פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 5:58 pm

ווייל עס הערשט א מוירעדיגע אים קלארקייט אין די נושא, און סאיז זייער א האקעלע נושא, הפסד מרובה פאריעדע משפ' מיט אסאך צער ועגמ"נ וכו', איך בין נישט מקנא א רב וואס דארף מכריע זיין אין אזא נושא בפרט ער האט נישט פונקע די מעגליכקייט פון נאכגיין באמת עד הסוף, סאיז נישט פשוט.

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 23, 2018 11:16 am

גאר אן אינטערעסאנטער טאולק שאוי מיט רבנים אין גרויסע עקספערטן אין דעם נושא.

4/21/18 The Return of the Shaitel Controversy
April 20, 2018
Does new research make them Takruvei Avodah Zorah?

Rabbi Tzvi Weissman - Teacher, Tarbut v'Torah Community Day School - Baal Teshuva who spent 6 years in India - 14:25
Rabbi Shmuel Yitzchak Friedman - Mechaber Seforim - 46:00
Professor Emma Tarlo - Professor of Anthropology, University of London - 1:24:00
Rabbi Mordechai Kuber - Rav, Nachlas Tzvi Ohel Avraham,Telz Stone - 1:40:00
http://headlineshalacha.com/podcasts/

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 23, 2018 3:36 pm

וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 23, 2018 5:49 pm

פעלעד האט געשריבן:וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

קוקט אויס ס'איז נישטא קיין פראבלעם.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג אפריל 23, 2018 8:50 pm

שמחהלע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

קוקט אויס ס'איז נישטא קיין פראבלעם.

געבויט אויף? האלטן זיי אז ס'איז נישט אסור? אדער אז די הכשר וואס זאגט אז ס'קומט נישט פון דארט איז א גוטע הכשר?

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 23, 2018 10:33 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

קוקט אויס ס'איז נישטא קיין פראבלעם.

געבויט אויף? האלטן זיי אז ס'איז נישט אסור? אדער אז די הכשר וואס זאגט אז ס'קומט נישט פון דארט איז א גוטע הכשר?

הער עס אויס, סהאט אסאך ידיעות,
נאר הרב פריעדמאן האלט אז ס'איז אסור.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אפריל 24, 2018 6:04 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

קוקט אויס ס'איז נישטא קיין פראבלעם.

געבויט אויף? האלטן זיי אז ס'איז נישט אסור? אדער אז די הכשר וואס זאגט אז ס'קומט נישט פון דארט איז א גוטע הכשר?

אז דו דערמאנסט די הכשר איז כדאי צו וויסן אז סאיז נישט א הכשר ווי נארמאל וואס איז משגיח אויף דעם, סאיז בלויז געבויט אויף אומדענעס אז משאצט אויב סאיז א געוויסע פרייז און אויב סאיז א געוייסע קאליר וכדו' איז עס נישט פון דארט, די מציאות האט נאר געוויזן אז טוישן קאלירן היינט איז אזוי נפוץ אז סאיז נישט מעגליך נאכגיין.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:01 am

פעלעד האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:וואס זענען זייערע מסקנות דארט?

קוקט אויס ס'איז נישטא קיין פראבלעם.

געבויט אויף? האלטן זיי אז ס'איז נישט אסור? אדער אז די הכשר וואס זאגט אז ס'קומט נישט פון דארט איז א גוטע הכשר?

אז דו דערמאנסט די הכשר איז כדאי צו וויסן אז סאיז נישט א הכשר ווי נארמאל וואס איז משגיח אויף דעם, סאיז בלויז געבויט אויף אומדענעס אז משאצט אויב סאיז א געוויסע פרייז און אויב סאיז א געוייסע קאליר וכדו' איז עס נישט פון דארט, די מציאות האט נאר געוויזן אז טוישן קאלירן היינט איז אזוי נפוץ אז סאיז נישט מעגליך נאכגיין.


אויב טוישן קאלירן איז מן הסתם נאר שייך צי טינקעלער. יא?
איז א ליכטיגער קאליר בעסער?
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:57 pm

סאיז דא א ווידאו וויאזוי מטוישט פון טינקל שווארץ אויף בלונד געל, היינטיגע צייטן קען מען אלץ מאכן.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:31 pm

פעלעד האט געשריבן:סאיז דא א ווידאו וויאזוי מטוישט פון טינקל שווארץ אויף בלונד געל, היינטיגע צייטן קען מען אלץ מאכן.

דאס מיינט מען דעם ווידיאו...?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:38 pm

איר מיינט טאקע אז אין די היינטיגע וועלט איז א פראבלעם צו טוישן שווארצע האר אויף ווייס?
נאר פיש קען מען טוישן דזשענעטיקס און פירות וכו'? סאיז מסתמא פון די גרינגסטע זאך צו טוהן, מווייקט עס אין די ריכטיגע מאטריאל וכדו'.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:40 pm

ניין, כ'פרעג נאר פון וואנט קומט די זיכערקייט אז די ווידיאו'ס זענען עכטע.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אפריל 24, 2018 3:24 pm

קוק די ווידאויס און זאג מיר צו די מיינסט אז סאיז פאלש.
חוץ מזה וואס סאיז בעצם נישט מעלה או מוריד, ווייל סאיז פשוט לכל בר דעת אז מקען היינט מאכן אזעלכע זאכן.

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אפריל 29, 2018 11:31 pm

פרישער טאלק שוי פין די וואך, מיט רבנים גלחים, און עקספערטן.

4/28/18 The Return of the Shaitel Controversy - Part II
April 27, 2018
The Return of the Shaitel Controversy - Part II

with Rabbi Eli Bohm - Editor, Halacha Berurah
with Krishna Atarya - Indian priest
with Rabbi Lazer Pashkez - Klausenberg Mashpia
with Mrs. Berger - Tonsuring Expert
http://headlineshalacha.com/podcasts/

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אפריל 29, 2018 11:34 pm

איך בין נישט קיין דיין, אבער ס'קוקט אויס מער אין מער אז די גאנצע שאלה צי ס'איז בכלל תקרובות אפילו די פין אינדיע, איז א גרויסע ספק.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:19 pm

שמחהלע האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אבער ס'קוקט אויס מער אין מער אז די גאנצע שאלה צי ס'איז בכלל תקרובות אפילו די פין אינדיע, איז א גרויסע ספק.

אז מען הערט איין צד קוקט עס אזוי אויס

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 30, 2018 3:38 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אבער ס'קוקט אויס מער אין מער אז די גאנצע שאלה צי ס'איז בכלל תקרובות אפילו די פין אינדיע, איז א גרויסע ספק.

אז מען הערט איין צד קוקט עס אזוי אויס

איך האב אדורך געליינט אלעס אויף דעם נושא, נאכ'ן אויסהערן ביידע פאדקעסטס, ווי ער ברענגט אלע צדדים קוקט מיר אויס ווי די רבנים האבן ניטאמאל די ריכטיגע אינפארמאציע.

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 30, 2018 3:42 pm

רוב אינפא וואס די רבנים האבן איז פין גוגל וכו', נישט פין די טעמפל און פריעסטס אליינס.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 30, 2018 3:44 pm

חוכעם, היינט דורך גוגל קען מען זען וואס זיי זאגן און מזעט זיי געבן עס ממש א מתנה פארן געטשק, משא"כ תשס"ד האט מען נאכניש געהאט אזוי ציטריט האט מען געקענט תולה זיין אז סאיז ניש ממש תקרובת.

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:58 pm

הער אויס וואס די טעמפל אליין האט צוזאגן, פארן מאכן השערות...
זיי זאגן קלאר אז ס'איז בכלל נישט קיין מתנה אדער אפפער צים אפגאט, ס'איז פשוט ציווייזען הכנעה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 30, 2018 5:02 pm

ובכן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 30, 2018 5:22 pm

און הער אויס וואס די מענטשן וואס שערן זיך זאגן, גיי קיק אין זייער פחיסבוקס וכו'
נישט אינטערסאנט וואס די טעמפל זאגט, נוגע איז וואס דער וואס שערט טראכט

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:33 pm

ס'מוז זיין עבודתו בכך די עבודה פון די ע"ז מוז זיין זיך שערן, אויב דאס איז נישט די עבודה איז דאס נישט תקרובות ע"ז, אין רוב מענטשען האבן נישט קיין השגה אויף וואס די ע"ז איז געבויעט, נאר זיי טוען דאס ווייל זיי ווילן אוועקגעבן פון זיך פאר די ע"ז, ממילא ווערט עס נישט עבודתו בכך
אפשר אויב מ'וועט מייסד זיין א עבודה זרה וואס משערט דעמאלט וועט עס זיין עבודתו בכך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:36 pm

כ'האב יעצט איבערגעליינט שנעלערהייט וואס מען האט ארויף געלייגט א לינק צום מאמענט, כפי הנראה פון שנעל ליינען האבן די עדים געטון זאכן שלא ע"פ תורה, כ'ווייס נישט וויפיל אזא עדות איז ווערט.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג מאי 01, 2018 5:23 am

שמחהלע האט געשריבן:הער אויס וואס די טעמפל אליין האט צוזאגן, פארן מאכן השערות...
זיי זאגן קלאר אז ס'איז בכלל נישט קיין מתנה אדער אפפער צים אפגאט, ס'איז פשוט ציווייזען הכנעה.

דו האקסט סתם אין קאף אריין, און די וועבסייט פון די טעמפל זאגן זיי קלאר אז סאיז א מתנה, און אזוי זאגט מסיס בערגער אויף די ראדיא אינטערוויו אז זי האט בא קומען אימעילס פון די טעמפל ווי זיי שרייבן קלאר אז סאיז א מתנה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט