אלגעמיינע ארגענעזאציע הכשרים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

אלגעמיינע ארגענעזאציע הכשרים

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 11:33 pm

דיסקלעימער: די גאנצע שמועס איז נישט אויף צו טוישן וואס מען איז אויפגעוואקסען מיט. דאס איז נאר א אלגעמיינע שמועס וואס איז די סיבה פארוואס מען נוצט עס נישט, און צו איז עס אויסגעהאלטן אינמיטן וועג

לאמיר אנהייבען מיט קאקא קאלא פראדוקטן: דאס הייסט הונדערט פראצענט כשר ביי אלע קרייזען, און דאס רעכנט אריין די גאר פרומע ליטווישע א.ד.ג. אויסער סאטמאר און חסידיש געשטומט.
פיסטאשיאס: אויס איז עס נישט מיט א פלעיוואר (אויסער זאלץ) צו ברויך מען מיט א היימישע הכשר, אדער איז OU גענוג.
אויל: די מערהייט פון אויל ווערט געמאכט מיט א OU משגיח און נאכער קומט ארויף די היימישע הכשר פלאמבע. צו קאן מען נוצען פון די אלגעמיינע געשעפטן נאר מיט א OU.
בוי זיך זעלבסט

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:13 am

vitamin water?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:15 am

צו געזונט האט געשריבן:דיסקלעימער: די גאנצע שמועס איז נישט אויף צו טוישן וואס מען איז אויפגעוואקסען מיט. דאס איז נאר א אלגעמיינע שמועס וואס איז די סיבה פארוואס מען נוצט עס נישט, און צו איז עס אויסגעהאלטן אינמיטן וועג

לאמיר אנהייבען מיט קאקא קאלא פראדוקטן: דאס הייסט הונדערט פראצענט כשר ביי אלע קרייזען, און דאס רעכנט אריין די גאר פרומע ליטווישע א.ד.ג. אויסער סאטמאר און חסידיש געשטומט.
פיסטאשיאס: אויס איז עס נישט מיט א פלעיוואר (אויסער זאלץ) צו ברויך מען מיט א היימישע הכשר, אדער איז OU גענוג.
אויל: די מערהייט פון אויל ווערט געמאכט מיט א OU משגיח און נאכער קומט ארויף די היימישע הכשר פלאמבע. צו קאן מען נוצען פון די אלגעמיינע געשעפטן נאר מיט א OU.

די ערשטע צוויי זאכן פרעגסטו צום זאך, און די מבינים זאלן ענטפערן
אבער ביי די דריטע האסטו שוין אריינגעווארפן א פלאקן.. נעמליך אז "די מערהייט ווערט געמאכט מיט א OU משגיח און נאכער קומט ארויף די היימישע הכשר פלאמבע" דאס איז שוין אויסגעשמועסט פיל מאל דא אויף דער וועלט, דאס האט נישט קיין שייכות מיטן סמכות פון OU. ווייל אונזער פראבלעם מיט OU איז נישט דער משגיח, דער פראבלעם איז זייערע פאליסיס להקל ולהחמיר וואס איז נישט לפי השקפתינו. אבער דער משגיח פארזיך איז דאך נֶאֶמָן, אלזא די חומרא'דיגע בעלי מכשירים הייסן אים ניצן מער חומרות. והבן.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 6:35 am

נישטא קיין פלאקען אין די אומגעגענט. דערפאר האב איך געשריבן "אויל" וואס ביי דעם איז עס פון די אלגעמיינע מארקעט און עס האט געווענליך נישט קיין אנדערע חומרות
בוי זיך זעלבסט

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 8:27 am

צו געזונט האט געשריבן:אויל: די מערהייט פון אויל ווערט געמאכט מיט א OU משגיח און נאכער קומט ארויף די היימישע הכשר פלאמבע. צו קאן מען נוצען פון די אלגעמיינע געשעפטן נאר מיט א OU.


פון ווי נעמסטו דאס?

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 9:39 am

קאקא-קאלע = האב איך געהערט פון איינעם וואס האט לעצטענטס גערעד צו איינע פון די אקטיווע אין הכשרות בא די עדה אז עס האט עפעס אן אינגרידיענס "קאראמעל" וואס דארף האבן אן השגחה מעולה, די זעלבע האטער געהערט פון רב לאנדא'ס בי"ד.
ספרייט האבן זיי געזאגט קען מען יא טרינקן.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:01 am

גבריאל האט געשריבן:קאקא-קאלע = האב איך געהערט פון איינעם וואס האט לעצטענטס גערעד צו איינע פון די אקטיווע אין הכשרות בא די עדה אז עס האט עפעס אן אינגרידיענס "קאראמעל" וואס דארף האבן אן השגחה מעולה, די זעלבע האטער געהערט פון רב לאנדא'ס בי"ד.
ספרייט האבן זיי געזאגט קען מען יא טרינקן.

אינטערסאנט!
איך האב ביז יעצט געוויסט אז דאס איז אפגעבריעטע צוקער
Untitled.jpg
Untitled.jpg (72.22 KiB) געזעהן 1270 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 11:50 am

צו געזונט האט געשריבן:אויל: די מערהייט פון אויל ווערט געמאכט מיט א OU משגיח און נאכער קומט ארויף די היימישע הכשר פלאמבע. צו קאן מען נוצען פון די אלגעמיינע געשעפטן נאר מיט א OU.

די גוטע היימישע השגחות וועלן אבער זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין Mixed Plant וואס די ארגינאזאציעס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער עס איז גאר ווייט פון אן היימישע סטאנדארט. ואכמ"ל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 12, 2017 2:56 pm

גאר א נאנטער מיינער ארבייט אין א פאבריק ווי אלעס ווערט געמאכט אינטער דעם קאנטראל פון הרה"ג אבד"ק וויאיזדאס
נישט דא קיין אין סטאנדארד ציווישען די פראדוקטען וועלכע האבען דעם "הייימישען" לעיבעל מיט דעם חותם פון הרה"ג אבד"ק וויאיזדאס
און די פראדוקטען וועלכע האבען דעם לעיבעל XYZ מיט דעם חותם פון OU
מעג איך דאס מפרסם זיין?

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

תגובהדורך שטייט » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:01 pm

ס'איז דא אפאר גוטע עפפ'ס א שטייגער ווי cRc kosher וואס מ'קען סירטשן פאר יעדע אייטעם באזונדער, און אפילו אין וועלכע חלק וועלט.

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:08 pm

שטייט האט געשריבן:ס'איז דא אפאר גוטע עפפ'ס א שטייגער ווי cRc kosher וואס מ'קען סירטשן פאר יעדע אייטעם באזונדער, און אפילו אין וועלכע חלק וועלט.

נישט געוויסט פין דעי עפפ, יעצט גדאונלאוד סאיז זייער בייהילפיג, א שכח


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט