אריינשטעלן דברי תורה (שמות) אין ריסייקל-בין

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:..........
וכפי הנשמע מתלמידי חכמים קען זיין אז ביי די נייע סקרין'ס (LCD) וואס ארבעט נישט אויף א אופן פון לעמפלעך סמוכים זה לזה, איז די שאלה אסאך גרעסער.
..........

די מציאות איז אנדערשט ווי דעם. עיין פה.


א גרויסן יישר כח.

בין איך געגאנגען פרעגן א ידיד מיינע וואס איז באהאווענט אין די זאכן אויב ער זעהט עפעס א חילוק צווישן די סקרינ'ס, האט ער מיר געזאגט אז עס קען יא זיין א גרויסער חילוק, אבער די הסבר איז טאקע נישט ווי כהאב געשריבן, נאר עס איז געבויט אויף וואס דו ברענגסט דארט אינעם המשך, אז ביי די אלטע סקרינ'ס פארט די ליכטיגקייט פון פיקסל צו פיקסל, קומט אוס אז באמת איז די גאנצע שם נישט ליכטיג אין די זעלבע צייט, נאר די אויג איז נישט מבחין און כאפט עס אויף כאילו עס איז דא. משא"כ ביי די LCD.

ר' לכתחילה כ'ווארט צו הערן פון דיר אויב דאס האט שוין יא ווערטער
לעצט פארראכטן דורך רב טקסט אום זונטאג פעברואר 02, 2014 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

רב טקסט האט געשריבן:.......
ר' לכתחילה כ'ווארט צו הערן פון דיר אויב דאס האט שוין יא ווערטער

יא!! זייער צום זאך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

עס איז שרעקעדיג וואס דא גייט פאר, איך פלעג אלץ אננעמען אז א שם אויפן קאמפיוטער איז גארנישט, דאס הארץ האט מיר טאקע נישט געלאזט אויסמעקן א שם בידים, פלעג איך סעלעקטן דעם שם, און אוועקמישן דעם פעידזש, און דאן דריקן דיליט ווען דער שם איז נישט אויפן סקרין. אבער עס איז מיר נישט איינגעפאלן אז עס קען זיין א פראגע וועגן מחיקת השם אויפן הארד דרייוו, הגע עצמך אז דו עפנסט דעם פייל אויף א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין אידישע אותיות וועט זיך דאך דער פייל עפענען מיט גריכישע אדער כינעזע אותיות... איז דאך נישטא דארט קיין שם באמת נאר עפעס א קאוד וואס ווען עס קומט זיך צוזאם מיט א געוויסע פראגראם און מיט א געוויסע עפענער ווערט "געשאפן" אויפן מאמענט א שם.
איך האב אויך געטראכט אז אויב שאלה איז א גרעסערע שאלה אוועקצומישן דעם סקרין אדער צוצומאכן א פייל, ווייל דאן מעקט זיך באמת אויס א שם, ווייל דער שם בלייבט נישט אויפגעשריבן דארט ערגעץ אונטערן סקרין, עס איז בלויז הארד דרייוו מעמארי און יעדע מאל דו ברענגסט אים ארויף אויפן סקרין שרייבט ער זיך דאן אויף און ווען דו מישט אוועק פארמעקט ער זיך, אבער אויב קען מען דאס נישט טון לא שבקת חיים לכל בריה.

ממילא, ממילא פארלאז איך זיך אויף וואס איך האב געהערט בשם דעברעצינער רב אז שמות אויפן קאמפיוטער זענען גארנישט (אפשר מאך איך א טעות? אזוי געדענק איך).

לאמיר האפן אז יש לי על מי לסמוך.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווארד האט געשריבן:עס איז שרעקעדיג וואס דא גייט פאר, איך פלעג אלץ אננעמען אז א שם אויפן קאמפיוטער איז גארנישט, דאס הארץ האט מיר טאקע נישט געלאזט אויסמעקן א שם בידים, פלעג איך סעלעקטן דעם שם, און אוועקמישן דעם פעידזש, און דאן דריקן דיליט ווען דער שם איז נישט אויפן סקרין.

לפי וואס מ'שמועסט אז מעקן ווען עס איז אויפן קאמפיוטער סקרין איז לכאורה א גרעסערע שאלה ווי בעצם מעקן ס'פייל פונעם הארד-דרייוו, איז דיין עצה גארנישט ווערד ווייל ווען דו מישט אוועק מעקסטו דאך עס אפ פונעם סקרין!
ואולי וואלט דער בעסטער דוחק אויסוועג געווען צו עפענען א צווייטע ווינדאו אויף דער ווינדאו מיטן שם, אזויווי דער דעברעצינער רב שרייבט לגבי טעיפס אז מ'זאל רעקארדירן א נייע זאך איבער דער אלטער.
ממילא, ממילא פארלאז איך זיך אויף וואס איך האב געהערט בשם דעברעצינער רב אז שמות אויפן קאמפיוטער זענען גארנישט (אפשר מאך איך א טעות? אזוי געדענק איך).
לאמיר האפן אז יש לי על מי לסמוך.

געהערט מפי השמועה?
עס איז דא ערגעץ מקוריות'דיג בשמו?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

און להמבואר למעלה וועט אויסקומען אז אפילו נאכן וויסן אז דער דעברעצינער רב האט מתיר געווען וועט מען נאך דארפן מברר זיין על סמך מה, אפשר איז די היתר נאר ביי די אלטע סקרינס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

'רב טקסט' אוודאי אזוי, אבער קודם זאל מען וויסן עפעס.

----------------
אפשר טאקע זאלן חברי אייוועלט צאמשטעלן א בירור אויפן טעכנאלאגישע חלק און שיקן אלץ שאלה צו די גדולים וואס זאלן זאגן כדת מה לעשות.

כ'מיין, מ'קען דאך נישט דזשאסט טון אזוי ווייל מ'ווייסט נישט די הלכה!

און אלמלא פאר וויכטיגע זאכן וואלט מען מתיר געווען בדוחק, איז דאס נאכנישט קיין היתר אז איעדער בחור'ל זאל אויף זיין סענסא-קליפ האבן תהלים מיטן שם ארויסגעשריבן, אדער אז יעדער זאל אינסטאלירן תהילים מיט סידור עפפ'ס אינגרויסן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווייסט איינער פון עפעס א קלארע בירור הלכה אין דעם נושא?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

פון די הארד דרייוו איז זיכער נישט קיין שאלה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:47 pm
ווייסט איינער פון עפעס א קלארע בירור הלכה אין דעם נושא?
אין שבט הלוי חלק ז' האב איך גראדע געזען אז ער איז מתיר בדוחק פאר די קאמפיוטערס וואס מ'נוצט פאר בדיקת סת"ם אויב מ'נעמט זיך אויס פאראויס עס זאל נישט האבן קיין קדושה
(ער פארלאנגט א קלארע תנאי בפה מלא)

די שאלה שטעלט זיך למשל א פשוט'ע קאפי-פעיסט א פסוק פון גוגל און דערנאך פארטוישן דעם שם מיט א ה'.

__

סארי פאר די שפעטע ענטפער, @צל האט מיר פשוט היינט אין צענזור אשכול געמאכט אביסל נאכזוכן דערוועגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אריינשטעלן דברי תורה (שמות) אין ריסייקל-בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@פאליטישע, איך רעד דאך פון די הארבסטע פאל דא, אויסמעקן דעם שם השם ספעציפיש פון דעם סקרין בידים.

עס איז זיכער אן ענין, נישט קיין או סי די, דאס נישט צו טאן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אריינשטעלן דברי תורה (שמות) אין ריסייקל-בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:37 pm
@פאליטישע, איך רעד דאך פון די הארבסטע פאל דא, אויסמעקן דעם שם השם ספעציפיש פון דעם סקרין בידים.

עס איז זיכער אן ענין, נישט קיין או סי די, דאס נישט צו טאן.
אן ענין - מסתם ביזטע גערעכט

אבער ווי איך זאג - די פעיסט איז נישט געווען לשם קדושת השם, טא דארף מען געהעריג שאפן א תשובה פון פוסקי דורינו איבער דעם
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אריינשטעלן דברי תורה (שמות) אין ריסייקל-בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דאס איז פון שבט הלוי
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-02-27 172556.jpg
Screenshot 2023-02-27 172556.jpg (221.43 KiB) געזען 331 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”