פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 7:01 pm

פעלעד, דא אין אמעריקע האט מען געהאט געשמועסט אז רב וואזנער האט עס דאן נישט געאסר׳ט.

די רבנים וואס האבען עס דא אין אמעריקע מתיר געוועהן זענען נישט קיין קליינע מורי הוראות און מען פארלאזט זיך אויף זיי, איך האב נישט געוואוסט אז אין תשס״ד איז ארויס געקומען א הוראה לאיסור, איך האב געוואוסט אז מענטשען האבען זיך פארבעסערט פשוט אלס די התעוורות אבער נישט אלס הלכה.

ווער קען ברענגען די איסור פון רב וואזנער פון תשס״ד נישט אז עס טוישט די מציאות, ווייל די וואס גייען דא דארפען פרעגן זייערע רבנים דא, ספעציעל אז די שייטעל קאמפעניס אין אמעריקע האבען בכלל נישט קיין הכשר.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:04 am

גרויסע שייטל קאמפעניס אין אמעריקא ('שעבי', 'קיקי' וכדו') האבן די הכשר פון רב גראס פון ב"ב.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:08 am

ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז ביי די שייטלעך פארשטייט מען אז די "אוסרים" האבן אן אינטערסע... ס'איז געספאנסערט דורך די סינטעטיק פירמע... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
און ביי די עופות, איז די ניגון געגאנגען פארקערט, די "מתירים" האבן אן אינטערעסע... ס'איז די גרויסע ביזנעס פון די בתי שחיטה... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
.

קיינער מאכט נישט אוועק קיין רבנים (הגם דא האט איינער געשריבן בשם דיין אחד אז איינער פון דח רבנים האוסרים האט אים בפירוש געזאגט אז ער 'זוכט' צו אסר'ן, וואס איז לדעתי א עוולה, אבער נישט פון דעם רעד איך)

דא רעדט מען פון אנפירן א קאסטבארן קאמפיין איבער אן הלכהדיגע נושא פינאנצירט דורך איינעם מיט ביזנעס אינטערעסן. אזא קאמפיין האט נישט קיין שום נאמנות ביים ציבור!

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:20 pm

El Rushbo האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז ביי די שייטלעך פארשטייט מען אז די "אוסרים" האבן אן אינטערסע... ס'איז געספאנסערט דורך די סינטעטיק פירמע... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
און ביי די עופות, איז די ניגון געגאנגען פארקערט, די "מתירים" האבן אן אינטערעסע... ס'איז די גרויסע ביזנעס פון די בתי שחיטה... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
.

קיינער מאכט נישט אוועק קיין רבנים (הגם דא האט איינער געשריבן בשם דיין אחד אז איינער פון דח רבנים האוסרים האט אים בפירוש געזאגט אז ער 'זוכט' צו אסר'ן, וואס איז לדעתי א עוולה, אבער נישט פון דעם רעד איך)

דא רעדט מען פון אנפירן א קאסטבארן קאמפיין איבער אן הלכהדיגע נושא פינאנצירט דורך איינעם מיט ביזנעס אינטערעסן. אזא קאמפיין האט נישט קיין שום נאמנות ביים ציבור!

איך מיין אז ביי די עופות שאלה, איז אויך געווען אן ענליכע טענה אז די "אוסרים" האבן א ביזנעס אינטערעסע אין די "בראקל", דערפאר פירן זיי א קאמפיין צו אסר'ן די "ראק-קארניש". און די "מתירים" האבן א ביזנעס אינטערעסע אין די "ראק-קארניש", דערפאר פירן זיי א קאמפיין צו אסר'ן די "בראקל". דער יצר הרע טרעפט אייביג אופנים וויאזוי צו מבטל זיין א התעוררות, מיט אזעלכע און ענליכע טענות.
איך האב נישט קיין מיינונג אין די נושא, און אפילו טאמער יא איז מיין מיינונג נישט מאסגעבנד פאר קיינעם, בפרט אז ביי אונז אין ווערעצקי גייט מען נישט קיין שייטל, ממילא בין איך דאך אויטאמאמטיש אויך א נוגע...
אבער איך מיין אז שרייען קעגן א התעוררות, אז ס'איז ביזנעס אינטערעסן, איז געווענליך נאר ווייל איך וויל נישט אננעמען די התעוררות, ממילא מוז איך טרעפן א וועג וויאזוי מיך אליינס צו פארענטפערן, איך קען דאך נישט זאגן אז איך בין א מיקל, איך בין פון די צווייטע קלאס אידן, מוז איך טרעפן א וועג וויאזוי צוריק צו ווארפן אויף די מעוררים, יא! איך בין אויך אזוי ווען ס'איז מיר נוגע, ס'איז גרינגער אפצושלאגן די חומרא אלס עקסטרעם, נוגע בדבר, קאנסיפיראציע וכדו' וכדו', ווי איידער צו טראכטן ביי זיך אין הארץ "וואס זאל איך טוהן אז כ'קען נישט נאכקומען די חומרא, הלוואי ווען איך קען ווען יא", אזא מחשבה איז זייער אומבאקוועם, דערפאר וועט דער יצה"ר טרעפן בעסערע און לייכטערע אויסוועגן.
נאכאמאל, איך רעד נישט פון די נושא פון שייטלעך, איך רעד פון די נושא פון רבנים, פון די נושא פון התעוררות לדבר טוב, ודו"ק.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 2:49 pm

הרב ווערעצקי שליט"א
איר האט שויןגעהערט איין דרשה אדער געזען איין נייע קול קורא פון א רב יעצט ?
אלעס וואס דרייט זיך יעצט פריש
איז בסה"כ אין די שאפפערס ראוט/וויקלי לינק וכו' וכו' למיניהם
דאס מאכט דאס חשד אלס קרוב לאמת

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:11 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז ביי די שייטלעך פארשטייט מען אז די "אוסרים" האבן אן אינטערסע... ס'איז געספאנסערט דורך די סינטעטיק פירמע... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
און ביי די עופות, איז די ניגון געגאנגען פארקערט, די "מתירים" האבן אן אינטערעסע... ס'איז די גרויסע ביזנעס פון די בתי שחיטה... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
.

קיינער מאכט נישט אוועק קיין רבנים (הגם דא האט איינער געשריבן בשם דיין אחד אז איינער פון דח רבנים האוסרים האט אים בפירוש געזאגט אז ער 'זוכט' צו אסר'ן, וואס איז לדעתי א עוולה, אבער נישט פון דעם רעד איך)

דא רעדט מען פון אנפירן א קאסטבארן קאמפיין איבער אן הלכהדיגע נושא פינאנצירט דורך איינעם מיט ביזנעס אינטערעסן. אזא קאמפיין האט נישט קיין שום נאמנות ביים ציבור!

איך מיין אז ביי די עופות שאלה, איז אויך געווען אן ענליכע טענה אז די "אוסרים" האבן א ביזנעס אינטערעסע אין די "בראקל", דערפאר פירן זיי א קאמפיין צו אסר'ן די "ראק-קארניש". און די "מתירים" האבן א ביזנעס אינטערעסע אין די "ראק-קארניש", דערפאר פירן זיי א קאמפיין צו אסר'ן די "בראקל". דער יצר הרע טרעפט אייביג אופנים וויאזוי צו מבטל זיין א התעוררות, מיט אזעלכע און ענליכע טענות.
איך האב נישט קיין מיינונג אין די נושא, און אפילו טאמער יא איז מיין מיינונג נישט מאסגעבנד פאר קיינעם, בפרט אז ביי אונז אין ווערעצקי גייט מען נישט קיין שייטל, ממילא בין איך דאך אויטאמאמטיש אויך א נוגע...
אבער איך מיין אז שרייען קעגן א התעוררות, אז ס'איז ביזנעס אינטערעסן, איז געווענליך נאר ווייל איך וויל נישט אננעמען די התעוררות, ממילא מוז איך טרעפן א וועג וויאזוי מיך אליינס צו פארענטפערן, איך קען דאך נישט זאגן אז איך בין א מיקל, איך בין פון די צווייטע קלאס אידן, מוז איך טרעפן א וועג וויאזוי צוריק צו ווארפן אויף די מעוררים, יא! איך בין אויך אזוי ווען ס'איז מיר נוגע, ס'איז גרינגער אפצושלאגן די חומרא אלס עקסטרעם, נוגע בדבר, קאנסיפיראציע וכדו' וכדו', ווי איידער צו טראכטן ביי זיך אין הארץ "וואס זאל איך טוהן אז כ'קען נישט נאכקומען די חומרא, הלוואי ווען איך קען ווען יא", אזא מחשבה איז זייער אומבאקוועם, דערפאר וועט דער יצה"ר טרעפן בעסערע און לייכטערע אויסוועגן.
נאכאמאל, איך רעד נישט פון די נושא פון שייטלעך, איך רעד פון די נושא פון רבנים, פון די נושא פון התעוררות לדבר טוב, ודו"ק.

גיי מיר הערן דעם מוצ"ש קלאר דיין מיינונג אין קאנטינענטאל? :grin: :grin:
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:34 pm

חלהדעקל האט געשריבן:

וואאסס נאכאמאל פשטו?? :lol: :lol:
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 1:59 pm

היינט מפורסם געווארן אין יתד א בריוו מיט אנוויזונגען פון בי"ד פון ר' ניסים קרליץ.

איך האב גערעדט היינט מיט הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א פון ב"ב, מגדולי תלמידי הרב וואזנר זצ"ל, ער האט מיר געזאגט אז די מצב היינט אפילו מיט השגחה איז פונקט ווי תשס"ד, אויף מיין שאלה וואס צוטוהן מיט די שייטלעך וואס איך האב אין שטיב, האט ער געענטפערט 'יהא מונח' און נישט ניצן עכ"פ אויפדערווייל ביז ס'וועט ארויס קומען קלארע פאקטן (אויב עס וועט).

איך האב אפאר נאמבערס פון שיטטל מאכערס אין ירושלים וואס מאכן שייטלעך פון איזרעלי האר, דהיינו פון יידישע פרויען, אדער איינער וואס האט א פרומע פרוי אין ארגנטינה וואס מ'שערט זיך ביי איר און זי שיקט אריין די האר, אזוי איז עס זיכער נישט פון אינדיע.
אויב איינער וויל נאמבערס קען מען מיר שרייבן אין אישי.
צוגעלייגטע
FormatFactory20171114_200513.jpg
FormatFactory20171114_200513.jpg (393.62 KiB) געזעהן 2372 מאל

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

שאלה

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:31 pm

למעשה זעה איך אז דער עיקר שטורעם איז געווארן אין ארץ ישראל, פארשטיי איך נישט פונקט פארוואס, אין אמעריקא איז נישט דא די שאלות?

וויל איך אבער פארשטיין צוויי נקודות:

1: אויב די עיקר נימוק פון הגה"צ הראב"ד ירושלים שליט"א קעגן דעם הכשר איז, אז אזא פירצה חמורה פון לאנגע שייטלען וואס דאס איז אביזרייהו דג"ע, איז נישט שייך צו געבן אויף דעם א הכשר, איז אבער וואס טוט זיך מיט די קורצע שייטלען, [וואס ב"ה ביים היימישן ציבור איז דאס נאכנישט "אזוי" איינגעריסן די פירתה פון לאנגע] דארט איז אויך נישט שייך קיין הכשר?

2: איינע פון די עיקר הוחכות פון די נייע מעוררים איז, אז עס איז אוממעגליך צו סאפלייען די שטארקע דימענד פאר לאנגע שייטלען, און די איינציגע הסבר וויאזוי עס איז דא בריווח אויפן מארקעט צו באקומען איז, אז זיי קומען ארגינעל פון אינדיע, און מען פארפאקט דאס אונטער א צווייטע נאמען. יעצט ווייטער, וואס טוט זיך מיט קורצע, דארטן איז דאך לכאורה נישט דא די הוחכה, מוז מען טאקע זאגן אז דלעס קומט פון אינדיע? [הגם איך פארשטיי אז אויב איז מען מערער אויף דעם הכשר קען מען שוין גארנישט טראסטן, אבער נאך אלעם איז דאך דאס נישט בוודאית פון ווי ס'קומט, ממילא ביי קורצע אפשר קען מען זיך מער פארלאזן אז עס קומט פון אנדערע פלעצער, נישט פון אינדיע].
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 4:36 am

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:למעשה זעה איך אז דער עיקר שטורעם איז געווארן אין ארץ ישראל, פארשטיי איך נישט פונקט פארוואס, אין אמעריקא איז נישט דא די שאלות?.

די שאלה איז איבעראל, נאר סאיז זייער אומקלאר דערפאר קומען כמעט נישט קיין רבנים ארויס מיט הודעות בשעת סאיז נישטא קיין קלארע מסקנה, אויך אין א"י האבן רוב רבנים נאכניש משיע דיעה געווען, רוב אוסרים אדער מתירים וואס מרעט דא זענען פון תשס"ד.
גראדע א משפחה מיינע האט געפרעגט א רב אין ב,פ, און יענער האט געענטפערט אז ער לכתחילה זיינען די שייטעלך דערוויל זיכער נישט, אבער סאיז אזוי אומקלאר סיי די הלכה און בפרט החלק התלוי במציאות, אז מקען נישט מורה זיין דערווייל א הוראה ברורה.
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:וויל איך אבער פארשטיין צוויי נקודות:

1: אויב די עיקר נימוק פון הגה"צ הראב"ד ירושלים שליט"א קעגן דעם הכשר איז, אז אזא פירצה חמורה פון לאנגע שייטלען וואס דאס איז אביזרייהו דג"ע, איז נישט שייך צו געבן אויף דעם א הכשר, איז אבער וואס טוט זיך מיט די קורצע שייטלען, [וואס ב"ה ביים היימישן ציבור איז דאס נאכנישט "אזוי" איינגעריסן די פירתה פון לאנגע] דארט איז אויך נישט שייך קיין הכשר?

אפשר האסטו געליינט נאר זיין תשובה סי' רס"א, ליין אויך סי' ר"ס וועסטו זעהן אז לאנגע שייטלעך איז אפילו נישט קיין נימוק, מהאט געמאכט א טשולענט, און ווייל מ'שרייבט שוין וועגן שייטלעך איז מען מעורר אויך צניעות, אבער להלכה האט ער געשריבן א תשובה אז סאיז אסור אלץ ע"ז און קיין נדנוד פון שייכות צו צניעות.
די הכשר דארף מען אז עס איז נישט פון אינדיעס בתי מקדשות, און דאס איז כמעט אום מעגליך.
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:2: איינע פון די עיקר הוחכות פון די נייע מעוררים איז, אז עס איז אוממעגליך צו סאפלייען די שטארקע דימענד פאר לאנגע שייטלען, און די איינציגע הסבר וויאזוי עס איז דא בריווח אויפן מארקעט צו באקומען איז, אז זיי קומען ארגינעל פון אינדיע, און מען פארפאקט דאס אונטער א צווייטע נאמען. יעצט ווייטער, וואס טוט זיך מיט קורצע, דארטן איז דאך לכאורה נישט דא די הוחכה, מוז מען טאקע זאגן אז דלעס קומט פון אינדיע? [הגם איך פארשטיי אז אויב איז מען מערער אויף דעם הכשר קען מען שוין גארנישט טראסטן, אבער נאך אלעם איז דאך דאס נישט בוודאית פון ווי ס'קומט, ממילא ביי קורצע אפשר קען מען זיך מער פארלאזן אז עס קומט פון אנדערע פלעצער, נישט פון אינדיע].

אלע שייטעלך אויפן וועלט קומען מלכתחילה לאנג, נאר די ערליכע שניידן עס שפעטער, נישטא אזא זאך שייטלעך וואס קומען מלכתחילה קארץ אז מזאל וויסן פון וואו עס קומט.

חוץ מזה, פונקט ווי ווען די קויפסט א פראדאקט אין כינע, ווייסטו נישט ווי אויף דערוועלט סאיז געוואקסען וכדו', אזוי אויך ווען דו קויפסט א שייטעל פון כינע אדער ווי נאר זאל זיין, איז די האר אריבער אסאך הענט, פון די מגדל השיער צום מוכר צום דעסטריריטער און אמאל צו 2 דעסטריבריטערס ביזן פאבריק, און פונעם פאבריק צום סוחר וכו', ממילא נישט מעגליך אויפן וועלט משגיח זיין בנאמנות פון ווי באמת קומט די האר מלכתחילה, ממילא זענען אלע האר בגדר ספק ע"ז, וויבאלד ריזיגע פראצענט פון האר קומען מבית ע"ז.

מלבד זאת - מפי א דהיימישער דעסטריבריטער אין בני ברק - לעצטנס האט מען זיך גענומען פארשפרייטן שייטלעך פון כינע מיט מיט א פאלשע הכשר פון הרב גרוס, פשוט מזוייף, און נישטא וויאזוי צו וויסן אויף א שייטל צי סהאט באמת א הכשר (די וואס פארלאזן זיך אויף די הכשר) צו נישט, ווייל למעשה די הכשר איז נישט משגיח אויפן פלאץ אזוי ווי ביי עסן, נאר זיי האבן שאצונגען לויט קלאיר אדער פרייזן אדער געווסיע נאמנות פון די סוחרים וכו', און ברגע וואס מ'פאלשט עס איז נישטא קיין וועג נאכגיין.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 8:09 am

פעלעד, אויב וויל איך אריינגיין אין דער ליין פון אפקויפען האר און מאכען שייטלעך, קען איך נישט היינט/מארגען געוואר ווערן פון ווי די האר קומט?

עס קען נישט זיין אז מען קען נישט געוואר ווערן, אלעס ווייסט מען היינט, איך האב שוין פאבריצירט א שיינע צאל פראדוקטען און אז מען זיכט ווערט מען אלעס געוואר.

עס קען אפשר זיין אז די יודישע סאפלייערס קימערן זיך בכלל נישט מיט די שאלה און זיי טוהען וואס זיי ווילען אדער זיי נעמען אן די פסק פון די דיינים וואס האלטען אז אינידע האר איז מותר.

——

אזוי טראכטענדיג, אויב דער דיין וואס געט א הכשר קען נישט וויסען פון ווי די האר קומט, וואס דען טוהט ער? האר דארף נישט קיין הכשר סתם, די יודען וואס זיכען א הכשר זיכען דאך איינער וואס זאגט עדות אז ער ווייסט פאר זיכער פון ווי עס קומט! אתמהה!!!
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 3:21 pm

מטעמים האט געשריבן:פעלעד, אויב וויל איך אריינגיין אין דער ליין פון אפקויפען האר און מאכען שייטלעך, קען איך נישט היינט/מארגען געוואר ווערן פון ווי די האר קומט?

עס קען נישט זיין אז מען קען נישט געוואר ווערן, אלעס ווייסט מען היינט, איך האב שוין פאבריצירט א שיינע צאל פראדוקטען און אז מען זיכט ווערט מען אלעס געוואר.

עס קען אפשר זיין אז די יודישע סאפלייערס קימערן זיך בכלל נישט מיט די שאלה און זיי טוהען וואס זיי ווילען אדער זיי נעמען אן די פסק פון די דיינים וואס האלטען אז אינידע האר איז מותר.

אויב איינער אין כינע פראדיוסט א קאמפיוטער מזוייף מתוכו אינטערן נאמען 'lenovo' אדער 'dell', קענסטו וויסן צי סאיז נאכגעמאכט צו נישט? נאר ווייל dell וועט שרייען וכו', אבער אזאך וואס האט נישט קיין קאמפעני נאמען, מקויפט פון פריוואטע מענטשן האר און עס גייט פון האנט צום צווייטן, און סאיז דא א אינטערעס מזאל נישט וויסן זיין מקור, איז דען דא א וועג אויפן וועלט מגלה זיין דעם אמת?
מטעמים האט געשריבן:אזוי טראכטענדיג, אויב דער דיין וואס געט א הכשר קען נישט וויסען פון ווי די האר קומט, וואס דען טוהט ער? האר דארף נישט קיין הכשר סתם, די יודען וואס זיכען א הכשר זיכען דאך איינער וואס זאגט עדות אז ער ווייסט פאר זיכער פון ווי עס קומט! אתמהה!!!

דיין קאשע פרעגט ראב"ד ירושלים שליט"א אין זיין תשובה אין תשובות והנהגות ח"ה סי' רס"א, און די תשובה איז, אז זאגט קלאר ער געט א הכשר מתוך אומדנא (בעצמי שמעתי מפי ר' אברהם שלזינגער שליט"א ראש ההשגחה של פיאה נכרית בבי"ד של הגר"מ גראס) אז זייער השגחה זאגט אזוי: די שייטל איז אונטער א געוויסע פרייז אדער אין א געוויסע קאלר אדער געקומען מיט דאקיומענטס פונעם סוחר וכו' וואס עפ"י דעם איז מסתבר צו זאגן אז ס'קומט נישט פון אינדיע, ותו לא!
זענען לעצנטס יינגעלייט געגאנגען און אויפגעוויזן אז מקען פאלטשען די קאלר גאנץ פשוט און נאך פראבלעמען אין די אומדענעס, און געברענגט די רעזאלטאטן פון זייערע טעסט'ס צו די רבנים, און דערפאר זענען אזוי פיל רבנים צומישט און ווייסן נישט וואס צו זאגן.

איך בין געגאנגן פרעגן לעצטע וואך דעם רב פון מערב בני ברק הגאון רבי שמאול אליעזר שטערן שליט"א מגדולי תלמידי הרב וואזנער, און ער האט מיר געזאגט אז לפי די לעצטע אנטוויקלונגען קען מען בשום אופן זיך נישט פארלאזן אויף די השגחה, און די שייטלעך מיט די השגחה וואס איך פארמאג אין שטיב 'יהא מונח' און נישט ניצן.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג נובעמבער 19, 2017 3:46 pm

וויאזוי הייסט דער רעליגיע וואס מען שערט די האר אין איניע?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:46 pm

דא איז פארהאן א ליקוט פון אינטערנעט מיט נאך ווגן פראצענט פון אינדיען האר איבער די וועלט.
איינער וואס האט עס גיט געפארשט פונעם אינטערנעט זאגט אז רוב מקורות שרייבן קלאר אז די דרך עבודת האליל איז מיטן שערן די האר, און אז בערך 66% האר איבערן וועלט קומט פון אינדיע.
https://drive.google.com/file/d/0BxPR0S ... sU0ZB/view

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג נובעמבער 26, 2017 10:40 pm

איז דא עפעס נייעס?
פארוואס קען מען נישט אויס ארבעטן איינמאל פאר אלעמאל א הונדערט פראצענטיגע ריינע האר?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 6:32 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איז דא עפעס נייעס?
פארוואס קען מען נישט אויס ארבעטן איינמאל פאר אלעמאל א הונדערט פראצענטיגע ריינע האר?

עס איז אומעגליך האבן אזוי פיל האר מיט השגחה משעת גזיזה, און אן השגחה משעת גזיזה איז אומעגליך אכטונג געבן פון די זיופים וואס טוט זיך אפ אין די וועלט, די האר קומען דאך מכל קצווי תבל פון אפגעריקטע מדינות.

אבער ווער ס'זיכט 100% כשר איז יא דא צו באקומען, איך האב באשטעלט, סאיז דא א פרומע פרוי אין ארגנטינה מיטן נאמען 'מאריעלה' וואס זי אליין שנייט האר פון פרויען און מאכט שייטלעך, די אמשינובער'ס נעמען פון איר בהוראת אמשינובער רבי שליט"א, אין א"י זענען דא אפאר שייטל מאכערס וואס ברענגן פון איר אדער קען מען באשטעלן פון איר דירעקט, סאיז נאר אביסל טייער.

שמחהלע
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:14 pm

Screenshot_20180111-151354.jpg
התאחדות באנייעט זייער איסור פון תשס"ד
Screenshot_20180111-151354.jpg (708.53 KiB) געזעהן 1414 מאל

וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג ינואר 14, 2018 1:54 pm

מי כעמך ישראל!!
יודישע קינדער זוכן צו וויסן די פאקטן און זיך טוישן אויב דאס איז די רצון השם!! wow!
ישראל קדושים!!
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

שמחהלע
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » דינסטאג ינואר 16, 2018 10:41 pm

איך האב געמאכט אביסל ריסוירטש, די רעזולטאטן זענען היבש שאקירנד אין אינטערעסאנט, ווי קארופטירט און נישט רעגולעיטעט די הומען העיר אינדוסטרי איז. בייגעלייגט איז בּלויז א חלק, עס איז דא היבש מער אינפארמעישאן אנליין.

https://www.newstatesman.com/culture/bo ... n-politics

http://www.bbc.com/news/magazine-37781147

http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... thout.html

http://money.cnn.com/2016/10/28/smallbu ... index.html

http://www.cultureunplugged.com/play/83 ... Hair-Trade

https://hellobeautiful.com/2719554/the- ... -industry/

https://www.yahoo.com/lifestyle/the-rea ... 01210.html

http://100brazilianhair.blogspot.com/20 ... ng-as.html

https://www.spectator.co.uk/2015/04/who ... ou-buying/

http://allremyhairextensions.blogspot.com/

יו-טוב איז נישט ערלויבט

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:29 am

מי יודע האט געשריבן:איך וויל פאלגן די בקשה פונעם פותח האשכול, אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, ס'איז א פחד צו זען די ווערטער וואס דער ראב"ד שליט"א אויף די עצם לאנגע שייטלעך

סאיז לכאורה דברים תמוהים אן קיין יסוד אז א לאנגע שיטיל איז נישט קיין כיסוי.

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:34 am

הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?

כהאב געהערט פון אפאר לאקלאלע רבנים אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה, די צוויי וואס לאזען איבערזאגען בשמם, איז הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב.פ., און הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד ומח"ס נטעי גבריאל, אויכעט האט רבי מיכל שטיימעץ געזאגט אז ער האט גערעדט מיט הג"ר משה שאול קליין שליט"א פון בני ברק אין ער זאגט אויך אז עס איז בסדר אין מען דארף נישט מחמיר זיין.

גוט צו הערן, ווייסט אפשר מער פרטים פארוואס זיי האבן אזוי געפסקנט?
דו האסט אליינס אנגעפרעגט אדער זיי האבן געשריבן זייער פסק?

גערעדט מיט ביידע:
רבי גבריאל זאגט אז עס איז נישט "בפניו" ווייל מען שערט עס א גאס אוועק פונעם ע"ז, אין די אלע טענות אז דא איז אנדערש דלעתו איז בגדר חידוש, אין מען דארף מוכיח זיין אז עז איז טאקע ריכטיג, און ממילא המוציא מחבירו עליו הראי', ועוד דעיס איז בכלל ניישט די וועג פין דינען דעי סארט ע"ז ע"ז נאר מען טיט עס אלץ 'הכנעה', צו וייזען א סארט ביטול פאר די געטשקע רח"ל, ממילא איז עס אויך נישט בכלל תקרובת וכו', אין לדעתו איז עס אפי' מותר בהנאה (יש גם תשובה מהגאון רבי נתן גשטטנער זצ"ל שפסק כן להקל בזה).
בערך די זעלבע האט מיר רבי מיכל געזאגט, און בעיקר גייט ער מיט'ן צווייטע טענה אז עס איז בכלל נישט קיין מתנה פאר די ע"ז, די ע"ז דארף נישט דעם האר, אין האט נישט וואס צו טיען מיט עס, והראיה ער פארקויפט עס, עס איז סך הכל א וועג פון הכנעה, אין פארשטייט זיך אז זיי רייטען אויף די נארישע גלויביגע מענטשען, אין מאכען גרויס געלט אויפען חשבון, אבער עס איז נישט בכלל תקרובת.

די היתר פון הכנעה איז נישט מובן, ווייל אויב די דרך איז דאס צו טוהן פאר די עבודה זרה פארוואס הייסט דאס נישט קיין עבודה שדרך עבודתו בכך? און דאס וואס די גאטשקע דארף נישט די האר, דאס ביי יעדע תקרובת אז זי דארף נישט די עצם זאך, נאר זי האט א נחת רוח פון דאס וואס מען גיט איר זאכן וואס איז דרך עבודתה בכך.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 12:59 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:גערעדט מיט ביידע:
רבי גבריאל זאגט אז עס איז נישט "בפניו" ווייל מען שערט עס א גאס אוועק פונעם ע"ז, אין די אלע טענות אז דא איז אנדערש דלעתו איז בגדר חידוש, אין מען דארף מוכיח זיין אז עז איז טאקע ריכטיג, און ממילא המוציא מחבירו עליו הראי', ועוד דעיס איז בכלל ניישט די וועג פין דינען דעי סארט ע"ז ע"ז נאר מען טיט עס אלץ 'הכנעה', צו וייזען א סארט ביטול פאר די געטשקע רח"ל, ממילא איז עס אויך נישט בכלל תקרובת וכו', אין לדעתו איז עס אפי' מותר בהנאה (יש גם תשובה מהגאון רבי נתן גשטטנער זצ"ל שפסק כן להקל בזה).
בערך די זעלבע האט מיר רבי מיכל געזאגט, און בעיקר גייט ער מיט'ן צווייטע טענה אז עס איז בכלל נישט קיין מתנה פאר די ע"ז, די ע"ז דארף נישט דעם האר, אין האט נישט וואס צו טיען מיט עס, והראיה ער פארקויפט עס, עס איז סך הכל א וועג פון הכנעה, אין פארשטייט זיך אז זיי רייטען אויף די נארישע גלויביגע מענטשען, אין מאכען גרויס געלט אויפען חשבון, אבער עס איז נישט בכלל תקרובת.

די היתר פון הכנעה איז נישט מובן, ווייל אויב די דרך איז דאס צו טוהן פאר די עבודה זרה פארוואס הייסט דאס נישט קיין עבודה שדרך עבודתו בכך? און דאס וואס די גאטשקע דארף נישט די האר, דאס ביי יעדע תקרובת אז זי דארף נישט די עצם זאך, נאר זי האט א נחת רוח פון דאס וואס מען גיט איר זאכן וואס איז דרך עבודתה בכך.

זורק אבן למרקוליס געט מען די שטיין צו געטשקע, דא גייט נישט די האר צום ע"ז, מ'שערט אפילו נישט בפניה, מ'שערט אינדרויסן און די האר גייען דיירעקט פון דארט אויף ביזנעס צו מאכן געלט דערפון, נאר זיי שערן עס לכבוד הע"ז צו מכבד זיין די ע"ז און קומען געשוירען לאות הכנעה וכו', דאס האב איך אליין געהערט אויף א וידאו געכאפט פון אפאר פרויען בשעת זיי שערן.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

רבי משה שאול קליין

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 2:35 pm

א חבר מיינע איז געווען צוויי וואכען צוריק ביי רבי משה שאול פרעגען אפאר שאלות,
אינמיטען האט איינער אריינגערופען פרעגען וועגען די שייטלעך אין ער האט געענפערט אז אויב עס איזה צניעותדיג מעג מען עס אהנטוהן, האט מיין חבר עם געפרעגט וואס איז פשט ? ילמדינו רבינו !
האט ער געזאגט אז לויט די פרטים וואס ער האט מברר געווען איז עס נישט בכלל תקרובות ע''ז, סיי עס איז נישט בפני די ע''ז אין אויך מען טוט עס להכנעה וכו' וכו' , און ממילא לדעתו דארף מען בכלל נישט קיין הכשר !

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 2:53 pm

פעלעד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:גערעדט מיט ביידע:
רבי גבריאל זאגט אז עס איז נישט "בפניו" ווייל מען שערט עס א גאס אוועק פונעם ע"ז, אין די אלע טענות אז דא איז אנדערש דלעתו איז בגדר חידוש, אין מען דארף מוכיח זיין אז עז איז טאקע ריכטיג, און ממילא המוציא מחבירו עליו הראי', ועוד דעיס איז בכלל ניישט די וועג פין דינען דעי סארט ע"ז ע"ז נאר מען טיט עס אלץ 'הכנעה', צו וייזען א סארט ביטול פאר די געטשקע רח"ל, ממילא איז עס אויך נישט בכלל תקרובת וכו', אין לדעתו איז עס אפי' מותר בהנאה (יש גם תשובה מהגאון רבי נתן גשטטנער זצ"ל שפסק כן להקל בזה).
בערך די זעלבע האט מיר רבי מיכל געזאגט, און בעיקר גייט ער מיט'ן צווייטע טענה אז עס איז בכלל נישט קיין מתנה פאר די ע"ז, די ע"ז דארף נישט דעם האר, אין האט נישט וואס צו טיען מיט עס, והראיה ער פארקויפט עס, עס איז סך הכל א וועג פון הכנעה, אין פארשטייט זיך אז זיי רייטען אויף די נארישע גלויביגע מענטשען, אין מאכען גרויס געלט אויפען חשבון, אבער עס איז נישט בכלל תקרובת.

די היתר פון הכנעה איז נישט מובן, ווייל אויב די דרך איז דאס צו טוהן פאר די עבודה זרה פארוואס הייסט דאס נישט קיין עבודה שדרך עבודתו בכך? און דאס וואס די גאטשקע דארף נישט די האר, דאס ביי יעדע תקרובת אז זי דארף נישט די עצם זאך, נאר זי האט א נחת רוח פון דאס וואס מען גיט איר זאכן וואס איז דרך עבודתה בכך.

זורק אבן למרקוליס געט מען די שטיין צו געטשקע, דא גייט נישט די האר צום ע"ז, מ'שערט אפילו נישט בפניה, מ'שערט אינדרויסן און די האר גייען דיירעקט פון דארט אויף ביזנעס צו מאכן געלט דערפון, נאר זיי שערן עס לכבוד הע"ז צו מכבד זיין די ע"ז און קומען געשוירען לאות הכנעה וכו', דאס האב איך אליין געהערט אויף א וידאו געכאפט פון אפאר פרויען בשעת זיי שערן.

יעדע עבודה וואס איז כעין פנים און דרך עבודתה בכך הייסט תקרובת, מען דארף נישט געבן פאר די עבודה זרה.

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

הרב משה מרדכי קארפ

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 3:23 pm

מכתב-טז-כסליו-בענין-עז-בפאות-הרב-קרפ.jpg
מכתב-טז-כסליו-בענין-עז-בפאות-הרב-קרפ.jpg (540.66 KiB) געזעהן 758 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 2 געסט