יארצייט סעודה אדער ענדערש לערנען?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

יארצייט סעודה אדער ענדערש לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

איז גלייך מ'זאל מאכן א יארצייט סעודה יעדעס יאר פאר א זיידע/באבע?

אדער אפשר ענדערש זאלן די אייניקלעך נישט פארפאסן זייערע שיעורים אין לערנען לע׳׳נ?

אדער אפשר ווענט זיך וואס מ'טוט ביי די סעודה, צי סתם מ'פארברענגט. אדער מ'רעדט גוטע זאכן פון די זיידע/באבע וכד׳.
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

דער אשכול באלאנגט לכאורה אין קרעטשמע....דארט וועט עס באקומען דעקונג
אין יעצט צו דיין פראגע
איך האלט אז ס'איז נישט דא קיין שענערע נחת פאר א נשמה
ווי דאס אז די קינדער האלטן זיך צוזאם
טא וואס קען זיין בעסער ווי זיך צוזאמקומען ביום היארצייט
נישט קיין נפק"מ וואס מען טוט דארט
אאודאי בעסער אז מען לערנט משניות אין איינער טרעט אויף מיט שיינע שטריכן וכדו'
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

שכח.
האלטן אנדערע אויך אזוי?
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ס'איז טאקע א שיינע זאך אז מ'האלט זיך צוזאם,
אבער א גרויסע שאלה צו אויב ס'קומט אויפן חשבון פון קביעת עתים לתורה צו ס'איז טאקע אן עליה פאר די נשמה,

איך בין נישט קיין דיין און איך פס'קן נישט קיין שאלות..
אזויפיל ווייס איך אז אויבן אין הימל די ערשטע שאלה איז "קבעת עיתים לתורה" נישט עשית יארצייט סעודה וכו' וכו' ", נאכאמאל אויב זאגט דעת תורה אנדערש געמאלס איז מיינע ווערטער בטל כעפרא דארעא, וה' הטוב יכפר.
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”