מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:09 am

אפאר קליינע באמערקונגן

א
בעלז איז אין מזרח גאליציע!!! און אין מעריב גאליציע איז אויך נישט אזוי פשוט אז מען האט אנגענימען 72 (מען האט טאקע געטיהן מלאכות נאך די שקיעה אבער מוצ"ש האט מען אנגענימען לויט ג כוכבים וואס דאס קומט אויס בערך פופציג זעכציג מינוט נאך די שקיעה)

ב
פון ווי נעמט סקווער (ב"פ) ר"ת?

ד
עיין כמה פעמים באשכול זה אז מען האט אין אונגערן אנגענימן ג כוכבים

ז
וויפיל צייט נאך (אדער פאר) די שקיעה? (ווייל אין י"ם האט מען מיך נאכגעשריגן צען מינוט פארן שקיעה)

י
האט איר דאס געזען אדער געהערט פון איינער וואס האט דאס געזען?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:02 am

א. אין הכי נמי בעלז איז מזרח, אבער כידוע האט מען זיך גיפירט אין בעלז כמנהג צאנז ושינאווא. אין אפשר איז דארט אנדערש געווען בימי כ"ק מרן השר שלום זי"ע. אין עז טאקע געווען א חידוש אין מזרח גאליציע די התנהגות בבעלז.
ב. אין סקווירא אינדערהיים לא שמעו ולא ראו ולא ידעו מן זמן ר"ת. נאר מוצ"ש האט מען דארט געענדיקט שפעט. וכן אמר לי כ"ק אדמו"ר מסקווירא ב"פ זצ"ל וכמו כן אמר לי אחיו כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש זצ"ל. ואגב אמר לי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים זצ"ל שכ"ק אדמו"ר הרה"ק מוהר"ר שלומק'ה זצוק"ל מזוועהיל הי' שולח תמיד א' לראות אם יש ג' כוכבים בכל צוצ"ש ואז התפלל מעריב ועשה מלאכה, וכאילו לא ידע שיש לוח, ועל זמן רבינו תם הי' אומר, מעולם לא שמענו על זמן זה.
ד. לחומרא ברוב המקומות שהי' מתפליים נוח=סח ספרד הי' ג' כוכבים רק לחומרא.
ז. שמעתי בפירוש מהנ"ל ר' בעריש בערגער ע"ה שהלך למקוה בעת השקיעה.
י ראיתי ושמעתי. וכן הי' מדי שבת בשבתו. והמפורסמים אין צריך ראיה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:13 am

אגב. אין סידור חלקת יהושע שטייט אז מרן החלקת יהושע האט נישט געהאלטן ר"ת. אין יום כיפור האט ער געהאלטן אז מען טאר ניש מחמיר זיין כשיטת רבינו תם.
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מקלויזנבורג זצוק"ל אז טאמער איינער האט געפרעגט אז מחמת חולשתו וויל ער אויספאסטן יום הקדוש פאר זמן ר"ת, פלעגט ער ענטפערן אז ביסט אזא חלוש, פארוואס האסט נישט געטרינקען א קאווע פארן דאווענען, אלא מאי ס'איז נישט פיקוח נפש, קען מען יעצט אויך נישט אויספאסטן.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:37 am

עס האט מיר היינט דערציילט הרב פלאם שליט"א איינער פין די נעפיוס פין סקווירא בארא פארק זצ"ל, אז ער האט ער געפרעגט זיין פעטער ז"ל מסקווירא בארא פארק וואס איז פשט אין די זמן ר"ת וואס ער פירט זיך, האט ער געענטפערט אז, היות זיין פעטער פין ניו סקווער ז"ל איז געווען אן איידעם אין בעלז אין דארט האט מען געדאוונט מנחה 50 מינוט נאך די שקיעה, האט ער בלית ברירה מקבל געווען אויף זיך זמן רבינו תם, אויך איך בין א פארשלעפטער אין איך קים נישט אהן האב איך מקבל געווען אויף מיר שיטת רבינו תם.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:03 am

רוח נכאה האט געשריבן:ב"ה
י. כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל הי' נכנס כל שבת לבית המדרש 10 מינוט אחרי השקיעה ומדליק ליד העמוד שתי נרות ואח"כ התחיל מנחה, ומה נהדר הי' המחזה אשרי עין ראתה.

אנדערע באבובע חסידים קענען דאס באשטעטיגן דא ?

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:19 am

גלאזער האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:ב"ה
י. כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל הי' נכנס כל שבת לבית המדרש 10 מינוט אחרי השקיעה ומדליק ליד העמוד שתי נרות ואח"כ התחיל מנחה, ומה נהדר הי' המחזה אשרי עין ראתה.

אנדערע באבובע חסידים קענען דאס באשטעטיגן דא ?

כהאב פראבירט מברר זיין ביי עטליכע עלטערע באבובע חסידים וואס האבען מיט געהאלטען כסדר ביי האדמו"ר מהר''ש זצ''ל אין קיינער האט נישט דאס געקענט באשטעטיגען !

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך ינואר 10, 2018 6:39 pm

הר"ר מאיר רייכבערג הי"ו -- רייכבערג טרעוועל, האט מיר געזאגט אז ער געדענקט דאס אויך.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:58 pm

רוח נכאה האט געשריבן:הר"ר מאיר רייכבערג הי"ו -- רייכבערג טרעוועל, האט מיר געזאגט אז ער געדענקט דאס אויך.


יאך ווייס נישט צי דיין חברותא האט די געעפענט דער אויגען אדער פארמאכט, ווייל אסאך צאם גערעדט אויך
חיץ אז אלעס וואס ער זאגט איז תורת משה,

איך געב איין משל די זאגסט אונגערין כאילו די זאגסט
וישניץ אדער בעלזא אדער סאטמאר האלטען היינט
אויב די ווייסט איז אונגערין גרויס! עס זענען געווען אלע מיני קהילות פין אויבערלענדער ביז גיליצייאנע חסידים
אין דער פאקט אז דער זמנים זענען געווען אנדערש אין אלע שטעט, אין מען האט געקענט טין א מלאכה נאך דער שקיעה אויך, אין מען האט געקענט טין מוצאי שבת פאר 72אויך ווענטזעך וועלכע שטאט! פארשטייסט אז עס איז אביסעל צאם גערעדט

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 3:11 am

שו"ת משנה חלק ח קסח

גם בענין שיטת ר"ת שכתב שהאידנא קשה למצוא מי שהוא שיתיר לקולא בדיני שבת ונדה נגד שיטת הגאונים שפסקו כר"ת אומר אני הלואי מי יתן והי' אבל כנראה לא ידוע לו שהזמן של אגודת הרבנים פה באמעריקע שקובע לסתם יהודים באמעריקע הוא דלא כשיטת ר"ת ומקילין לענין שבת ונדה וכל עניני כרת שאוכלין חצי שעה קודם הזמן של ר"ת ולזמן של ר"ת אפילו בין השמשות אכתי ליכא והוא באמת איסור סקילה לשיטת ר"ת ולדעת רוב הפוסקים וכבר הארכתי בזה במקום אחר כלומר בשבת ויש איסור סקילה וביו"כ ונדה איסור כרת ופלא שכתב שקשה למצוא מי שהוא שיתיר לקולא בדיני שבת ונדה נגד שיטת ר"ת רק הבני הישיבות וכמה מהחסידים שמחזיקים בשיטת ר"ת, ואדרבה הגאליציאנער והאונגארישע רובם מחזיקים בשיטת ר"ת והפולישע ורוסישע וליטווישע רובם מקילים הגם שידוע שמרן הגר"ח מבריסק החמיר מאד וגם מרן החפץ חיים במשנה ברורה מחמיר כר"ת ומ"מ בזה חסידי מרן הח"ח ז"ל והגר"ח שבקו לחסידותייהו ואין שומעין לו בזה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 4:36 am

קטע מקובץ אור ישראל ח"י עמוד מד
היוצא לנו מזה דהרבה פוסקים סוברים כר"ת דעד בערך שעה אחר השקיעה עדיין יום וכן נוהגו הרבה במדינות אונגארן ובשאר מקומות אבל פה אצלינו בארה"ב נוהגין להחמיר בזה כו"ע ומדליקין נרות קודם השקיעה ואין עושין לכתחילה מלאכה אחר השקיעה אולם זהו רק להחמיר לכתחילה אבל לענין תפילת מנחה וכדומה רבים מקילין לכתחילה א"כ אפ"ל דבמקום צורך ודוחק לא החמירו בזה אפי' לגבי שבת ויכול לעשות מלאכה לכתחילה ולסמוך על שי' ר"ת

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 5:05 am

קובץ עץ חיים באבוב קובץ ו
אמנם בארה"ב יש שמקילין בהפס"ט בדיעבד אחר שקה"ח ואין חוששין בזה לשיטת הגאונים ומ"מ חוששין לשיטת המנ"כ ואין מקילין עד נ"ח וחצי דקות אחר שקה"ח אלא כמו יג-ל דקות אחר השקיעה ולא יותר [עי' בס' ישראל והזמנחם עמ' תרפ"ג-ח ועמ' תתתקכ"ח שהאריך בזה והביא דהרבה רבני נ"י הקילו בזה ומהם כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל כ"ק אדמו"ר מסאממר זצ"ל שו"ת משנת יעקב שו"ת באר משה]

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 5:06 am

ואדרבה הגאליציאנער והאונגארישע רובם מחזיקים בשיטת ר"ת לשון המשנה הלכות

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

פירוש מילת "צאת הכוכבים"

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג יוני 12, 2018 4:59 pm

איך האב געזען אין א ספר בשם דעם פרי חדש אז די כונה פון מאת הכוכבים, איז נישט אז זיי קומען ארויס פון ערגעץ דעמאלטס, נאר ווי מער טינקעל עס ווערט אלץ מער כוכבים קען מען זעהן, אבער לעולם זענען די כוכבים דארטען אפילו בייטאג, נאר מען קען עס נישט זעהן צוליב די ליכטיקייט.
האט איינער דאס געזעהן אינעווייניג אין איינער פין די אחרונים ???
(הגם שזה פשוט שכך הוא האמת !, רק אני מחפש מש"כ האחרונים בזה).

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

יגעת ומצאת תאמין !!

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך יוני 13, 2018 4:08 pm

איך האב עס ב"ה געטראפען.
"קונטרס דבי שימשא" לה"פרי חדש" (פרק ב ד"ה ותו דאעיקרא דמלתא) בענין זה, וז"ל "ודבר ידוע לכל שאין הכוכבים יורדים, ומה שאינם נראים ביום הוא מפני שאורם מיעוט ומתבטל אגב אור השמש שהוא מרובה, ולפיכך לפעמים כשיש ליקת השמש אף בצהריים נראים כוכבים" וכו' עכ"ל.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך יוני 13, 2018 4:15 pm

יש"כ

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך יוני 13, 2018 4:37 pm

מאירים האט געשריבן:יש"כ


אע"ג אז עס איז א דבר פשוט, אעפ"כ איז גיט צו זעהן די ווערטער אינעוייניג, די שאלה איז נאר צו נאך אחרונים זאגען עס אויכעט אזוי קלאר ??

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך יוני 13, 2018 4:49 pm

החוש והמוחש לא יכחש

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

הזמנים בהבנה

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:48 pm

עס איז ערשינען אי הערליכע נייע ספר "הזמנים בהבנה" פון א איד בשם הרב הרשיל לאמפין שליט"א א בעלזער חסיד פון מאנטריאל, ממש א מחי' צו דורכלערנען, אזא בהירות, און ועל כולם ברענגט ער עטליכע הונדרעט עדויות פון עלטערע אידען און רבנים, איבער זייערע מנהגים אין די נושא פון זמנים ווי אזוי מען האט זיך געפיהרט אינדערהיים, יעדער איינער פון זיין שטאט וכדו', ממש להפליא !!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:56 pm

האמיר געזען דעם ספר נאר דעם דעקל... געהערט אבער גוטע גריסן דערויף פון מיין דיין.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

רבי צדוק הכהן זי''ע

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג יולי 10, 2018 7:42 am

ווער קען אהער ברענגען די תשובה פון רבי צדוק זי''ע בנוגע זמן ביהש''מ וצאה''כ.
יישר כח !

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דינסטאג יולי 10, 2018 8:31 am

ס'איז דא ערגעץ אין דעם אשכול, דאכט זיך געברעגט דורך הרב זבחי צדק

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דינסטאג יולי 10, 2018 8:09 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:האמיר געזען דעם ספר נאר דעם דעקל... געהערט אבער גוטע גריסן דערויף פון מיין דיין.

ב"ה, האלטמער שוין ערגעץ.... :?:

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

לוח לזמני היום

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 9:36 pm

אין בנין הכנסת אורחים בעיר מעזיבוז. הענגט א לוח פין זמני היום, אין עס איז דארט דא כמה זמני עלות השחר, ווייסט איינער ווי מען קען באקימען דעם לוח אדער א לונק וכדומה? ייש"כ.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 1:48 pm

מאירים האט געשריבן:לערן ביטע דעם דבי שימשי אונעווייניג, פאר די רעדסט שטותים והבלים בדבריו.

דער פר''ח, פרעגט אפ די גאונים די זעלבע וועג וואס דער מנח''כ פרעגט אפ די גאונים.
ער שרייבט קלאר אז ער איז מסכים לכל דבריו ממש. נאר די פאר זאכן וואס ער קריגט זיך בפירוש מיט עם, (ער שרייבט דאס קלאר..)

חזר איבער גוט וואס איך האב איצטער געשריבן, און דערנאך, ראה מה שכתבתי לעיל....

אז דער מחבר מיט דער רדבז מיט דער פר״ח מיט נאך אסאך גדולים וואס האבן געוואינט אין ארץ ישראל שרייבן אז צאת הכוכבים נעמט ד מיל, איז ברור אז זיי האבן געהאלטן אז כוכבים בינונים זענען נישט דעי וואס קומען ארויס פאר 72, און אז דער מנחת כהן שרייבט אז אז אין אמסטרדאם קומען ארויס כוכבים פריער און ער פארשטייט נישט פארוואס, קען דער פר״ח זיך נישט דינגען מיט אים כל זמן ער האט עס נישט בודק געווען.

יעצט וועסטו פרעגן ווי קען זיין אז דאס איז כוכבים בינונים, וועל איך דיר פרעגן ווי קען זיין אז ביז פאר צוווי דריי הונדרעט יאר צוריק האט האט קיינער נישט געפרעגט די קשיא? און כמעט קיינער האט נישט געפרעגט די קשיא אפילו דער מהרם אלשקר נאר די גר״א און בעל התניא וואס זיי האבן געהאלטן א מיל 22 אדער 24 זענען פון די ערשטע וואס פרעגן די קשיא וואס לויט זיי איז טאקע שווער.

אונז וואין מער און שטעט מיט אסאך ליכט און אסאך שטויב מיט פעלאשן, סדא 6 7 דרגות פון כוכבים, און סדא וואס זאגן אז אויב מגייט אין מדבר קען מען זען אפשר אפילו דרגא 8, א געווענליכער מענטש אין אונזערע אומשטענדן זעהט נישט מער פון דרגא 4, ממילא זעהט אונז אויס אז דרגא 2 און 3זענען בינונים, אבער דער אמת איז אז בינונים זענען דרגא 4 אדער 5.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 2:08 pm

מאירים האט געשריבן:ועל שאר דברים שכתבת, אי''צ להשיב עוה''פ וכבר הלכו בו נמושות...

ובדרך כלל, מי שפוסק כר''ת, זה רק לענין בין השמשות, שאינו מתחיל מתחילת השקיעה. אבל לא שצריך להמתין עד ד' מיל מעיקר הדין.
חוץ מיחידים ממש כמו החמדת ימים ומהרי''ף ועוד יחדאי, (ודברי יציב)....

דער מחבר זאגט אפילו להקל ערב שבת, און אזוי זאגט אויך דער יעבץ און דרך החיים

און דאס וואס די פרעגסט ממנהג קדמון מהראשונים...

איך ווייס נאר אז לפי רש''י אנהייב ש''ס איז נאך ליכטיג היבש נאך צאת הכוכבים, ווייל "דעני מאוחר'' און קיינער פון די ראשונים שרייבט נישט, אז רש''י מאכט א טעות!

קוק דארט אין מאירי און מרומי שדה

אויך קיינער פון די ראשונים שרייבט נישט, א אזהרה, אז "ס'קען זיין חושך אפילה, מיט מאות כוכבים בשמים, וח"ו לא תעשה מלאכה מוצאי שבת ! ווייל ס'איז נאך יום גמור".... אין אף אחד...

דער ראביה און דער אור זרוע זאגן בשם רבי יהודה החסיד אז ג כוכבים איז דוקא במערב, אין תשובת מהרם מרוטנברג בשם ר״י הזקן זאגט אז כל זמן סאיז א משהו ליכטיג בשמים אפילו אזא ליכט ווי פון די לבנה, העלפט נישט אפילו כוכבים קטנים מאוד לקולא, און בכלל העלפט נישט כוכבים קטנים נאר א מומחה גדול בכוכבים, והובא דבריו בשו״ע הלכות מילה, וכן פסק שם הגר"א, וכן כותב הט״ז בהלכות חנוכה שבזמן ההדלקה כ״כ חושך שאי אפשר כבר לראות כותלי הבתים

וכמו כן, אין אף אחד מהראשונים, שכותב, שבערב שבת מותר במלאכה אחר שקיעה, אפי' כשנראים מאה כוכבים בשמים, כל עוד לא יצאו ב' כוכבים הבינוניים, הנראים רק אחרי ג' מיל ורביע.... אין אף אחד

דער רמבם זאגט אז כוכבים בינונים איז בגודל ובאורה, די כוכבים פון 7 מעלות זענען זיכער נישט בינונים באורה, חוץ דעם דו מאכסט חוזק פון אלע ראשונים, זיי אלע זאגן אז צאת הכוכבים איז ד אדער ה מיל, און טייל פון זיי זאגן אז א מיל איז 22 מענוט, יעצט די ראשונים האבן נישט געוואינט אין פולין און ליטא, זיי האבן געוואוינט און ספרד און אין צרפת, בדרך כלל די ראשונים פון ספרד זאגן ד מיל, און די ראשונים אין צרפת זאגן ה מיל, און דאס שטימט גאנץ נאנט מיט די מציאות.

און זיי זאגן אויך אז צאת הכוכבים איז ווען סאיז נסתלק אור השמש לגמרי, און דער מאירי מיט רבינו אברהם מן ההר זאגן נסתלק אורו מכל מכל, אין הכסיף זאגן זיי אז שנסתלק האדמימות והשחיר הרקיע במערב[, אין דאס איז וואס געשעט במציאות טאקע פונקט ביי זעכציג און 72, נישט א מענוט פריער און נישט א מענוט שפעטער אין ניסן ותשרי אין ארץ ישראל.


ממילא קענסטו זיין זיכער, אז די ראשונים, האבן נישט געלערנט דיין פשעטיל.... און זיכער נישט נוהג געווען אזוי הלכה למעשה....

וואסערע פשטל, איך זאג גענוי וואס שטייט אין די ראשונים, דו זאגסט פשטלעך און ביסט מוציא דברים מפשטן און גובל מיט גילוי פנים בתורה שלא כהלכה.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט