לב בשר האט געשריבן:וואס כ׳האב געשריבן אין אנדערען אשכול:
אמת, ס׳וואלט נישט געווען קיין איין שייטל אין סאטמאר. אבער נישט ווייל ער האט געהאלטן אז ס׳איז א איסור גמור צוגיין מיט א שייטל, נאר ער וואלט מחזיר געווען עטרה ליושנה פונקט וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען...
איך קום נישט זאגן אז ער האט גיהאלטן אז שייטלען זענען מותר, אבער דורכזוכטיגע שטרימפ אדער ביי האר וואס איז אסור, האט ער מוחה געווען בכל התוקף, געוויינט ביי כל נדרי... משא״כ פאה נכרית האט ער בכלל נישט גערעדט!
בין והתבונן.
ער האט נישט גערעדט פון פאה נכרית ווייל ער האט געהאלטן א סטעפ בעפאר, און תפסת מרובה לא תפסת, אבער אז דער הייליגער דברי חיים האט געהאלטן אז ס'איז אסור איז בלתי שום ספק אז די רבי ז"ל (וואס האט אים כולל געווען און "רבותי" בשער הספר הק' ויואל משה) האט אויך אזוי געהאלטן, נאר וואסזשע דען, אז ס'איז געווען א פראבלעם מיט ביי האר איז נישט געווען קיין זין צו רעדן פון שייטלען, בפרט ווען ס'האט זיך געהאנדלט מיט דור פון מלחמה איבערלעבער וואס ביי זיי איז געווען אנטון א שייטל א גרעסערע מסירות נפש ווי היינט אויסטון א שייטל, פרעגט אייך נאך ביי די באבעס