ארגינעלע און מקורות'דיגע סגולות למעשה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

וואשינגטאן האט געשריבן:סגולה בדוק ומנוסה!
אלפים כבר נושעו ע"י זה!!
אין צריכין לשלם באשראי, בחנם!!!
כח התפלה
להתפלל ולבקש מה' כל מה שצריך!!
בדוק ומנוסה כבר אלפים שנה



ביטע פארדריי נישט דעם אשכול מיט נישט וויכטיגע הערות אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, אביסל דרך ארץ פאר מקורות'דיגע סגולות פון ספרי קודש בעלי רוח הקודש, לכל זמן ועת לכל חפץ
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

סגולה נפלאה לבטל הכעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

כי בן זקונים הוא לו. נראה לי שיש משל, כשיש לאב כעס, הסגולה ליטול לבנו הקטן על ידיו, ובנו יהא ממשש בזקנו, ועי"ז משכך הכעס, כי הזקן הוא רמז על י"ג מכילין דרחמי, על כן מעורר התינוק רחמי אביו, כי כן הסגולה (ספר הק' אור החכמה פ' וישב בד"ה א"י וישראל).
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

סגולה לכפרת עוונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

זאגן שירת הים בשמחה.
מקור: מדרש תחלים, יח , ספר חרדים - פרק עג, צפורן שמיר להרחיד"א, כד, ועוד
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

אתרוג בט"ו בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

דער יהודי הק' מפרשיסחא זי"ע השט געזאגט אז דער וואס עסט אתרוג חמשה עשר בשבט מובטח שישלים שנתו
(קדושת היהודי - לט"ו בשבט)

קבלנו מרבותינו מתפלל צו זיין חמשה עשר בשבט אויף א שיינעם כשר'ן אתרוג יפה ומהודר, אז השי"ת זאל אים מזמין זיין פאר סוכות אויף די ד' מינים, און די תפלה וועט ברענגען גוטע פירות
(בני יששכר, חודש שבט מאמר ב אות ב)
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

עוד סגולה נפלאה נגד כעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

האלטן א קינד אין די הענט בארואיגט כעס.

מקור: רב ייבי (תהלים י"ח י"א) וז"ל הנה ראיתי כתוב טעם למה היו כרובים במקדש, וגם למעלה יש כרובים מלאכים שפניהם דומים לרביא, בשביל כשאדם בכעס ונוטל תינוק בידו נשקט הכעס ממנו, בשביל ששעשוע התינוק מביא לידי שמחה, כן השי"ת רוצה שלא יכעוס על העולם, כמו שהשי"ת מתפלל בעצמו, יה"ר שיכבוש רחמי את כעסי (ברכות ז.) לכך השי"ת רוכב כרובים ומשתעשע בכרובים ועי"ז נתמלא רחמים על העולם עכ"ד


זע אויך דא
viewtopic.php?p=1597594#p1597594
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

א פרייליכן יום טוב - בארגן אן זארגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

בס"ד
ווי נאר דער משלוח מנות ווערט אוועק געפאקט, הייבן זיך אן צו דרייען די קישקעס ביי רוב אחינו בני ישראל הקדושים, נישט אזוי ווייט פון די גאלאנען וויין און די רויטע המן טאשן דזשעם, נאר בעיקר פון דעם בעפארשטייענדער פסח בודזשעט.

ווי האט איינער פון די גדולים זיך אמאל אויסגעדרוקט ביי דעם שבת הגדול דרשה, דער מחבר פסק'נט, אז מען דארף נעמען מצות און וויין לכבוד פסח, ער האט אבער נישט געשריבן פון ווי מען נעמט...

א צווייטער רב האט אמאל שבת הגדול ביי די דרשה געפרעגט א סתירת הרמב"ם, דער רמב"ם פסק'נט אז יעדער איד איז מחוייב צו נעמען מצות און וויין אויף ד' כוסות, און לעומת זה פסק'נט דער רמב"ם אז מען טאר נישט גנב'נען, אויב אזוי היאך יתקיימו שניהם כאחד?...

ביים סדר האט זיך אמאל א איד צופייערט אין אויפגעהויבן דעם כוס: לפיכך אנחנו חייבים... מיר זענען שולדיג אין דעם גמ"ח און פאר דעם ידיד, אוי טאטע העלף שוין

האט דער רבש"ע טאקע צוגעשיקט חשובע ארגעניזאציעס וואס העלפן ארויס מיט'ן פסח זה בכה וזה בכה, אבער ווייסט דאך יעדער איינער אין הקומץ משביע, און וויפיל מען זאל נאר אריינברענגען גייט דאס אוועק מיט'ן רויך.

אויב צרכי עמך מרובים, איז צרכי הפסח אודאי מרובים, אידן לעבן היינט אין הרחבה, און דער סוס לרוץ לפניו דארף יעדער איד צושטעלן פאר זיין משפחה, אוועק די אמאליגע צייטן וואס אונזערע עלטערן פלעגן אונז דערציילן, אז ביי זיי האט מען פסח געהונגערט, מצה האט מען באקומען יעדן טאג א שטיקל פחות מכזית, ווער רעדט נאך פון אנדערע עסן, וואס איז געווען איז געווען, אביסל קארטאפל מיט אייער בצמצום, און ווער רעדט פון פלייש מיט א רחבות.

מיר דארפן אבער יא צושטעלן פאר אונזערע קינדער, דאס איז דער מציאות, אז מען איז א גאנץ יאר איינגעוואוינט צו האבן פון אלעס, קען מען נישט פלוצים אין פסח זיך טרעפן אן עסן, די שטוב וועט גיין כאדאראם, זאל דער רבש"ע טאקע העלפן אלע אידן זאלן האבן אלעמאל, אלעס, מיט מנוחת הנפש און הרחבת הדעת.

נו, די קשיא איז אבער נאכנישט פארענטפערט? פון ווי נעמט מען דאס?

האבן מיר דאך שוין געשריבן לפיכך אנחנו חייבים...

נאגט דאך אין הארץ א שטארקע שאלה, זאל איך בארגן? וויאזוי גיי איך דאס באצאלן? וויאזוי קען איך האבן א שמחת יום טוב?

רבותי, זעצט אייך אראפ נעמט אריין א טיפן אטעם און זעט מורא'דיגע דיבורים, וואס מיר האבן געפונען אין אן אלט ספר, וואס יעדע אות איז געשריבן על פי קבלה, דער ספר איז אנגענומען בחדרת הקודש ביי גאנץ כלל ישראל, ספרדים תימנים און אשכנזים, חסידים און מתנגדים.

דער ספר רופט זיך "מסכת ביצה", פאר ווער עס וויייסט נישט, דאס איז איין חלק פון די זעכציג מסכתות וואס רבינא און רב אשי האבן געשריבן ברוח הקודש, תורה מן השמים., ס'לאזט גרינג זאגן אז די סגולה איז ממש ווי א בת קול פון הימל, א פתקא מן שמיא, פאר אונז צובראכענע אידעלעך אין היינטיגן דור.

באמת איז דאס נאך אסאך מער, דאס איז א געהעריגע נבואה וואס עזרא הסופר און נחמי' האבן מודיע געווען פאר כלל ישראל, וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזא יום טוב פסח, אבער פון דעם פסוק אליין וואלטן מיר דאס נאכנישט פארשטאנען, ביז ס'איז געקומען דער גרויסער הייליגער תנא ר' אלעזר ב"ר שמעון בן יוחאי, און אונז מגלה געווען וואס ליגט אין דעם פסוק (הגם דבגמ' הגירסא ר' אליעזר ב"ר שמעון, אבל בסדר הדורות כתב להדיא דהיינו ר' אלעזר ב"ר שמעון).

האבן מיר שוין עזרא הסופר, דער נביא נחמי', דער תנא ר' אלעזר, דער אמורא ר' יוחנן, וואס זאגט נאך בשמו. מי ראה את אלו יוצאים.

מיט דעם אלעם זענען מיר נאך אלץ נישט קלאר, זייערע ווערטער זענען נאך אלץ סתום, האבן מיר אויפן פלאץ, אונזער גרויסער הייליגער בעל מקובל רש"י הקדוש זכותו יגן עלינו, מיט דעם הייליגן רבינו חננאל, זיי רעדן צו אונז אזעלכע פשוטע און זיסע דיבורים, וואס מאכט ממש אויפשפרינגען פון פלאץ. און מיר זענען זיכער אז אפילו איר האט שוין געזען דעם שטיקל גמרא, און אנגעקומען צו די מימרא מיט די מפרשים, האט איר זיך נישט אפגעשטעלט אפצוטייטשן יעדע ווארט, נאר דורכגעלאפן ווי אלע אגדתא גמרות.

איז לאמיר אנהייבן מיט די הייליגע דיבורים וואס שטייט אין נחמי' ח' י': ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדנינו ואל תעצבו כי חדות ה' היא מעזכם.

פשוטו של מקרא איז געווען דאן ראש השנה און עזרא הסופר האט ארויסגענומען די ספר תורה און געלערנט מיט די אידן, די אידן האבן אנגעהויבן וויינען וויבאלד זיי האבן געזען אז זיי האבן נישט מקיים געווען וואס דער רבש"ע פארלאנגט פון זיי, אויף דעם ארויף האט עזרא און נחמי' געטרייסט די אידן, אז זיי זאלן נישט וויינען, ווייל היינט איז א הייליגער טאג, און מען זאל אהיים גיין מאכן די סעודה פון יום טוב, און מקיים זיין שמחת יום טוב, און זיך פרייען מיט'ן רבש"ע, און דער רבש"ע וועט זיי בענטשן מיט א שנה טובה ומתוקה.

אין די גמרא אבער (ביצה ט"ו:), זעען מיר אז די הייליגע תנאים האבן אפגעלערנט דעם פסוק אלץ א נבואה לדורות א נצחי אזוי ווי אלע פסוקי התורה, און מיר טרעפן דארט אין ביצה, אז דער הייליגער תנא ר' אליעזר הגדול, האט יום טוב שבועות געלערנט תורה מיט זיינע תלמידים, און נאכן לערנען, האט ער זיי ארויסבאגלייט מיט דעם פסוק. הייסט דאס אז דער פסוק איז נוצבאר אויף יעדן איינציגן יום טוב.

ווייטער אין די גמרא טרעפן מיר נאך קלארערע דיבורים, ווען די גמרא הייבט אן מסביר זיין דעם עומק, מאי כי חדות ה' היא מעזכם [וואס מיינט דאס דער פסוק כי חדות ה' היא מעזכם] אמר ר' יוחנן משום ר' אלעזר ב"ר שמעון אמר להם הקב"ה לישראל [דער רבש"ע זאגט פאר אידישע קינדער – יא דער רבש"ע רעדט צו דיר!] בָּנַי [הערסט א אויסדרוק פון דעם טאטן אין הימל אליין וואו זיס ער רעדט צו אונז? בָּנַי, מיינע קינדער] לוו עלי [גייט ארויס בארגן אויף מיין חשבון] וקדשו קדושת היום [הייליגטס דעם טאג] ואני פורע [און איך וועל דאס באצאלן].
ווייסן מיר קלאר וואס מיר האבן צו טון, סך הכל האבן מיר דא דער בורא כל עולמים וואס זאגט אונז קלאר און דייטליך, גייט בארגן, און איך באצאל!

אה א געשמאק פן דיבורים, ווען איך הער נאר אזעלכע דיבורים פון הנגיד החשוב המפורסם פלוני אלמוני, וואס זאגט מיר פאר פסח, הער אויס, דו גיי ארויס בארגן, מאך א שמחת יום טוב, און זאכן וועלן זיין מסודר. נא אוודאי וואלט איך געגאנגען בארגן, און נאך יום טוב אנגעהויבן צו רופן, און מען דארף האפן ער זאל האלטן ווארט, און מיר נישט אנהייבן צו כאפן אויף יעדע הוצאה, איך דארף אויך אוועק לייגן די בושה, און אים זאגן דעם פולן סכום, יא דער פסח האט מיר אפגעקאסט, עשרת אלפים ככר כסף, וואס – צושרייט זיך דער נגיד, אזא סכום? ביזט משוגע געווארן? און איך זינק איין פאר בושה, און ווילט זיך אים פרעגן, זאג מיר ווייסט אפשר וויפל דיין יענטא האט געספענדט אויף פסח?

אבער אז דער בורא הייסט, און צאלט, וואס נאך דארפן מיר.

מיינען מיר אז מיר האבן שוין אלעס געהערט און געזען, קומט רש"י הקדוש, און לייגט צו זאלץ און פעפער צו די דיבורים פון רבש"ע אליין, און שרייבט בלשון קדשו, בדוק ומנוסה: שמחה שאתם עושים בשביל הקב"ה הרי היא מעזכם היא תעזור אתכם לשלם הקפותיכם ומלוותיכם שתלוו בשבילה.

האבן מיר דא א נבואה פון עזרא הסופר, נחמי', ר' אליעזר הגדול, ר' אלעזר ב"ר שמעון, ר' יוחנן, רבינא און רב אשי וואס האבן דאס מסדר געווען אין ש"ס, רש"י הקדוש: כולם כאחד פותחים את פיהם בקדושה ובטהרה, און זאגן פאר מיר: גיי בארג מיט א רואיגקייט, און מאך זיכער צו האבן א פרייליכן יום טוב, זיץ א גאנץ יום טוב מיט מנוחת הנפש און הרחבת הדעת, און בעיקר פריי זיך מיט'ן יום טוב, די חובות גייען ווערן באצאלט! (ועי' בתוס' שם ובגי' הגר"א)

ווילן מיר אבער שטארק וויסן, וויאזוי גייען די חובות ווערן באצאלט, אודאי דארף מען נישט פרעגן קיין שאלות פון רבש"ע, אבער אז איך ווייס איז דאך בעסער...

לאמיר כאפן א בליק אין רבינו חננאל, שרייבט ער אליין בלשון קדשו, א סגולה בדוק ומנוסה: קיימו מצות חדות ה' שאמר הקב"ה ושמחת בחגך, והאמינו שאני מזמן לכם ברכה במעשה ידיכם כדי שתפרעו מה שלקחתם בהלואה. זייט מקיים די מצוה פון אויבערשטן וואס האט געהייסן ושמחת בחגך, און גלייבטס אין מיר אז איך וועל אנגרייטן א ברכה אין ענקער ארבעט כדי איר זאלט קענען באצאלן וואס איר האט געבארגט!

אה, דאס הארץ ווערט ברייט, עטץ הערטס דיבורים? אויב מען איז מקיים די מצוה פון ושמחת בחגך, זאלן ענק רואיג גלייבן אז ס'וועט זיין תיכף נאך פסח א ברכה אין די פרנסה און מען וועט קענען באצאלן אלע חובות, דו וועסט נישט דארפן גיין דרייען מיט גמ"חים, אדער מאכן נענועים פון מיכל צו רעכל, נאר ס'וועט זיין א ברכה במעשה ידיכם!

רבותי, מען בארגט לכבוד יום טוב [פארשטייט זיך וויפל מען מוז], מען פראוועט יום טוב מיט א רואיגקייט, מען איז מקיים ושמחת בחגך, מען גייט ארויס ארבעטן נאך יום טוב, ס'קומט אריין א ספעציעלע ברכה, און מען צאלט אפ די חובות.

אשרינו!
לעצט פארראכטן דורך קאזאבלאנקא אום מיטוואך מארטש 07, 2018 10:07 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

צרכי פסח בהרחבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

די וואך שבת קודש פ' ויקהל פקודי, פרשת פרה "שבת מברכים ר"ח ניסן" איז א סגולה צו דערציילן 3 מעשיות וואס דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע האט דערציילט, דאס איז א סגולה צו האבן צרכי פסח בהרחבה

מקור: ספר אוצר ישראל, מהרה"ח ר' ישראל ראזנצווייג זצ"ל ששמע כן מרבו השומר אמונים זי"ע

אלע אנדערע זמנים אויף די סגולה [ראש חודש, גאנץ ניסן,שבת הגדול] האט נישט קיין מקור, דער אוצר ישראל איז לפי ידיעתי דער ערשטער און איינציגסטער מקור

זע דא פאר די מעשיות
viewtopic.php?f=3&t=7184&hilit=%D7%A9%D7%91%D7%AA+%D7%9E%D7%91%D7%A8%D7%9B%D7%99%D7%9D

און אז דו ביזט שוין דא, ליין שוין אדורך מיין פריערדיגע תגובה, וועסט זיכער הנאה האבן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:זע דא פאר די מעשיות
viewtopic.php?f=3&t=7184&hilit=%D7%A9%D7%91%D7%AA+%D7%9E%D7%91%D7%A8%D7%9B%D7%99%D7%9D

און אז דו ביזט שוין דא, ליין שוין אדורך מיין פריערדיגע תגובה, וועסט זיכער הנאה האבן

א ברכה אויף דיין קעפעלע פאר ביידע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איז דא א מקור צו די סגולה קאקי ?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווייס איך נישט צו דא איז דער פלאץ דערפון

אבער ארבעטנ'דיג אויף א איד'ס כתבים, שטייט דארט אזא סגולה

וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטע אויפן וועג קיין אוישוויץ, זיין טאטע האט נישט איבערגעלעבט, אבער ביי אים איז דאס געבליבן איינגעקריצט אין זכרון בזה הלשון:


לא יתיצב איש בפניכם, פחדכם ומוראכם יתן ה' אליכם כאשר דבר לכם
אוריאל כהן גדול שר ואפוטרופוס של ישראל
אנא ה' הושיעה נא אנא ה' הוצליחה נא, תשמרינו ותציליני בזכות שמות הללו (טיפ טיפטיה נוריאל אוריאל שר ואפוטרופוס של ישראל)


ווייסט איינער צו ס'האט עפעס א קראנטע מקור?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ווייס איך נישט צו דא איז דער פלאץ דערפון

אבער ארבעטנ'דיג אויף א איד'ס כתבים, שטייט דארט אזא סגולה

וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטע אויפן וועג קיין אוישוויץ, זיין טאטע האט נישט איבערגעלעבט, אבער ביי אים איז דאס געבליבן איינגעקריצט אין זכרון בזה הלשון:


לא יתיצב איש בפניכם, פחדכם ומוראכם יתן ה' אליכם כאשר דבר לכם
אוריאל כהן גדול שר ואפוטרופוס של ישראל
אנא ה' הושיעה נא אנא ה' הוצליחה נא, תשמרינו ותציליני בזכות שמות הללו (טיפ טיפטיה נוריאל אוריאל שר ואפוטרופוס של ישראל)


ווייסט איינער צו ס'האט עפעס א קראנטע מקור?


א סגולה אויף וואס?
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

אין היינטיגע סדרה אין ילקוט מעם לועז ברענגט ער די פסוקים "אנא ה' וכו', צווישן נאך פסוקים, צו זאגן ביי די מזוזה און מען וועט נישט ווערן געשעדיגט יענעם טאג.
דער פסוק לא יתייצב ברענגט דער קב הישר אלס א סגולה קעגן א גוט אויג און נאך.
די אנדערע שמות הק' ווייס איך נישט צו עס האט א מקור, קען זיין אז יענער איד האט נישט געדענקט אזוי גוט די שמות, אבער רחמנא לבא בעיא, און קען זיין אז דער זון האט אפילו בזכות זה איבערגעלעבט דעם קריג, בעסער געזאגט צוליב די אמונה און בטחון וואס איז מיטגעקומען מיט די תפילה. אבער עס זעט נישט אויס אז עס זאל האבן א גוטע מקור.
אדרבה, איך בין מסכים אז איך זאל מיך האבן טועה געווען.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

splinter האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ווייס איך נישט צו דא איז דער פלאץ דערפון

אבער ארבעטנ'דיג אויף א איד'ס כתבים, שטייט דארט אזא סגולה

וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטע אויפן וועג קיין אוישוויץ, זיין טאטע האט נישט איבערגעלעבט, אבער ביי אים איז דאס געבליבן איינגעקריצט אין זכרון בזה הלשון:


לא יתיצב איש בפניכם, פחדכם ומוראכם יתן ה' אליכם כאשר דבר לכם
אוריאל כהן גדול שר ואפוטרופוס של ישראל
אנא ה' הושיעה נא אנא ה' הוצליחה נא, תשמרינו ותציליני בזכות שמות הללו (טיפ טיפטיה נוריאל אוריאל שר ואפוטרופוס של ישראל)


ווייסט איינער צו ס'האט עפעס א קראנטע מקור?


א סגולה אויף וואס?

לשמירה והצלחה (בפרט מן המזיקים).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

היסטאריע האט געשריבן:אין היינטיגע סדרה אין ילקוט מעם לועז ברענגט ער די פסוקים "אנא ה' וכו', צווישן נאך פסוקים, צו זאגן ביי די מזוזה און מען וועט נישט ווערן געשעדיגט יענעם טאג.
דער פסוק לא יתייצב ברענגט דער קב הישר אלס א סגולה קעגן א גוט אויג און נאך.
די אנדערע שמות הק' ווייס איך נישט צו עס האט א מקור, קען זיין אז יענער איד האט נישט געדענקט אזוי גוט די שמות, אבער רחמנא לבא בעיא, און קען זיין אז דער זון האט אפילו בזכות זה איבערגעלעבט דעם קריג, בעסער געזאגט צוליב די אמונה און בטחון וואס איז מיטגעקומען מיט די תפילה. אבער עס זעט נישט אויס אז עס זאל האבן א גוטע מקור.
אדרבה, איך בין מסכים אז איך זאל מיך האבן טועה געווען.

קען זיין איר זענט גערעכט, וגם אני חשבתי כך, אבער איך ווייס נישט, און חשבתי אולי יש מקור לזה, לאז מיר געוואר ווערן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

נייע סגולה פון $20 בשם הרה"ח רבי עקיבא גאנץ שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

גועען מפורסם יענע וואך אינעם גליון "זקניך ויאמרן לך" בשם הרה"ח הישיש רבי עקיבא'לע גאנץ שליט"א
אינטערן קעפל "אוועק לייג א צוואנציגער פאר צדקה ויראו פלאות..."
ווען א איד וווארט אויף א ישועה אדער ער וויל טרעפן א גוטע פרנסה. זאל מען נעמען $20 אין דאס לייגן אין א עקסטערע טאש. און זאגן די בקשה וואס ער דארף. אז ווען די בקשה וועט נתמלה ווערן וועט מען געבן די $20 פאר רבי מאיר בעל הנס. דאס איז א מורה'דיגע סגולה ויראו פלאות!
אסאך איד געבן ח"י דאללער פאר צדקה, אבער איך וועל נאכזאגן שיחת קודש של תלמידי חכמים.
וואס איך האב אמאל געהערט פון רבי'ן זכרונו לברכה, וואס האט געזאגט אז אין דאללער איז דא 3 מאל ח"י אכצן דאללער. מיט אכצן דיימס. מיט אכצן סענט...
ממילא איז כדי צו געבן צוואנציג דאללער.... (ב' משפטים תש"פ)
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”