"ת של אכילת בע"ח חי, היינו דוקא בטורף בע"ח בגודלו פחות או יותר, אבל מה שהתרנגולת אוכלת שקצים ורמשים חיים לא נחשבת. [וראה שם עוד קושית ר"ת שהתרנגולת דורסת דריסה דרש"י, ודברי הרש"ש, וכן דברי רבנו יהונתן והט"ז שקולטת ואוכלת מהאויר].
ומה שמתארים שאוכלת גם בשר חולים וזקנים מפרפרים, לא ראיתי כזאת בעיני, אך גם זאת יש לתרץ שלא שייכת כאן דריסה של ר"ת (שאוכל מחיים ואינו ממתין שתמות), שכבר הבאנו בשם הרש"ש שגם ר"ת מודה שדריסה היא הכאה בצפרנים, אלא שהדורס אינו ממתין עד שתמות, אבל התרנגולת לא ראו שמכה את אותם זקנים וחולים, רק שאוכלת ואינה 'יודעת' שאסור לאכול ממפרכסת (שו"ע יו"ד כז), ול'דעתה' דין מפרכסת כדין מתה. (ועוד הבאנו סברת הזב"צ שאם קשה על תרנגולת מאחד מפירושי דריסה, ננקוט כמו שאר פירושי כדי להתירה).
מה שהעירו על פראותה של התרנגולת, כבר קדמום חז"ל במסכת ביצה (כה ע"ב): "עז שבעופות - תרנגול". ומעי"ז במד"ר (שמות רבה מב, ט): "חצוף בעוף - תרנגול". וראה עוד ברכות (כז ע"א): "ועל תרנגול שנסקל בירושלים על שהרג את הנפש", ופירש"י: "שניקר קדקדו של תינוק במקום שהמוח רופף וניקב את מוחו, וסקלוהו כמשפט שור שנגח את האדם". וא"כ אין חדש תחת השמש.

די גאנצע קונטרס מסורת הנאכלים - אמיתי בן דוד מח"ס שיחת חולין
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

בקיצור די קליפ קומט און אינטערסאנטע קליפס אשכול..נישט מער...
Hershy Fogel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:36 am

תגובה דורך Hershy Fogel »

אלט מאנרא האט געשריבן:מעשה שהי' כך הי':

פארגאנגענע וואך פר' וישלח זענען א גרופע אידן אראפגעפארן צו א פארעם מיטן פלאן שחט'ן עופות וואס זיי מאכן אליינס כשר, אזוי באטראכטנדיג די הינדעלעך האבן זיי געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט צום סוף אויפגעשטורעמט די רבנים ובעלי מכשירים וואס האבן נאר געהערט דערפון, פאסירט האט אזוי, עטליכע טשיקנס זענען צוגעגאנגען צו א קאלעגע זיייערע, און נישט מער און נישט ווייניגער זיך גענומען אויפרייסן די רוקן און אנגעהויבן א געהעריגע סעודה, דאס הייסט גענומען א לעבעדיגן עוף און דאס דער'הרג'עט דורכן עסן, דאס מיינט אן ערענסטע שאלה צו דער עוף איז א דורס, איין איד האט גלייך ארויסגענומען זיין (אלטן) טעלעפאן און אפגעכאפט א קורצע ווידעאו דערפון, ווייזענדיג פארן גוי דער פארמער וואס דארט טוט זיך האט ער זיי געזאגט אז דאס איז נישט קיין חידוש, ס'איז א נארמאלע זאך.

צווישן די אידן איז געווען א מורה הוראה א תלמיד פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א און ער איז ארויפגעגאנגען צו זיין רבי'ן און געזאגט ער וויל אים ווייזן די ווידעאו, האט אים דער רב שליט"א געזאגט אז אים איז גענוג אז ס'דא עדים נאמנים און האט אויסגעפירט "ס'גרויסע צרות".

במשך די לעצטע פאר טאג האבן זיך די דיינים ובעלי מכשירים אריינגעלייגט דערין, און ב"ה דערווייל איז דאס נאך בבי מדרשא.

מיר האבן דאס געשריבן אין איילעניש, אפדעיטס וועלן נאך פאלגן.

הערה: דאס האט גארנישט מיט די פולמוס איבער מסורת העופות.

די קורצע רעקארדירנוג.

לדעתי איז א געוואלדיגע ענין אזאלכע סאמאטאכעס צווישן איין נייעס פון טראמפ אינם צווייטן..

לעצם הענין, עס איז א מחלוקה צווישן דער ש"ך און דער ט"ז צו מען נעמט אן ווי דער ר"ת אז דורס מיינט, דורס ואוכל מחיים, די פרמ"ג שרייבט אז מען זאל מחמיר זיין ווי דער ט"ז.

א חבר מיינער האט דערויף אנגעפרעגט ר' "הילל ווינבערגער" האט ער גענטפערט אז די דרכי תשובה שרייבט שוין אז למעשה האט מען נישט אנגענומען ווי דער פרמ"ג און בשעתו האט מען שוין געגעסן אזאלעכע עופת.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

תגובה דורך בן מהללאל »

איך ווייס נישט צו דער מעורר דא מיינט עס ערנסט אדער טרייבט שפאס פונעם עולם. אבער עס איז א דבר ידוע צווישן די האדעווער פון עופות, אז אויב פעלט קאלסיום פון די דייעט פון די טשיקענס וועלן זיי בייסן אנדערע צו באקומען די קאלסיום פון די פעדערן און די ביינער.
פרעגט די מומחים איידער איר פסקנט!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

אין די שנעלקייט זעט אויס אז די ערשיינונג איז געווען איינע פון די שטארקע טענות קעגן אונזער יעצטיג עופות, און צוליב דעם איז מען געגאנגען זוכען א נייע.

ווען מזוכט אויפן געוועב זעט מען אז ס'איז א באקאנטע ערשיינונע ביי "אלע" טשיקענס צוליב פארשידענע סיבות, כ'לייג ביי א אינטארסאנטע לענגערע ארטיקל פון א פראפעסער איבער דעם ענין.

Injured or Dead Birds Left in the Flock

Because chickens are attracted to blood, cannibalism outbreaks can be initiated by the injury of one bird and subsequent pecking of the injury by a flock or cage mate. It is important, therefore, to prevent injury. Loose wires on cages and pens can puncture the skin and cause bleeding. A bird that gets snagged or caught can tear its skin. Cannibalistic chickens, injured birds, victims of cannibalism, and dead birds should be quickly removed from the flock.

Fowl will peck at injured, impaired, or dead birds in their pens as a result of the social order and their natural curiosity. When pecking starts, it can quickly develop into a vicious habit.

נאך איבער דעם פון א אנדערע פלאץ, די מגדלי טשיקענס זענען שטארק פארנומען מיט דעם, וויאזוי דאס צו פארמיידן.

2. Is there really a pecking order?

Absolutely. Chickens establish a social hierarchy from an early age by pecking each other. The birds at the top of the order get pecked the least; the birds at the bottom get pecked the most. Roosters usually rank the highest, though occasionally an alpha hen will dominate. Meanwhile, the low-ranking hens have the most difficult time getting food. On the plus side, they’re often the most attractive mates.

When a chicken is added or removed from a flock, the other birds can become extremely disturbed, pecking furiously at each other in an effort to reestablish their places in the hierarchy. In fact, new chickens sometimes get pecked to death. For this reason, farmers will often sneak in new birds in the dead of night. When the flock wakes up, they simply assume the new birds were there all along.

7. How do you stop chickens from killing each other?

Believe it or not, this is a big problem. All chickens will naturally peck at other chickens, especially if they’re bored or overcrowded. And once the pecking starts, it often won’t stop until one bird is dead. Chickens actually love the taste of chicken! Plus, they’ll flock to peck at anything red, including blood and raw skin. So when a bird gets injured, it becomes even more of a target.

How do you bring order to the coop? On large farms, handlers try to prevent chicken cannibalism by trimming the birds’ beaks. Another tactic is to clamp tiny goggles onto their heads, which impairs their vision and prevents them from seeing each other well. And to stave off boredom, farmers often give chickens things like cabbages and tin pans to play with, or let them range free.

Mating can also be deadly for a chicken. Occasionally, a cock will mount a hen too vigorously, leaving bald spots and claw marks on her back, known as “rooster tracks.” The injured hens then become subject to cannibalism. To avoid this, farmers strap little aprons, called hen saddles, to their hens’ backs, which allow ......

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

סאו כ'אקיינמאל נישט געהערט אז דער אמיתי מח"ס שיחת חולין זאל געבן השגחות אויף עסן. אפשר קען מיר איינער אנצייגן אויף וואס ער געט אן השגחה, און איך וועל בע"ה פרובירן דאס צו עסן.

דאנקע פון פאראויס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

א ת"ח אחד א שטיקל מומחה בענין עופות האט מיר געזאגט אז פאריגע וואך איז געווען אין די קינדליין אן אינטערוויוא מיט הרב מנחם מאיר ווייסמאנדל אב"ד נייטרא מאנסי, איז געווען דארט א בילד פון די נייטרא ישיבה פארם, און מען דארקענט די טשיקענס זענען קארניש
.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:א ת"ח אחד א שטיקל מומחה בענין עופות האט מיר געזאגט אז פאריגע וואך איז געווען אין די קינדליין אן אינטערוויוא מיט הרב מנחם מאיר ווייסמאנדל אב"ד נייטרא מאנסי, איז געווען דארט א בילד פון די נייטרא ישיבה פארם, און מען דארקענט די טשיקענס זענען קארניש

יאפ'ס, האמיר עס געזעהן
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”