שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

lebediger berel האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:אינטערסאנט אז די "אומראויגע" עסען ליבעשרט אינדיק
עס איז דא א גאנץ עסק אין פריערדיקע וועגען "תרנגול הודו" אינדיקעס ראה שו"ת משיב דבר להנציב תלק כ סוף סימן כ"ב
עס איז דא משפחות נכדי ?? וואס עסען עס נישט היינט כאטש עס איז נתפשט להיתר

אויף טורקי איז דער הייליגער קאמארנער נאמן אז דער הייליגער בעל שם טוב האט מכריע געווען להיתר (הגם די מסורה פון אינדיק איז נישט קלאר די ווערטער פון די הייליגער קאמארנער והדברים מפליאים כי הי' בעל רוח הקודש גלוי, אבל בדבר זה נאמן לנו כי הבעש"ט אמר שאין שום חשש לאכול העוף אינדיק)

ווי אויך איז דא הערליכע היתרים אויף אינדיק (אגב איין שיינע היתר איז מבואר אין שואל ומשיב, אז בעצם קען מען זיך דאך פארלאזן אויף שיטת רמב"י אז מען דארף נישט קיין מסורה נאר מען קוקט אויף סימנים, די גאנצע זאך פארוואס מען דארף א מסורה איז דאך וויבאלד דער רמ"א איז מכריע ווי רש"י אז מען דארף א מסורה אנדערש ווי רוב ראשונים שנקטו כשיטת רמב"י, איז אויב אזוי דאס איז אלעס נאך די רמ"א, היות די אינדיק איז דאך געווען אויפ'ן טיש נאך פאר'ן רמ"א, און דעמאלס האט מען נאך אנגענומען ווי שיטת רמב"י ממילא האבן די פוסקים אנגענומען להיתר, אבער עס איז דא נאך כמה וכמה סיבות להתיר הטורקי כמבואר בדברי גדולי הפוסקים אשר מפיהם אנו חיים)

וואס דארף מען מער אז די אלע בעלזא צדיקים פלעגן פורים עסן טורקי (וויבאלד דער טורקי הייסט א גרויסע נאר, האט מען דאס געגעסן לזכר המלך טיפש אחשורוש), דער הייליגער צאנזער רב האט דאס געגעסן, און נאך און נאך.

הגם דער אשכול איז אין ידיעות התורה און איך בין ליידער נישט קיין גרויסער ידען, אבער הרב יצחק שטיין וואס איז יא א ידען שרייבט קלאר אז די היתרים אויף טוירקי (חוץ די העכערע ענינים) איז אלעס אויך שייך אויף דעם עוף וואס מיר עסן היינט צוטאג, חוץ אויב מיר זאלן אנ-נעמען דעם גרויסן ליגענט (וואס אלע אידן וואס שלאגן כפרות זעכציג יאר זענען מעיד אז פאר יעדן פשוט'ן מענטשליכן אויג זעט דער עוף אויס די זעלבע אלע יארן- איך און דו און דיין טאטע אויך) אז מ'האט די לעצטע פאר יאר אנגעפאנגען ברענגען א נייע אויסזעענדיגע עוף

דאס איז לגבי די מסורה פון די עופות, אבער וואס העלפט דאס לגבי די חשש אז מהאט מזווג געווען מינים טמאים?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

מצפים לישועה האט געשריבן:איינער האט מיר געוויזן א טאץ פון אייער פון די טשיקנס, זיי זענען אוי זייער מאדנע, טייל זענען טינקל ברוין און טייל זענען ליכטיג ברוין, און טייל האבן פיל ברוינע פינטעלעך, און טייל זענען כד כד, איז דאס אלעס נישט קיין ראיה אז מהאט אריינגעמישט אנדערע מינים?

ניין, ווייל אזוי קוקט אויס אייער פון די עופות, די שיינע אייער וואס מקויפט אין געשעפט קומט פון די לעגהארן עוף.

דער כד וכד פראבלעם האט די לעגהארן אויך, ס'איז אבער שוין אויסגע'פסק'נט להיתר, וויבאלד א משהו איז דאס יא חד.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

שמואל בארג האט געשריבן:

די קורניש אייער זענען נאר כד כד אפילו נישט קיין משהו כד וחד, די ראק קורניש זענען יש ויש, דאס איז טאקע איינס פון די ראיות אז די קורניש איז א טריפה'נע עוף, און אונזער עוף וואס איז א קינד פון דעים ראק מיט דעים קורניש, האט טאקע אפשר א כשר'ע מאמע, אבער זיין טאטע איז א גוי גמור...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

סתם שקר
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

סדא צו קריגן און אמריקה עופות וואס זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון דעם טמאנעם קורניש?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

מצפים לישועה האט געשריבן:סדא צו קריגן און אמריקה עופות וואס זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון דעם טמאנעם קורניש?

דאמר ר' יהושע בן לוי לעולם אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו שהרי עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו שנאמר מן הבהמה הטהורה ומן הבהמה אשר איננה טהורה
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

סידיראם האט געשריבן:
די קורניש אייער זענען נאר כד כד אפילו נישט קיין משהו כד וחד,

איר האט דאס אפגעמאסטן? וויאזוי?

אודאי, זייער אסאך רבנים אין אמעריקא קריגן זיך צו דאס איז נישט אפשטאמיג פון דעם קארניש און צו ס'איז נישט טמא.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

מצפים לישועה האט געשריבן:סדא צו קריגן און אמריקה עופות וואס זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון דעם טמאנעם קורניש?

צי ווייסטו נישט אז צדיקים האבן געזאגט אז אין אמעריקא זענען אפילו די שטיינער טמא....
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

שמואל בארג האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
די קורניש אייער זענען נאר כד כד אפילו נישט קיין משהו כד וחד,

איר האט דאס אפגעמאסטן? וויאזוי?

דו רעדסט פון cornish cross? כ'אב קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי קענען בכלל לייגן אייער.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

חלב ישראל האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
די קורניש אייער זענען נאר כד כד אפילו נישט קיין משהו כד וחד,

איר האט דאס אפגעמאסטן? וויאזוי?

דו רעדסט פון cornish cross? כ'אב קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי קענען בכלל לייגן אייער.

דעמאלטס ווי אזוי ווערן געבוירן נייע הינער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

זבחי צדק האט געשריבן:דעמאלטס ווי אזוי ווערן געבוירן נייע הינער?

זיי זענען מורכב, די נייע ווערן געבוירן פון די מקור. די פארמער דארפן עס באשטעלן יעדע יאר פון פריש
לעצט פארראכטן דורך חלב ישראל אום מאנטאג פעברואר 19, 2018 12:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

חלב ישראל האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:דעמאלטס ווי אזוי ווערן געבוירן נייע הינער?

זיי ווערן גענעטיש אינדזענירט, די פארמער דארפן עס באשטעלן יעדע יאר פון פריש

דערווייל זענען זיי נאכנישט אזוי פארגעשריטן...

זיי לייגן אייער נאר זייער ווייניג א יאר (כ'מיין בערך פערציג), ס'איז דא אסאך סארטן הינער, געוויסע זענען - ווי די גמ' רופט עס - עומדת לאכילה, און געוויסע לגדל ביצים.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

שמואל בארג האט געשריבן:דערווייל זענען זיי נאכנישט אזוי פארגעשריטן...

גערעכט, טעיתי, ופאַראָכטי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

אבער פון יעצט און ווייטער ווייסטו שוין אז א הינדל קען נאר קומען פון אן איי?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

שמואל בארג האט געשריבן:אבער פון יעצט און ווייטער ווייסטו שוין אז א הינדל קען נאר קומען פון אן איי?

דאס האב איך שוין געוואוסט פון פארדעם, די זאך איז נאר וויאזוי ס'ווערט א פערטילייזד איי, זיי טוען עס דורך Artificial insemination.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

ערהאלטן אין אימעיל, בסך הכל א תמצית פון די תשובות געדרוקט אין גינות ורדים, מיט א נטי' לאיסור, טיפיקל כולל אינגערמאן אן עקספיריענס אין הוראה.
אטעטשמענטס
תשובת הרהג ר פישל מענדלאוויטש שליטא.pdf
(106.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 162 מאל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובה דורך מדי דברי »

ועל זה ידוו כל הדוים
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

די וואך רעדנדיג מיט א מורא הוראה איבער דעם ענין, אז מ'זעהט די קליפס ווי אונזער הייליגע קארניש ראק איז א דורס, און זיי צופליקן אן אומשולדיגע טשיקן פאר גארנישט.

זאגט מיר דער דיין, די גמרא זאגט עזין שבעופות תרנגול, זיי זענען ווילד, זיי זענען עזות'דיג און אויך מערדער. אבער דאך האט עס נישט די הלכה פון א דורס.
די גמרא דערציילט אז א תרנגול וואס האט גע'הרג'ט א מענטש:

עי' עדיות פרק ו' משנה א':
רבי יהודה בן בבא העיד חמשה דברים, שממאנים את הקטנות, ושמשיאין את האשה על פי עד אחד, ושנסקל תרנגול בירושלים על שהרג את הנפש, ועל היין בן ארבעים יום שנתנסך על גב המזבח, ועל תמיד של שחר שקרב בארבע שעות. ואיתא גם בברכות כ"ז. (ועי' ברש"י שנקר קדקדו של תינוק במקום שהמח רופף).

און קיינער זאגט נישט אז תרנגולים זענען דורסים צוליב דעם. כלל ישראל האט געגעסן תרנגולים טויזנטער יאר.

אלע מאי, דאס הייסט נישט קיין דורס. ויאכלו ענוים וישבעו.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

הגאון רבי יצחק שטיין שליט"א ברענגט די גמ' אין זיין תשובה.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

דממה דקה האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:סדא צו קריגן און אמריקה עופות וואס זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון דעם טמאנעם קורניש?

דאמר ר' יהושע בן לוי לעולם אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו שהרי עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו שנאמר מן הבהמה הטהורה ומן הבהמה אשר איננה טהורה

קוק דארט אריין אין בעל המאור אז ווען מען דארף פסק'נען אויף א זאך צו עס איז טהור צו טמא, איז די ווארט טמא בכלל נישט קיין דבר מגונה, וואס וועגן דעים ווערט בכל התורה כולה יא אנגערופן אלע טמא'נע זאכן בשם טמא.

לענינינו איז דא די זעלבע זאך... מען דארף דאך זאגן אזוי צו קלארשטעלן די הלכה....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

קיסריה האט געשריבן:די וואך רעדנדיג מיט א מורא הוראה איבער דעם ענין, אז מ'זעהט די קליפס ווי אונזער הייליגע קארניש ראק איז א דורס, און זיי צופליקן אן אומשולדיגע טשיקן פאר גארנישט.

זאגט מיר דער דיין, די גמרא זאגט עזין שבעופות תרנגול, זיי זענען ווילד, זיי זענען עזות'דיג און אויך מערדער. אבער דאך האט עס נישט די הלכה פון א דורס.
די גמרא דערציילט אז א תרנגול וואס האט גע'הרג'ט א מענטש:

עי' עדיות פרק ו' משנה א':
רבי יהודה בן בבא העיד חמשה דברים, שממאנים את הקטנות, ושמשיאין את האשה על פי עד אחד, ושנסקל תרנגול בירושלים על שהרג את הנפש, ועל היין בן ארבעים יום שנתנסך על גב המזבח, ועל תמיד של שחר שקרב בארבע שעות. ואיתא גם בברכות כ"ז. (ועי' ברש"י שנקר קדקדו של תינוק במקום שהמח רופף).

און קיינער זאגט נישט אז תרנגולים זענען דורסים צוליב דעם. כלל ישראל האט געגעסן תרנגולים טויזנטער יאר.

אלע מאי, דאס הייסט נישט קיין דורס. ויאכלו ענוים וישבעו.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס די זאגסט, וועלכע תרנגול רעדט מען דארט, עס איז דאך קלאר דא טמא'נע תרנגולים אויכעט כגון תרנגולתא דאגמא ועוד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

אלט מאנרא האט געשריבן:ערהאלטן אין אימעיל, בסך הכל א תמצית פון די תשובות געדרוקט אין גינות ורדים, מיט א נטי' לאיסור, טיפיקל כולל אינגערמאן אן עקספיריענס אין הוראה.

מדי דברי האט געשריבן:ועל זה ידוו כל הדוים

אבי ארינטערגעריסן. אזוי קוקן אויס אלע ארינטערייסער'ס. מען זאגט נישט גארנישט, מען רייסט יענעם ארינטער און אזוי ווערט די זאך אטאמאטיש גיט.

און עס זענען דא מערערע מורה הוראות מיט עקספעריענס און הוראה (מיט ווייניג קלות הדעת ודי) וואס ווילן בכלל נישט זאגן קיין היתר ברור, צוליב די חומר הדבר.

לעצטנס ביי א שמחה האב איך מיך געזעצט לעבן גאר א שטארקע און באקאנטע מורה הוראה, (וואס איך בין גאר היימיש מיט אים) איך האב געשמועסט מיט אים איבער די נושא פאר איבער 15 מינוט. דעתו איז שטארק נוטה לאיסור, הגם ער וויל עס נישט ארויסזאגן ברבים צוליב פארשידענע סיבות וכו', אבער ער אליין האט געסטאפט צו עסן אלעס אפילו בארעד ראק. ער עסט נאר טורקי, פאר מיר האט ער אבער קלאר שיין אויסגעשמועסט אז בארעד ראק איז בעצם פיין, נאר ער וויל דאס נאך מברר זיין בירור אחר בירור ורק לעצמו מחמיר.

אינמיטן איז צוגעקומען איינער, און געהערט אז מען רעדט פון די טשיקענס, האט ער זיך צוגעזעצט צום שמועס, דער דיין האט שנעל פארדרייט דעים שמועס, ווען יענער האט אים געפרעגט, האט ער געענטפערט, וואס הייסט וואס איז די שאלה, רבי יצחק שטיין שרייבט שוין א תשובה להיתר...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובה דורך יוד אלף »

סידיראם האט געשריבן:לעצטנס ביי א שמחה האב איך מיך געזעצט לעבן גאר א שטארקע און באקאנטע מורה הוראה, (וואס איך בין גאר היימיש מיט אים) איך האב געשמועסט מיט אים איבער די נושא פאר איבער 15 מינוט. דעתו איז שטארק נוטה לאיסור,

אינמיטן איז צוגעקומען איינער, און געהערט אז מען רעדט פון די טשיקענס, ווען יענער האט אים געפרעגט, האט ער געענטפערט, וואס הייסט וואס איז די שאלה, רבי יצחק שטיין שרייבט שוין א תשובה להיתר...

דו מאכסט דא פורים פון א באקאנטע מורה הוראה?
אדער ער האט געהאלטן אז כאטש דעתו נוטה לאיסור איז בטלה דעתו לדעת ר"י שטיין?
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובה דורך מדי דברי »

סידיראם האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ערהאלטן אין אימעיל, בסך הכל א תמצית פון די תשובות געדרוקט אין גינות ורדים, מיט א נטי' לאיסור, טיפיקל כולל אינגערמאן אן עקספיריענס אין הוראה.

מדי דברי האט געשריבן:ועל זה ידוו כל הדוים

אבי ארינטערגעריסן. אזוי קוקן אויס אלע ארינטערייסער'ס. מען זאגט נישט גארנישט, מען רייסט יענעם ארינטער און אזוי ווערט די זאך אטאמאטיש גיט.

וואס האסטו געטון יעצט?

כ' וויל נישט אריינגיין אין די ליצנות וואס דו מאכסט פון א מורה הוראה. ווי יוד אלף זאגט שוין.

אבער די פריערדיגע קונטרס איז געשריבן לכאורה בדחניש לכבוד אדר, לטובת רב מקרעניץ.
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”