פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לב בשר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:16 am

מצפים לישועה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:זענען דא רבנים אנגענומען בכל תפוצות ישראל, וואס האבן געשריבן א תשובה להיתר אין די לעצטע שטיק צייט ?


רבנים וואס זענען אנגענומען בכל תפוצות ישראל און אסר'ן נישט, זאגט זייער אסאך.

יא סזאגט אז זיי האבן זיך נישט אריינגעלייגט אין דעם.


איך האב אויסגערעכנט רבנים וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין יעדע זאך וואס איז נוגע דעם ציבור. פארוואס טראכסטו אז דא איז אנדערש?

ווייל אויב זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם און זיי האלטן קלאר און זיכער אז סאיז מותר, פארוואס זענען זיי נישט מפרסם דעתם?

לא זו הדרך. לדוגמה: עס איז דא א אפאר רבנים וואס האלטן אז ממעג טרינקען די וואסער אין נ.י. בלי פילטער. האבן זיי מפרסם געוועהן דעתם?
ס׳איז געוועהן מפורסם מטעם התאחדות אז טרויבען איז בחזקת תולעים און מטאר עס נישט עסן (נאר אויב מ׳וואשט עס אפאר מאל אונטער א שטראם...) ר׳ חיים דוד כ״ץ האט מיר געזאגט אז מ׳מעג עס יא עסן, לכתחילה. האט ער מפרסם געוועהן דעתו?
וכהנה וכהנה...

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:46 am

מתירים מאכן קיינמאל קיין ווינט להיתר, ס'ארבעט אלעמאל פארקערט.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:32 am

איך האב נישט געמיינט ציזאגן אז זיי זאלן מפרסם זיין אין אלע גאס, איך מיין צו זאגן אז זיי זאלן זאגן זייער מיינונג, און וויבאלד זיי זענען מפורסמדיגע רבנים וועט עס ממילא מפורסם ווערן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:40 am

לב בשר האט געשריבן:ס׳איז געוועהן מפורסם מטעם התאחדות אז טרויבען איז בחזקת תולעים און מטאר עס נישט עסן (נאר אויב מ׳וואשט עס אפאר מאל אונטער א שטראם...) ר׳ חיים דוד כ״ץ האט מיר געזאגט אז מ׳מעג עס יא עסן, לכתחילה. האט ער מפרסם געוועהן דעתו?

אגב, דאס איז טעם אחד לשניהן ע"פ הלכה, ער רעכנט נישט די גאר פיצינקע ברואים אלץ תולעים.

קיין אהנונג וואס עס איז דעתו אין די ווארהייט, כ'זאג נאר די הסבר פון די שיטה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:47 am

ביטע לאזן די וואקסין נושא ווי ער באלאנגט
האחראי
בשם כל הקהל הקודש

לב בשר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:33 am

farshlufen האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:ס׳איז געוועהן מפורסם מטעם התאחדות אז טרויבען איז בחזקת תולעים און מטאר עס נישט עסן (נאר אויב מ׳וואשט עס אפאר מאל אונטער א שטראם...) ר׳ חיים דוד כ״ץ האט מיר געזאגט אז מ׳מעג עס יא עסן, לכתחילה. האט ער מפרסם געוועהן דעתו?

אגב, דאס איז טעם אחד לשניהן ע"פ הלכה, ער רעכנט נישט די גאר פיצינקע ברואים אלץ תולעים.

קיין אהנונג וואס עס איז דעתו אין די ווארהייט, כ'זאג נאר די הסבר פון די שיטה.


טעם אחד לשנים, אז עס איז נישט נראה לעינים. קבלו מזקינו הרב פדווה זצ״ל

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 2:43 pm

ירום הודו האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:איך האב אויסגערעכנט רבנים וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין יעדע זאך וואס איז נוגע דעם ציבור. פארוואס טראכסטו אז דא איז אנדערש?

ווייל אויב זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם און זיי האלטן קלאר און זיכער אז סאיז מותר, פארוואס זענען זיי נישט מפרסם דעתם?

אינטרעסאנט, ביי וואקסינס ווען מ'האט געפרעגט אט די שאלה איז קיין געהעריגע אנטווארט געקומען. דא פלוצלינג איז עס א טענה?

ביטע לאזן די וואקסין נושא ווי ער באלנגט, פרעג די שאלה דארט וועל איך דיר ענטפערן.

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

לא זכיתי להבין

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 4:16 pm

וואס איז וויכוח ?!?!
ווער עס וויל הערן די מיינונג פון די רבנים המתירים זאל זיי ביטע אנרופען !
רבי מיכל שטיינמעץ
רבי משה מנחם ווייס
רבי מענדיל זילבער
רבי גבריאל ציננער
ועוד
זיי לייקענען עס נישט, זיי זאגען עס בפה מלא, פאר ווער עס פרעגט זיי !

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 4:39 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:זענען דא רבנים אנגענומען בכל תפוצות ישראל, וואס האבן געשריבן א תשובה להיתר אין די לעצטע שטיק צייט ?

הגאון רבי מענדיל זילבר שליט"א בעל מאזני צדק וראב"ד התאחדות

ווי קען מען זען די תשובה?


געדריקט אין מאזני צדק (כמיין חלק ד' אבער כ'בין נישט זיכער)
אין אויכעט האלט ער אינמיטען א נייע תשובה, וויבאלד די אוסרים האבען געטיילט ביי אלע זייערע אסיפות א בירור פון הרב פאלגער שליט"א (מרבני כולל באבוב ב.פ.) וואס כלומריש פרעגט אפ די תשובה פון רבי מענדיל זילבער (פארשטייט זיך אז זיי האבען נישט מטריח געווען צו טיילען רבי מענדיל זילבער'ס תשובה, בבחי' ידע הקהל ויבחור וד"ל), לכן שרייבט ער יעצט צוריק א בירור צו מברר זיין קלארער, אין פארענטפערען אלע קושיות וואס הרב פאלגער האט געשרובען !

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 4:50 pm

דעם קונטרס וואס פרעגט אפ רבי חי"ד ווייס האט שוין איינער אפגעפרעגט?

Don't worry
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:04 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:וואס איז וויכוח ?!?!
ווער עס וויל הערן די מיינונג פון די רבנים המתירים זאל זיי ביטע אנרופען !
רבי מיכל שטיינמעץ
רבי משה מנחם ווייס
רבי מענדיל זילבער
רבי גבריאל ציננער
ועוד
זיי לייקענען עס נישט, זיי זאגען עס בפה מלא, פאר ווער עס פרעגט זיי !


רבי חיים יוסף דוד ווייס
(בעל שבט הלוי איז מתיר בדיעבד?) http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 65&hilite=

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:29 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:זענען דא רבנים אנגענומען בכל תפוצות ישראל, וואס האבן געשריבן א תשובה להיתר אין די לעצטע שטיק צייט ?

הגאון רבי מענדיל זילבר שליט"א בעל מאזני צדק וראב"ד התאחדות

ווי קען מען זען די תשובה?


געדריקט אין מאזני צדק (כמיין חלק ד' אבער כ'בין נישט זיכער)
אין אויכעט האלט ער אינמיטען א נייע תשובה, וויבאלד די אוסרים האבען געטיילט ביי אלע זייערע אסיפות א בירור פון הרב פאלגער שליט"א (מרבני כולל באבוב ב.פ.) וואס כלומריש פרעגט אפ די תשובה פון רבי מענדיל זילבער (פארשטייט זיך אז זיי האבען נישט מטריח געווען צו טיילען רבי מענדיל זילבער'ס תשובה, בבחי' ידע הקהל ויבחור וד"ל), לכן שרייבט ער יעצט צוריק א בירור צו מברר זיין קלארער, אין פארענטפערען אלע קושיות וואס הרב פאלגער האט געשרובען !


איך פארשטיי נישט פארוואס ער זאל צוריק שרייבן אז מ'זאל אינגעלייט זאלן אים נאכאמאל אפרעגן?
אלס איז געווען שאלות זה אוסר וזה מתיר, אבער דא זענען די אוסרים זייער אגרעסיוו, למשל אויב הגאון חיד"א ווייס שרייבט א תשובה דארף מען מאכן א קונטרס אז אפילו לויט אים איז עס אויך אסור... גיי פרעג אים אליין...

אינטערעסאנט אז ביי די אסיפות הרבנים האבן זיך כמעט נישט באטייליט די עלטערע רבנים תלמידי חכמים יושבים על מדין נישט אין ווילי ב"פ מאנסי, און אויך ביי די קול קורא פעלן זייער אסאך גרעסערע רבנים תלמידי חכמים וואס דאס איז א שטארקע קשיא אויף די אוסרים

לב בשר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:43 pm

אינטערעסאנט אז ביי די אסיפות הרבנים האבן זיך כמעט נישט באטייליט די עלטערע רבנים תלמידי חכמים יושבים על מדין נישט אין ווילי ב"פ מאנסי, און אויך ביי די קול קורא פעלן זייער אסאך גרעסערע רבנים תלמידי חכמים וואס דאס איז א שטארקע קשיא אויף די אוסרים[/quote]

הוא אשר דברתי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:51 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:וואס איז וויכוח ?!?!

אז דו האסט די פרעכהייט צי שרייבן אז דו קענסט 2 רבנים האוסרים וואס האבן באקימען געלט צי אסר'ן האבן דיינע פינגערס בכלל נישט קיין רעכט צי טייפן די פראגע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:13 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:וואס איז וויכוח ?!?!

אז דו האסט די פרעכהייט צי שרייבן אז דו קענסט 2 רבנים האוסרים וואס האבן באקימען געלט צי אסר'ן האבן דיינע פינגערס בכלל נישט קיין רעכט צי טייפן די פראגע.

חס ושלום !!
ביידע דיינים האבען נישט אנגענומען די געלט, אין טאקע נישט געחתמ'עט !
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די מהלך פין די אנפירער'ס פין די מערכה !

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:28 pm

איך בין אביסל צומישט. וואס איז די אגענדע פון די מערכה פירער? ווילן זיי אנטון דעם עולם שפיצלעך, אדער מאכן זיי געלט פון סינטעטישע שייטלעך?

שרי העשר, פאראייניגט אייך!...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:48 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. וואס איז די אגענדע פון די מערכה פירער?

זיי ארבעטן אויף שייטלעך מיט א היימישע הכשר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:49 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. וואס איז די אגענדע פון די מערכה פירער?

זיי ארבעטן אויף שייטלעך מיט א היימישע הכשר

איר האט ווייזט אויס נישט פארשטאנען מיין תגובה. (פעלט גענזן פיסלעך ביי "אגענדע")
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג יוני 02, 2019 3:13 pm

פעלעד האט געשריבן:שמועות דערציילן איבער שייטלעך מיטן השגחה פון רבי אשר אקשטיין דארף שוין אין די קומעדיגע תקוםה ווערן פארקויפט אין ניו יוארק.

דעס מיינט אז ער האלט אז די יעצטיגע זענען א פראבלעם?

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג יוני 02, 2019 3:16 pm

yesdov האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:יהיה אסיפה בענין הזה ביום ראשון בקהל לינת צדק בשעה 5.
109 Clara street Brooklyn NY 11218 May 19 Sunday 5pm

אפען צו די פאבליק?

כנראה

איז איינער דארט געווען אין קען איבערגעבן די תוצאות פין די אסיפה?

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מיטוואך יוני 19, 2019 1:52 pm

פעלעד האט געשריבן:שמועות דערציילן איבער שייטלעך מיטן השגחה פון רבי אשר אקשטיין דארף שוין אין די קומעדיגע תקוםה ווערן פארקויפט אין ניו יוארק.


די מערכה איז אווער פאר די נעקסטע פופצען יאר...
צוגעלייגטע
Screenshot_20190619-135348.jpg
די וואך אין די weekly link
Screenshot_20190619-135348.jpg (546.94 KiB) געזעהן 319 מאל

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יוני 19, 2019 2:14 pm

וואס איז די מהלך פון די השגחה, ער שיקט אראפ מענטשן קיין אינדיע צו משגיח זיין?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך יוני 19, 2019 4:44 pm

ער איז אליין געפארן אהין, און ער שיקט משגיחים משעת גזיזה, וואס זען אז די האר קומט נישט פון בתי ע"ז.

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יוני 19, 2019 4:57 pm

ווי פארקויפט מען דאס?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך יוני 19, 2019 5:17 pm

מפארקויפט נאכניש, לכאורה נאך א חודש ארום בערך וועט זיין אין ניו יוארק.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט