פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג מאי 19, 2019 7:52 pm

שמועות דערציילן איבער שייטלעך מיטן השגחה פון רבי אשר אקשטיין דארף שוין אין די קומעדיגע תקוםה ווערן פארקויפט אין ניו יוארק.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מיטוואך מאי 22, 2019 2:44 am

פעלעד האט געשריבן:שמועות דערציילן איבער שייטלעך מיטן השגחה פון רבי אשר אקשטיין דארף שוין אין די קומעדיגע תקוםה ווערן פארקויפט אין ניו יוארק.

די פריז גייט זייין די זעלבע?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך מאי 22, 2019 5:44 am

מזאגט ארום 2000$
און קען זיין אז רבי אשר אקשטיינס נאמען וועט נישט שטיין דארט מכמה טעמים אבער בפועל איז ער וואס שטייט אינטער דעם.
אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מאי 22, 2019 8:54 am

פעלעד האט געשריבן:אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

שוין ס'הייבט זיך אן

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך מאי 22, 2019 9:43 am

פעלעד האט געשריבן:מזאגט ארום 2000$
און קען זיין אז רבי אשר אקשטיינס נאמען וועט נישט שטיין דארט מכמה טעמים אבער בפועל איז ער וואס שטייט אינטער דעם.
אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

איך קען פערזענליך עטליכע וואס זענען אריינגעמישט אין דעם נייע הכשר פון די שייטלעך, אין דערווייל ברענגט מען אריין סך הכל 500 שייטלעך בערך חודש חמוז צייט! דאס איז נישט קיין פתרון פאר די פראבלעם (לדעת האוסרים, וכן לדעת אלו שאינם סומכים על הכשר הרב גרוס) !
האם א פראבלעם איז אז יעדער שייטעל וועט קאסטען בערך 300 דאללער מער מער פון די נארמאלע פרייז פון די סארט שייטעל אהן די הכשר !

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » מיטוואך מאי 22, 2019 10:10 am

עס ברענט א פייער !
איסור דאורייתא בפרהסיא אין אלע גאסן, יעדן טאג, און מ'ווארט אויף אריינברענגען? הכשר?
יהרג ואל יעבור !!!
כלאים בציצית איז א שאלה אין די גמרא צו מ'זאל אויסטוען די קלייד אין די גאס. עבודה זרה? קיין שאלה.
20 אינגע מענטשן אוועק די לעצטע פאר וואכן. זיכער נישט וועגן דעם. הא?
אוי וויי! ווי שטייט מיר היינט?
ווי אזוי וועט ר' שמעון בן יוחאי קומען צו אלע הדלקות איבער די וועלט ווען ער וועט פון הימל זעהן עבודה זרה ממש בפרהסיא אויף טויזענטער קעפ?
שומו שמים!!!

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך מאי 22, 2019 10:21 am

די פילען ליגען אויף די מילכיגע קאונטער.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 22, 2019 1:07 pm

טאקע אזוי פלעגט מען הסתם דער בערדיטשעווער צדיק שרייען ווען אינגע חברה זענען אוועק יונגערהייט...

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מיטוואך מאי 22, 2019 1:44 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

שוין ס'הייבט זיך אן

אודאי אזוי. וויאזוי איז שייך צו געבן א הכשר אויף עפעס וואס קיין איין ערליכ'ן רב האט קיינמאל נישט מתיר געווען

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

קול קורא

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך מאי 22, 2019 2:38 pm

האט איינער שוין געזעהן די קול קורא קעגען די שייטלעך ?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 22, 2019 3:48 pm

shimon7323 האט געשריבן:טאקע אזוי פלעגט מען הסתם דער בערדיטשעווער צדיק שרייען ווען אינגע חברה זענען אוועק יונגערהייט...

ס'געפעלט מיר ווי היינטיגע יונגעלייט זענען מבינים צו וויסן וואס דער הייליגער בארדיטשובער וואלט ווען געטון..

און אפענע וועלט איז גערעכט. די גלייכגילטיגקייט וואס הערשט ביים היימישן ציבור איבער דעם נושא איז אומבאגרייפבאר!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 22, 2019 5:48 pm

זיי מיר מוחל אבער פוינטען פינגער אז דאס איז דער פראבלאם זאל מען לאזען פאר די ערליכע אידן, קומן דא אויף אייוועלט און זאגן אז דאס איז דער פראבלאם און ארויף לייגן א נאסע לייליך און אריין שטאפן ווערטער און די מויל פון דער שטן. איז סאך א גרעסערע עוולה און יא ווען דער בערדיטשעווער זאגט עס וואלט מען געוויסט אז על זה יצא הקצף. אבער אונז קליינער נארישער מענטשלעך טארן זיך נישט וואגען דאס צי שרייבן.

ווילסט מחמיר זיין פאר דיר און דיין חבורה , מה טוב ומה נעים.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מאי 22, 2019 6:16 pm

כ'האב היינט גערעדט מיט א בארימטן מורה הוראה און פוסק וואס קעמפט שטארק קעגן שעדליכע טעכנאלאגיע, צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט אז ער ווייזט קיינמאל נישט אן אויף טראגעדיעס אז זיי זענען געקומען וועגן די אדער יענע סיבה וכו'.
איינמאל האט ער יא געדארפט זאגן עפעס אזא סטעיטמענט, בעצת אנדערע רבנים, און "הענט און פיס האבן מיר געציטערט ארויסזאגנדיג אזעלכע ווערטער. בין איך דען א בעל רוח הקודש?"
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 22, 2019 6:38 pm

shimon7323 האט געשריבן:זיי מיר מוחל אבער פוינטען פינגער אז דאס איז דער פראבלאם זאל מען לאזען פאר די ערליכע אידן, קומן דא אויף אייוועלט און זאגן אז דאס איז דער פראבלאם און ארויף לייגן א נאסע לייליך און אריין שטאפן ווערטער און די מויל פון דער שטן. איז סאך א גרעסערע עוולה און יא ווען דער בערדיטשעווער זאגט עס וואלט מען געוויסט אז על זה יצא הקצף. אבער אונז קליינער נארישער מענטשלעך טארן זיך נישט וואגען דאס צי שרייבן.

ווילסט מחמיר זיין פאר דיר און דיין חבורה , מה טוב ומה נעים.

דו האסט דיך ארויפגעכאפט אויף איין שורה זיינע, און אויב דאס האסטו אפגעווארפן מיט א "בארדיטשובער" לאזונג, איז שוין אלץ כשר וישר..

וואס ס'איז א גרעסערע עוולה קען נישט איך און נישט דו שוקל זיין, אבער ווי האט יענער געזאגט, "דו טוסט עס, איך זאג עס נאר..."

און במחילת כבודכם, די נושא איז גאר ווייט פון צו ווערן אנגערופן א חומרא. מ'רעדט דא פון די חמורות שבחמורות.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 22, 2019 10:28 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

די נוסח גייט אזוי: "דו טוהסט עס און איך טאר עס נישט זאגן"?!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 22, 2019 11:09 pm

yesdov האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:יהיה אסיפה בענין הזה ביום ראשון בקהל לינת צדק בשעה 5.
109 Clara street Brooklyn NY 11218 May 19 Sunday 5pm

אפען צו די פאבליק?

כנראה

וואס איז געווארן פין די אסיפה? איז מען קלוגער געווארן?
参考专家

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 22, 2019 11:18 pm

@קלאצקאפ

ווען מען רעדט דא פון קלארע "חמורות שבחמורות"
וואלטן דער מנהיגים געשטורמט ביז גאר, האקט נישט און טשייניק ביטע.

עס איז קלאר ווי דער טאג אז עס איז דא ספיקות און צדדים לכאן ולכאן, אבער האלט אייך רואיג א מינוט און טראכט אריין פאר די שרייסט צירוק, ווען עס איז אסור בתכלית האיסור וועגען עבודה זרה וואלט קיינער נישט גערוהט און געמאכט זיצונגען איבער זיצונגען, נאר כולם פה אחד וואלטן געשריגען און ארויס געווארפן מענטשען פון ביהמ"ד.

אגב מיין ווייב גייט מיט א פארמאכטע טיכל.

נעם צירוק די מייק און שריי, גאו אָן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 22, 2019 11:47 pm

אויב דו האסט מיר געהערט שרייען, איז עס בבחינת "טאטע שיק מיר הויזן"... איך בין צופעליג געווען זייער רואיג ביים עס שרייבן (בעוה"ר).

פארוואס די מנהיגים שטורעמען נישט ווייס איך נישט, לכאורה ווייל ס'איז גאר שווער צו אינפארסירן, און מוטב שיהיו שוגגין וכו'. התאחדות הרבנים האט ארויסגעגעבן א קלארן איסור דערויף. און עפי' על צד אז ס'איז יא מוטל בספק, איז אבער זיכער אז די צדדים לאיסור זענען זייער שטארקע, און עס איז אומפארשטענדליך וויאזוי אידן מדקדקים במצוות קענען בלייבן גלייכגילטיג ווען ס'רעדט זיך פון אזא הארבע נושא ווי עבודה זרה.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:06 am

קלאר ווי דער טאג אז אויב איז עס קלאר חמורת שבחמורת אפילו נאר עבאָיו א סערטן פערצענט אז סאיז עבודה זרה ממש איז דער פאלגענדע תירוץ נישט קיין תירוץ און רבנים ומנהיגי העדה וואלטן געשטורעמט און מרעיש געווען עולמות ערגער און שטערקער ווי די סעלפאון מערכה, יעצט איז עס נאכנישט אזוי ווי יענע מערכה בכלל.

לכאורה ווייל ס'איז גאר שווער צו אינפארסירן, און מוטב שיהיו שוגגין

דאס מיינט אז סברענט נישט.

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:13 am

לאמיר אריינווארפן אפאר פאקטן נישט אז דאס האט למעשה צו עס איז אסור לגמרי צו נישט, אבער עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די סענטיטיק שייטלעך , און זיי זענען וואס באצאלן אלע קונטריסים און דרייען אן אלע אסיפות און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו עס איז מותר אדער אסור אבער דאס איז זיכער עס נישט אזא זיכערע זאך

בכלל איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס די קאמפאניס וואס האבן די סענטיטיק ביזנעס און שרויפן ארויף די פרייזן פאר שטרוי , און נעמען אדווענטיזש פון די פרויען וואס ווילן יא זיין אויסגעהאלטען לכתחילה

עניוועי די גאנצע נושא שטינקט פון קאפ און לכאורה האבן רבנים געכאפט אז די קאמפאניס זענען די וואס לייגן דרוק און די קאמפאניס ברענגן אפיר עדות און זאכן אלעס וואס איז נוטה פאר זיי

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:52 am

פרנס היום האט געשריבן:לאמיר אריינווארפן אפאר פאקטן נישט אז דאס האט למעשה צו עס איז אסור לגמרי צו נישט, אבער עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די סענטיטיק שייטלעך , און זיי זענען וואס באצאלן אלע קונטריסים און דרייען אן אלע אסיפות און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו עס איז מותר אדער אסור אבער דאס איז זיכער עס נישט אזא זיכערע זאך

בכלל איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס די קאמפאניס וואס האבן די סענטיטיק ביזנעס און שרויפן ארויף די פרייזן פאר שטרוי , און נעמען אדווענטיזש פון די פרויען וואס ווילן יא זיין אויסגעהאלטען לכתחילה

עניוועי די גאנצע נושא שטינקט פון קאפ און לכאורה האבן רבנים געכאפט אז די קאמפאניס זענען די וואס לייגן דרוק און די קאמפאניס ברענגן אפיר עדות און זאכן אלעס וואס איז נוטה פאר זיי

גיי פארשטיי.... אז מ'וויל גיין אויף דעם וועג קען מען דאך זאגן פונקט פארקערט אויך:
עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די יומען העיר שייטלעך, און זיי זענען די וואס באצאלן אלע עדות'ער און בירורים להיתר, און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים אז מען זאל נישט ארויסקומען מיט א איסור, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו ס'איז מותר צו אסור אבער דאס איז זיכער עס איז נישט אזא זיכערע זאך אז עס איז נישט קיין ערנסטע שאלה פון תקרובת ע"ז.....

און אויף דיין דריטן פערעגראף איז נעכטן ארויסגעקומען א קול קורא פון 51 רבנים וואס פסק'ענען קלאר לאיסור אן קיין צדדים, און צווישן זיי איז דא אסאך פראמינענטע רבנים און בכלל נישט אזעלכע מחמירים אין אנדערע ענינים.

ווער קען אהערברענגען דעם קול קורא?
לעצט פאראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:22 pm

Annotation 2019-05-23 121846.jpg
Annotation 2019-05-23 121846.jpg (140.08 KiB) געזעהן 737 מאל
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג מאי 27, 2019 3:09 pm

yesdov האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:יהיה אסיפה בענין הזה ביום ראשון בקהל לינת צדק בשעה 5.
109 Clara street Brooklyn NY 11218 May 19 Sunday 5pm

אפען צו די פאבליק?

כנראה

עפעס ארויסגעקומען פין די אסיפה?

לב בשר
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דינסטאג מאי 28, 2019 8:35 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Annotation 2019-05-23 121846.jpg

וואס איז די טענה פון די צד המתירים (או עכ״פ אינם אוסרים)?
רוב פון די רבנים וואס חתמ׳נען געווענליך (עלטערע), האבן דא נישט געחתמ׳עט.
לדוגמא: כוונת הלב, גאב״ד קארלסבורג, הגרח״ד כ״ץ סאטמאר ב.פ., קאסוב, דומ״ץ סקווירא ב.פ., ועוד ועוד...

אפי׳ די קו״ק באקומט דאפלעט חתימות, אבער נישט פון די אויבערדעמאנטע, שרייט די ״נישט חתמ׳נען״ אסאך שטערקער ווי די קו״ק. ודו״ק.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די סוגיא, איך וויל נאר פארשטיין וואס זענען די צוויי צדדים.

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » דינסטאג מאי 28, 2019 8:38 pm

רבי מענדל זילבער און ר' חיד"א ווייס זענען קלאר מתיר.
רוב פון די אוסרים גייען זייערע פרויען נישט קיין שייטלעך וכו'.

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט