הכרזת זמן המולד

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מודה אני
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 4:56 pm

הכרזת זמן המולד

תגובהדורך מודה אני » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:36 pm

אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם???

אץ קוצץ
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:41 pm

מודה אני האט געשריבן:אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם???

נכון לידע בשעה שמברכין החדש אימתי יהיה המולד (לשון שערי אפרים שער י' סל"ז)

וע"ש באמצע דבריו "והעיקר הוא לידע יום קביעת ר"ח בבירור"

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:42 pm

מען זאל נישט קענען זאגן מאבימלך נתעברה החודש
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:47 pm

איין טעם: זכר צו וואס דער בית דין הגדול פלעגט אויסרופן 'מקודש מקודש' נאכן זען דעם מולד הלבנה.
נאך א טעם: א חלק פון מצות קידוש החודש וואס מ'קען נאך היינט מקיים זיין איז, חשבונ'ען אדער לפחות וויסן דעם זמן המולד, וועגן דעם רופט מען אויס דעם זמן המולד, ווייל די אלטע לוחות זענען געווען גרייזיג און האבן נישט געהאט דעם ריכטיגן זמן המולד (דאכט זיך אז דאס שטייט אין ליקוטי מהרי"ח).

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 10:40 pm

שמאטע ;l;p- ;l;p- ;l;p-

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:05 am

אין געוויסע קהלות (כמדומה גם בבעלזא) רופט מען נישט אויס.
(נישט קיין סתירה צו הנ״ל אז נכון לידע שעת המולד, אבער מען האט דוקא נישט אוסגערופן ורמזו לזה ״אין אסתר מגדת מולדתה״)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:11 am

שמאטע האט געשריבן:מען זאל נישט קענען זאגן מאבימלך נתעברה החודש

:lol:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:19 am

שמאטע האט געשריבן:מען זאל נישט קענען זאגן מאבימלך נתעברה החודש

:lol: :lol: :lol: ;l;p-

יעדע עמאוזשי האט א חשבון.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:10 am

shalsheles האט געשריבן:- - - אבער מען האט דוקא נישט אוסגערופן ורמזו לזה ״אין אסתר מגדת מולדתה״

אסתר דארף טאקע נישט אויסרופן דעם מולד. כל כבודה בת מלך פנימה. ביי אונז רופט עס דער גבאי אויס...

אץ קוצץ
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:29 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:איין טעם: זכר צו וואס דער בית דין הגדול פלעגט אויסרופן 'מקודש מקודש' נאכן זען דעם מולד הלבנה.
נאך א טעם: א חלק פון מצות קידוש החודש וואס מ'קען נאך היינט מקיים זיין איז, חשבונ'ען אדער לפחות וויסן דעם זמן המולד, וועגן דעם רופט מען אויס דעם זמן המולד, ווייל די אלטע לוחות זענען געווען גרייזיג און האבן נישט געהאט דעם ריכטיגן זמן המולד (דאכט זיך אז דאס שטייט אין ליקוטי מהרי"ח).

ביטע ברענגען קראנטע זאכען מיט מקורות.

אץ קוצץ
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:32 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:- - - אבער מען האט דוקא נישט אוסגערופן ורמזו לזה ״אין אסתר מגדת מולדתה״

אסתר דארף טאקע נישט אויסרופן דעם מולד. כל כבודה בת מלך פנימה. ביי אונז רופט עס דער גבאי אויס...

זייטס מוחל, אין אסתר מגדת מולדתה בנוגע די מולד, ברענגט די הייליגע אפטע רב אין אוהב ישראל פ' בא בפ' החודש.

אץ קוצץ
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:39 am

כדאי אראפ ציברענגען די ווערטער פינעם בני יששכר, אין דרך פיקודיך מ"ע ד' חלק המעשה אות י' : שעיקר המצוה בזה"ז הוא לחשוב עכ"פ המולדות מחדש לחדש ולא יסמוך על הלוח הנדפס, עיי"ש באורך.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:33 am

בפשטות, ווייל ראש חודש בענטשן איז ווי קידוש החודש פון ב''ד, אין צו מקדש זיין דארף מען הערן פון די עדות פונקטליך וואס זיי האבן געזען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 19, 2017 9:41 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דינוב
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2016 7:34 am
לאקאציע: אין דינוב

תגובהדורך דינוב » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:53 pm

אין טשערנאביל איז די מנהג נישט צו אויסרופן די מולד

סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:15 pm

דינוב האט געשריבן:אין טשערנאביל איז די מנהג נישט צו אויסרופן די מולד

ומקורו כנ"ל מספה"ק 'אוהב ישראל'
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג נובעמבער 19, 2017 3:17 pm

מאיר הליכות.pdf
עי' כאן באורך
(70.46 KiB) דאונלאודעד 35 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג נובעמבער 19, 2017 3:42 pm

פון הרה"ג רב אברהם דוד לאוואוט רב פון נוקעלייב עלטער עלטער זיידע פון ליובאוויטשער רבי זי"ע
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=86

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג נובעמבער 19, 2017 3:43 pm

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=338

פון ספר "סדור רבינו הזקן עם ציונים והערות" פון הרב לוי יצחק רסקין דיין פון ליובאוויטשער קהילה אין לונדון

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 12:20 am

בס' הליכות אבן ישראל (מהגרי"י פישר ז"ל) שטייט אז ס'איז א מנהג בעלמא און די ברכת החודש ווענדט זיך נישט אין דעם, צוליב דעם קען מען בענטשען דעם חודש אפילו מ'האט נישט געהערט די הכרזת המולד.

זיין זון הגאון ר' יודל ברענגט דארט אין א הגה"ה מ"ש בהגהות ציון וירושלים (ירושלמי סהנדרין פ"ה ה"ג) א טעם דערויף

Screenshot-2017-11-22 HBreader - תלמוד ירושלמי.png
Screenshot-2017-11-22 HBreader - תלמוד ירושלמי.png (93.74 KiB) געזעהן 933 מאל


פרעגט ער, וואס איז די ראיה, אויף צו קענען דאווענען מוסף ר"ח העלפט נישט אז מ'ווייסט ווען די מולד איז געווען, די עיקר איז אז מ'זאל וויסן ווען מ'האט קובע געווען דעם חודש.

און ער פירט אויס אז די טעם איז מ'זאל וויסן ווען מ'קען שוין מחדש זיין די לבנה, אבער ס'האט נישט קיין שייכות מיט בענטשען דעם חודש.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 1:01 am

אץ קוצץ האט געשריבן:כדאי אראפ ציברענגען די ווערטער פינעם בני יששכר, אין דרך פיקודיך מ"ע ד' חלק המעשה אות י' : שעיקר המצוה בזה"ז הוא לחשוב עכ"פ המולדות מחדש לחדש ולא יסמוך על הלוח הנדפס, עיי"ש באורך.

און וואס האט פשט דאס וואס די שמש בלעבלט נאך די דבר יום ביומו וואס שרייבט נאך די לוח הנדפס?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג דעצמבער 22, 2017 7:48 am

לעצטן שבת מברכים האב איך געדאווענט דאס ערשטע מאל אין א געוויסע געגנט שוהל, בין איך געוואויר געווארן א פרישע מנהג, אויסצורופן דעם מולד צווישן דעם יהי רצון און מי שעשה נסים, אנדערש ווי איך בין געוואוינט געווען צו הערן דעם כרוז בעפאר דעם יהי רצון.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג ינואר 30, 2018 3:39 am

Amazing האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:כדאי אראפ ציברענגען די ווערטער פינעם בני יששכר, אין דרך פיקודיך מ"ע ד' חלק המעשה אות י' : שעיקר המצוה בזה"ז הוא לחשוב עכ"פ המולדות מחדש לחדש ולא יסמוך על הלוח הנדפס, עיי"ש באורך.

און וואס האט פשט דאס וואס די שמש בלעבלט נאך די דבר יום ביומו וואס שרייבט נאך די לוח הנדפס?

דער בני יששכר רעדט נישט פון ראש חודש בענטשו, ס'איז דא אן עקסטערע מצוה צו לערנען דעם לוח המולד כי היא חכמתם ובינתכם
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט