lebediger berel האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:געשיקטער האט געשריבן:אינטערסאנט אז די "אומראויגע" עסען ליבעשרט אינדיק
עס איז דא א גאנץ עסק אין פריערדיקע וועגען "תרנגול הודו" אינדיקעס ראה שו"ת משיב דבר להנציב תלק כ סוף סימן כ"ב
עס איז דא משפחות נכדי ?? וואס עסען עס נישט היינט כאטש עס איז נתפשט להיתר
אויף טורקי איז דער הייליגער קאמארנער נאמן אז דער הייליגער בעל שם טוב האט מכריע געווען להיתר (הגם די מסורה פון אינדיק איז נישט קלאר די ווערטער פון די הייליגער קאמארנער והדברים מפליאים כי הי' בעל רוח הקודש גלוי, אבל בדבר זה נאמן לנו כי הבעש"ט אמר שאין שום חשש לאכול העוף אינדיק)
ווי אויך איז דא הערליכע היתרים אויף אינדיק (אגב איין שיינע היתר איז מבואר אין שואל ומשיב, אז בעצם קען מען זיך דאך פארלאזן אויף שיטת רמב"י אז מען דארף נישט קיין מסורה נאר מען קוקט אויף סימנים, די גאנצע זאך פארוואס מען דארף א מסורה איז דאך וויבאלד דער רמ"א איז מכריע ווי רש"י אז מען דארף א מסורה אנדערש ווי רוב ראשונים שנקטו כשיטת רמב"י, איז אויב אזוי דאס איז אלעס נאך די רמ"א, היות די אינדיק איז דאך געווען אויפ'ן טיש נאך פאר'ן רמ"א, און דעמאלס האט מען נאך אנגענומען ווי שיטת רמב"י ממילא האבן די פוסקים אנגענומען להיתר, אבער עס איז דא נאך כמה וכמה סיבות להתיר הטורקי כמבואר בדברי גדולי הפוסקים אשר מפיהם אנו חיים)
וואס דארף מען מער אז די אלע בעלזא צדיקים פלעגן פורים עסן טורקי (וויבאלד דער טורקי הייסט א גרויסע נאר, האט מען דאס געגעסן לזכר המלך טיפש אחשורוש), דער הייליגער צאנזער רב האט דאס געגעסן, און נאך און נאך.
הגם דער אשכול איז אין ידיעות התורה און איך בין ליידער נישט קיין גרויסער ידען, אבער הרב יצחק שטיין וואס איז יא א ידען שרייבט קלאר אז די היתרים אויף טוירקי (חוץ די העכערע ענינים) איז אלעס אויך שייך אויף דעם עוף וואס מיר עסן היינט צוטאג, חוץ אויב מיר זאלן אנ-נעמען דעם גרויסן ליגענט (וואס אלע אידן וואס שלאגן כפרות זעכציג יאר זענען מעיד אז פאר יעדן פשוט'ן מענטשליכן אויג זעט דער עוף אויס די זעלבע אלע יארן- איך און דו און דיין טאטע אויך) אז מ'האט די לעצטע פאר יאר אנגעפאנגען ברענגען א נייע אויסזעענדיגע עוף
דאס איז לגבי די מסורה פון די עופות, אבער וואס העלפט דאס לגבי די חשש אז מהאט מזווג געווען מינים טמאים?