למעלה משבעים האט געשריבן:ס'איז באמת א שאד איבערצוגיין חזרה, וואס ס'שטימט נישט ווייסטו אויך, נאר די האסט געזאגט א
סברא וואס ס'איז כמעט לא ניתן להאמר [דנמצא דע"פ האמת פסק לחלל שבת, שהרי כבר היה אז ביה"ש, רק היו דברים שעכבו ע"כ לא ידע מזה... ועוד יותר מזה שכתבת שהדברים המעכבים אינם מעכבים רק כמה דקות, ולפי חשבונך נמצא שיש חילוק של בערך 10 דקות, דהיינו שלא ראה הכוכבים עד אחר 10 דקות מזמן שהיה צאה"כ], און כ'וועל ענדערש אננעמען אז ס'איז חילוקי מנהגים דהיינו אז אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט ווי די גאונים.
פארוואס לא ניתן להיאמר? ווייל עס געפעלט דיר נישט?
(און אז 8:55 אין מטערסדארף איז געווען ביי 72 איז יא ניתן להיאמר ווייל דאס געפעלט דיר יא.....)
איך האב געשריבן אז צאת הכוכבים הנראים איז נישט א זאך וואס געשעהט אין א פונקליכע מינוט ביי א פונקטליכע דעגרי (משא"כ 72...), עס געשעהט זייער צוביסלעך און ס'איז דא א גרויסע חילוק צווישן איין מענטש און א צווייטן, איינער זעהט פריער דיא שטערן און א צווייטער שפעטער, אויך ווענדט זיך עס אין די קלארקייט פונעם הימעל. ממילא איז דאס ממש דברי טפשות צו מאכן א שיטה פון דעגריס, און צו זאגן אז ער וואלט געדארפט רעכנען די זעלבע דעגרי ווי זיין רבי ...
(טוה מיר א טובה...), בפרט פאר ווער עס קען אביסל די מציאות ווייסט אז קוים וואס מען קען זעהן עפעס חילוק אויפן הימעל צווישן 6.5 און 7.5 דעגריס פון די ליכטיגקייט אדער פון די שטערנס, אין ניו יארק איז דאס א חילוק פון בלויז 6 מינוט, ממילא איז בכלל נישט שווער פארוואס דער חת"ס האט זיך פארלאזט אויף די זמן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבי'ן, ווילאנג ער האט נישט געזעהן קיין ערנסטע חילוק.
און די ראי' דערצו אז דער חת"ס האט גענוצט די זמנים פון רבי'ן אפי' עס שטימט נישט פוקטליך מיט די חשבון המעלות, איז פון דעם וואס דער חת"ס שרייבט דארט "
וכפי הנראה שגם במדינות אלו נמצא כזה בקירוב" און דאס האט ער געשריבן אין פרוסטיץ, און אין פרוסטיץ קען אויך זיין א חילוק פון אפאר מינוט, 8:55 קומט דארט אויס ביי 7 מעלות, (
און דו דארפט אויך פארשטיין אז מהר"נ אדלער האט נישט מדייק געווען מיט זיינע זמנים אויפן האר).ממילא זעהט מען אז דער חת"ס האט גענוצט די זמנים פון זיין רבי'ן, ווען ער האט געזעהן אז דאס שטימט "בערך" (און יא! א חילוק פון איין מעלה קען נאך הייסן בערך, און מוז נישט זיין סתירה).
נאך מעהר זעהט מען אז דער חת"ס שרייבט אין דעם תשובה "כי זמן הלילה לפי שעות הנוהגות הוא
בתקופות השנה הזאת" וכו'. זעהט מען אז דער חת"ס רעדט נישט פון א פונקליכע זמן פון עפעס א ספעציפישע דאטום, נאר פון א בערך'דיגע זמן.
און אפי' אויב דו ווילסט יא אזוי שטארק אז עס זאל זיין עפעס א סתירה פון וואנעט נעמסטו צו זאגן אז מהר"נ אדלער האט זיך געפיהרט כשיטת הגאונים?
אפשר ווייל ער שרייבט
"ולענין הדלקת נרות בשבת וחנוכה בער"ש שצריך להיות לעולם קודם שקה"ח", ווילסטו ארויס נעמען דערפון אז ער האט געהאלטן כשי' הגאונים?
אבער איך מיין אז איך האב שוין געשריבן אז באמת האט דער חת"ס ורבו הק' לפי הנראה נישט געוואוסט פון קיין שיטת הגאונים (והא ראי' אז ער ברעגט דאס נישט אין זיין תשובה), ער האט נאר געוואוסט פון שיטת ר"ת והיראים, ממילא וויבאלד זיין רבי זאגט אז מען דארף צינדען בעפאר די שקיעה (און נישט 15-20 מינוט קודם השקיעה) קומט אויס אז ער האלט כשיטת ר"ת ולא כהיראים (און דאס וואס ער זאגט צו צינדען בעפאר די שקיעה מוז נישט זיין א סתירה מיט שיטת ר"ת, נאר מסתמא צוליעב אתון דלא קים לכו וכו').
און אדרבה קוק אריין דארט וועסטו זעהן אז ער שרייבט לגבי שאיבת מים למצות אז ביה"ש איז ביז צעהן מינוט נאכן שקיעה, וזה בהחלט כשיטת ר"ת.
קומט אויס אז עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן דעם וואס דער חת"ס שרייבט בשם רבו בחשבון הזמנים און וואס ער שרייבט בשם רבו אין דער תשובה, אדרבה מסתמא איז די חשבון הזמנים גאר דער מקור (או עכ"פ אחד המקורות) צו דעם וואס ער שרייבט אינעם תשובה בשם זיין רבי'ן אז דער הלכה איז כשיטת ר"ת.
עכ"פ האמיר צוויי זאכן וואס שטימט אקוראט די חשבון הזמנים מיט דער תשובה: 1) אז ער האט מקבל געווען פון זיין רבי'ן דהלכה כר"ת. 2) אז פאר תקופת תמוז איז דער זמן צאה"כ (במקומות ההם) 8:55 אזייגער.
ובחינם טרחו ויגעו "נוקטי ה72" לבנות להם סתירה בתורת מש"ה, כאילו במקום א' כתב בשם רבו לנקוט כשי' ר"ת ובמק"א כתב בשם רבו לנקוט כשי' הגאונים, והבל יפצה פיהם... ומש"ה אמת ותורתו אמת.