תענית צום גדלי'

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תענית צום גדלי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

די מקור פאר די היינטיגע תענית געפונען מיר אין די גמרא מס' ראש השנה דף י"ח ע"ב, "צום השביעי זה ג' בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם, ומי הרגו ישמעאל בן נתניה הרגו, ללמדך ששקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו".

די גמרא זאגט (שם) אז לעתיד לבא וועט עס ווערן נתהפך פאר א יום טוב - פאר ווער עס האט זיך מצער געווען אין דעם טאג על הריגת גדלי' בן אחיקם וואס איז כשריפת בית אלקינו.

הקריאה מעורר הזמן: היינט ליינט מען אין די הפטורה ביי מנחה (ישעיה נה, ו) "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ" וואס חז"ל דרשנ'ן אויף דעם "קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב" אז דאס גייט ארויף אויף די יעצטיגע עשרת ימי תשובה וואס כביכול השי"ת איז זייער נאנט צו אונז און איז מקבל די תשובה אפילו פון א יחיד, און דער רמב"ם שרייבט "אף על פי שהתשובה והצעקה יפה לעולם, בעשרת הימים שבין ראש השנה ויום הכיפורים היא יפה ביותר, ומיד היא מתקבלת, שנאמר "דרשו ה', בהימצאו; קראוהו, בהיותו קרוב".

----
אינטערסאנט צו באמערקן אז די פונקטליכע זמן ווען גדלי בן אחיקם איז געהארג'ט געווארן שטייט טאקע ארויס אין די גמרא איז ג' תשרי, און אזוי ברענגט אויך צו די רמב"ם, משא"כ דער בית יוסף (או"ח סי' תקמ"ט) ברענגט צו פונעם רבינו ירוחם אז באמת האט דאס פארסירט א תשרי אבער מ'האט דאס מדחה געווען אויף ג' תשרי כדי נישט קובע זיין א תענית אום ראש השנה.
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

ס'איז דא ערגעץ די גאנצע היסטאריע ארום דעם?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

צוֹם גְּדַלְיָה הוא יום תענית החל בג' בתשרי, יום לאחר ראש השנה (אם יום זה חל ביום שבת, הצום נדחה ליום המחרת).
צום גדליה הוא אחד מארבעת הצומות הקשורים לחורבן בית המקדש הראשון.

תענית זו נקבעה לציון רצח גדליהו בן אחיקם, שהיה נציב על יהודה בימים שלאחר חורבן בית המקדש הראשון, ומותו סימל את סופו המוחלט של היישוב היהודי בתקופת בית ראשון
ההתייחסות הראשונה לצום גדליה היא בתנ"ך, בספר זכריה, שם מוזכר "צום השביעי". הכוונה היא לצום בחודש השביעי, הוא תשרי בספירה המקובלת המתחילה את השנה בניסן
בגלל ההקשר, לא ייתכן שמדובר שם על יום הכיפורים (שחל גם הוא בתשרי).

במסכת ראש השנה, נאמר: "צום השביעי, זה ג' בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם. ומי הרגו? ישמעאל בן נתניה הרגו. ללמדך ששקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלהינו."

לאחר כיבוש ממלכת יהודה בידי הבבלים, הוגלה רוב העם היהודי, ובמיוחד נכבדי העם, לבבל, ואילו בארץ נשארו מעטים מדלת העם, ששימשו כורמים ויוגבים. נבוכדנצר השני, מלך בבל, הציב את גדליה בן אחיקם לשליט על שארית הפליטה אשר נותרה בארץ יהודה. גדליה אסף והנהיג את כל פליטי החורבן, ושכנע את יושבי יהודה לאסוף את היבולים, וירמיהו הנביא הצטרף אליו למצפה.

גדליה נרצח בידי קבוצת יהודים בהנהגת ישמעאל בן נתניה, שהיה נצר לשושלת המלוכה. הוא הוזהר על הצפוי להתרחש מפי נאמניו, מפקד הצבא יוחנן בן קרח ואנשיו, שהזהירו אותו מפני ישמעאל. יוחנן אף ביקש כי גדליה יקדים להורגו , אך גדליה לא האמין לו וסירב להצעתו. גדליה נרצח כשישב במצפה (כנראה נבי סמואל של היום), ואיתו נטבחו גם תומכיו ואף החיילים הבבליים שהיו מוצבים שם. הרצח שנעשה בעיצומה של סעודה שערך גדליה לישמעאל בן נתניה ואנשיו, נעשה בהכוונת בעליס מלך עמון.

ברצח גדליה בא הקץ לקיומה של יהדית כלשהי בארץ ישראל לאחר חורבן הבית הראשון. הרצח גרם לדלת העם, שהיו תחת ממשלתו של גדליה בן אחיקם, להתפזר. מקצתם ירדו למצרים, מחשש לתגובת הבבלים. בכך הושלם חורבן הבית הראשון, ולא נותרה כל ריבונות יהודית בארץ ישראל למשך שבעים שנה, עד ימי שיבת ציון
וויקי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטע ניק האט געשריבן:ס'איז דא ערגעץ די גאנצע היסטאריע ארום דעם?

עס איז היי יאר ארויסגעקומען א בוך "איך וועל געדענקן", עס באשרייבט די תקופה פון חורבן בית ראשון/שני, איין קאפיטל שילדערט הערליך די מעשה פון גדליה בן אחיקם. עס האט זיך אנדערש געפאסט וויסנדיג די מעשה מיט א קלארקייט.
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

שכח אלע
איך האב למעשה אמאל געליינט פון עס [קען זיין אין בוך רחל אשת ר' עקיבה] פון דעים ווייסעך אז עס איז א גאנץ שטיקל היסטאריע,
אזוי אז ווען נישט דעים וואלטן יודן מעגליך אלץ געבליבן אין א''י
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

סאיז דא א ספר ירמיה, דארט איז עס שיין באשריבן.
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

דעפרעסט האט געשריבן:סאיז דא א ספר ירמיה, דארט איז עס שיין באשריבן.

וועלעכע קאפיטל? יעצט זעה איך ס'איז בית ראשון
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א גוטע ניק האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:סאיז דא א ספר ירמיה, דארט איז עס שיין באשריבן.

וועלעכע קאפיטל? יעצט זעה איך ס'איז בית ראשון

אין ירמיה פון קאפיטאל לט און ווייטער ווערט עס געשריבן באריכות.

אין אידיש, דאס איז געווען נאכדעם וואס נבוכדנאצר האט פארטריבן צדקיהו המלך, און צוזאמען מיט איהם האט ער פארטריבן רובו דרובו פון כלל ישראל, האט ער איבערגעלאזט א קליין הייפעלע אידן וואס זאלן באארבעטן די פעלדער כדי דאס לאנד זאל נישט ווערן פארוויסט, און אויף זיי האט ער געשטעלט גדליה בן אחיקום ער זאל זיין די פירער און ער זאל זיי צוזאמענהאלטן, די פליטי חרב ובתוכם ירמיה הנביא האבן זיך אלע ארומגעקליבן ארום גדליה'ן,

די קעניג בעלוס פון עמון האט אבער געהאט א חשבון אז אויב וועלן זיך די אידן נישט צוזאמענהאלטן וועט די ישוב זיך צופאלן און ער וועט עס קענען ירש'נען, האט ער געשיקט א איד ישמעאל בן נתניה אז ער זאל איהם הרג'ענען.

יוחנן בן קרח איז געוואויר געווארן פון די פלאן, איז ער געלאפן צו גדליה און איהם געווארנט זיך אכטונג צו געבן פון ישמעאל'ן ער האט איהם אפי' פארגעשלאגן אז ער וועט איהם הרג'נען שטילערהייט און קיינער וועט נישט וויסן אז עס קומט פון גדליה'ן, אבער גדליה האט נישט געקענט גלייבן אז איינער מזרע ישראל נאך אזא חורבן זאל גיין צושטערן די שיריים וואס איז געבליבן האט ער זיך נישט צוגעהערט צו יוחנן בן קרח,

למעשה האט ער גאר געמאכט א סעודה פאר ישמעאל, לויט עטליכע דעות איז דאס געווען בעיצומו של ראש השנה, און בשעת די סעודה האט ישמעאל געהרגעט גדליה מיט זיינע מענטשן, און געפאנגען די איבעריגע,

ווען יוחנן בן קרח האט דאס געהערט איז ער ארויס אין א מלחמה קעגן ישמעאל, און ישמעאל איז אנטלאפן מיט 8 מענטשן צוריק צו עמון,

נאכדעם האבן די אידן מורא באקומען אז נבוכדנאצר וועט מיינען אז זיי האבן דורכגעפירט אן אויפשטאנד ווייל א איד האט גע'הרג'עט דעם וועם ער האט געשטעלט, האבן זיי געוואלט אנטלויפן קיין מצרים, אבער זיי האבן קודם אנגעפרעגט ירמיה, נאך א וואך האט ירמיה געזאגט דער אייבערשטער זאגט אז מ'זאל נישט גיין קיין מצרים ווייל עס זיין זייער ביטער דארטן,

די אידן האבן אבער נישט געפאלגט און זיי זענען יא אנטלאפן קיין מצרים, און עס איז ליידער מקוים געווארן ירמיה הנביא'ס נביאה און די אידן אין מצרים האבן געהאט א שווערן סוף ל"ע אזוי ווי עס שטייט אין מכילתא פ' בשלח,

חז"ל האבן מתקן געווען די תענית ווייל די גאנצע ישוב איז חרוב געווארן מיטן הריגה פון גדליה בן אחיקם.
און ווי אויך ללמדך אז גדולים מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

פאראינטערסירט האט געשריבן:די קעניג בעלוס פון עמון האט אבער געהאט א חשבון אז אויב וועלן זיך די אידן נישט צוזאמענהאלטן וועט די ישוב זיך צופאלן און ער וועט עס קענען ירש'נען, האט ער געשיקט א איד ישמעאל בן נתניה אז ער זאל איהם הרג'ענען.


שכח, איז עס געלינגען פאר בעלוס?

די מעשה פון הטוב והמטוב הריגי בתר איז יא פון בית שני?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

בערך 50 יאר נאך חורבן בית שני אויב איך געדענק גוט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א גוטע ניק האט געשריבן:ס'איז דא ערגעץ די גאנצע היסטאריע ארום דעם?

געליינט און ״דער בלאט״.. א פארזעצונג פון פארגאנגענע וואך. זייער שיין אראפגעשריבן די גאנצע געשיכטע פון גדלי׳ בן אחיקם. און פארוואס מ׳האט צוליב זיין אומקום גוזר געווען א תענית לדורות.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”