מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובהדורך מאירים » זונטאג ינואר 22, 2017 8:15 pm

אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?f=5&t=20856

בעאבאכטער האט געשריבן:אויך שווער, ווייל וואס מען וועט נאר זאגן פשט אין מנחת כהן, (איך וויל נישט איצט אריין גיין אין דעם) איז קלאר בדבריו אז ער איז בא לאפוקי דעם זייגער, כלומר מדידת זמן, אי מפני ווייל מיר זאגן אז אויב זעט מען די כוכבים איז א ראי' אז טעה בחשבונו, אי משום ווייל האופק אינו שווה בכל מקום, ממילא האבן מיר נישט קיין מדידת זמן אזוי ר"ת במקורו (אין א"י און אין בבל כדאיירינן בסוגיות הגמ').
קומען זאגן מדידת זמן (זייגע"ר בלע"ז) בדברי מנח"כ? לכאורה היפוך דבריו.

בר מן דין, ווייס איך נישט ווי ווייט איז געועהן די דברי המנח"כ מקובל בין הפוסקים, דער ביה"ל אין רצ"ג ברענגט אים כהסבר מדוע נקט המחבר לשון כוכבים דלא כבסימן רס"א.
וויסט איר ווער פון די גדולי הפוסקים האבן געברענגט דעם מנחת כהן כמהלך אליבא דהלכתא אליבא ר"ת?

אגב, דער גר"א שטעלט צו צו דעם מחבר רצ"ג את דברי הר"ן בשם הרמב"ן, אז די כוכבים הרצופים הנדרש במוצש"ק איז מדין תוס' שבת, ומקורו בירושלמי.

ווער נישט??
דער מג''א אין סי' של''א... און דער חת''ס אין סי' פ' ביידע נעמען אן דעם מנחת כהן להלכה... וכן ראיתי בשו''ת ריב''א סי' ט''ו ... אז ס'איז ניטאמאל געווען א הוא אמינא שיטת ר''ת 72 מינוט! וכן היה מנהג כמעט כל הקהלות פולין ואונגארן אז ביי ג' כוכבים איז געווען נאכט אפי' למוצש''ק... דו''ק ותשכח

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג ינואר 22, 2017 9:03 pm

מאירים האט געשריבן:

ביטע ברענגט נאך דעם לשון פונעם חתם סופר ווי מ'זעהט אז ער נעמט אהן דעם מנחת כהן להלכה, ווייל פון די תשובה זעהט מען אז ער האט געהאלטן געהעריג 72 מינוט.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

לערן די אליין די תשובה

תגובהדורך מאירים » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:07 pm

קודם כל ... קענסטו זעהן פונעם לשון השואל... והיה יום המעונן וא''א לשפוט על כוכבים, און לשיטתך האט דער חת''ס אים געדארפט פשוט ענטפערן... לאז אפ די כוכבים , און נעם ארויס א זייגער!
נאך דעם ... קוק וואס דער חת''ס שרייבט אין יענע תשובה, זמן צה''כ בתקופה הזאת (Jun 22) כ''ח סיון... 8:55... קוק נאך אין מאטערסדארף ווען איז די שקיעה דאמאלס... אפשר 60 מינוט!
....ווייטער.. סוף תשובה מר כי אתריה .... כשהשמים בהירים... ווייטער כוכבים! ווי איז ד' מיל???..
ווי האסטו געזען אין די תשובה 72. ??????
ער גייט דארט צוריקציוועגס פון ג' כוכבים בשמים... 17 מינוט פארדעם איז בין השמשות ועד אז וודאי יום!
(איך האב א הערליכע הסבר אויף די תשובה ... נישט אויף יעצט.. עכ''פ פסק'ן נישט קיין הלכה וועגן די תשובה סאיז דא זאכן וואס מ'דארף וויסן)
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:34 pm

איטשע האט געשריבן:הוא אשר דיברתי:
די ענין פון זעכציג האט גארנישט מיט די גאונים.

אין אלע גאליציאנע ק"ק - באבוב, קלויזענבורג, סטיטשין - טועט מען געהעריג מלאכות און מען איז מיקל לגבי נדה ביז א געזונטע האלבע שעה נאך תחלת השקיעה.

פארוואס נישט מער????... ממ''נ איז נאך נאך יום ביז 58.5 פארוואס נישט ביז 55... איז ווייטער אפשר א ספק אפשר הלכה כמנחת כהן... וואס עפעס א האלבע שעה?? היבש פארדעם איז שוין דא ג' כוכבים בינונים בשמים..... איך בין נישט משיג בכלל דע שיטה...! משפילט מיט דאורייתא'ס אהן א חשבון?? שומו שמים!

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:47 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:וואו האט איר געטראפן אז מען איז מיקל לענין שבת, בעת מען איז מיקל לענין מעריב?
איז נאך דא כיום אזעלכע וואס טוען מלאכות אחר זמן שקיעה דגאונים?
אמת, אין מגן אברהם רעק"א חת"ס ועוד שרייבן קלאהר אז נהעשות מלאכה הרבה אחר השקיעה (עי' סי' של"א)
קענט איר קהילות וואס זענען אוחז את החבל בשני הראשים?

הרבה אחר שקיעה?? פון ווי נעמסטו דאס?? " הרבה '' חכמיםהזהרו בדבריכם...

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:12 pm

מאירים אז איר האט א פראבעם מיט הלכות, גייט ארויף צו איינע פון די דיינים פון יענע קהילות און זיי וועלן אייך עס שיינערהייט מסביר זיין.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

...איך רעד נישט פון הלכה למעשה!

תגובהדורך מאירים » מוצ"ש פאברואר 04, 2017 9:10 pm

איך רעד נישט הלכה למעשה ... דאס זאל יעדער טוהן כפי פסק פון זיין דיין / רב.
.. אבער דאס אז מענטשן קענען נעמען פון דא (מקום פטפוטי דברים בעלמא)... הלכה למעשה ... ווייל ער ''געדענקט ערעגעץ עפעס געזען ערגעץ שטיין'' דאס איז שוין א מכשול לרבים!... ממילא שרייב איך נאר אז מ'זאל וויסן די אנדערע זייט אויך... אין למעשה זאל ער פרעגן זיין רב !

ואדרבה דרוש וקבל שכר קען זיין דא אויך !... די עניני זמנים איז א תורה שלימה פאר זיך מ'דארף זיך נאר אריינלאזן דערין ''לשמה'' איז עס זייער געשמאק!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג פאברואר 05, 2017 8:28 am

מאירים האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:וואו האט איר געטראפן אז מען איז מיקל לענין שבת, בעת מען איז מיקל לענין מעריב?
איז נאך דא כיום אזעלכע וואס טוען מלאכות אחר זמן שקיעה דגאונים?
אמת, אין מגן אברהם רעק"א חת"ס ועוד שרייבן קלאהר אז נהעשות מלאכה הרבה אחר השקיעה (עי' סי' של"א)
קענט איר קהילות וואס זענען אוחז את החבל בשני הראשים?

הרבה אחר שקיעה?? פון ווי נעמסטו דאס?? " הרבה '' חכמיםהזהרו בדבריכם...

געפעלט אייך נישט דברי הפוסקים הנ"ל?

מאירים האט געשריבן: דער מג''א אין סי' של''א... און דער חת''ס אין סי' פ' ביידע נעמען אן דעם מנחת כהן להלכה... וכן ראיתי בשו''ת ריב''א סי' ט''ו ... אז ס'איז ניטאמאל געווען א הוא אמינא שיטת ר''ת 72 מינוט! וכן היה מנהג כמעט כל הקהלות פולין ואונגארן אז ביי ג' כוכבים איז געווען נאכט אפי' למוצש''ק... דו''ק ותשכח

דער מג"א וואס ברענגט מנח"כ בסימן של"א איז נישט מהענין המדובר כאן כלל וכלל (מנח"כ איז גרויס...), ועל שאר הדברים שכתבת אין צורך להשיב עליהם.

אגב, ספק רב צו איר האט אמאהל מעיין געוועהן בספר "מנחת כהן", בפנים הספר, כדבעי.
ועוד יותר ספק רב צו איר האט אמאהל געלערנט די סוגיא מיט די ראשונים ודברי האחרונים.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

סתם לקנטר?

תגובהדורך מאירים » זונטאג פאברואר 05, 2017 1:18 pm

דער מג''א של''א פסקנט לענין מלאכה בע''ש אז ביז ג' רבעי מיל קודם ''צאת הכוכבים'' איז ודאי יום אזוי ווי דער מ''כ שרייבט ... (דער מ''כ האט מורא אליין צו פסק'נען אזוי לגבי מילה... אבער ער שרייבט להלכה אזוי)... און כדי להוציא מליבן אז דער מג''א מיינט צאת הכוכבים אחר ד' מיל דוקא... לייג איך צו דעם חת''ס בסי' פ' וואס דארט איז קלאר אז ער לערנט פשט אין מג''א אז צאת הכוכבים מיינט ''בשמים בהירים'' אפי' קודם ד' מיל... !

ביטע ווייז מיר ווי דער חת''ס מג''א ורעק''א שרייבן עושין מלאכה ''הרבה אחר שקיעה''... איך האב נישט געזען אזא לשון מעגליך אז איך האב נישט גלערנט ככל הצורך ... אבער געלערנט האב איך ב''ה... ואם תעמידני על האמת אודה לך מאוד

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » זונטאג פאברואר 05, 2017 1:56 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אגב, ספק רב צו איר [מאירים] האט אמאהל מעיין געוועהן בספר "מנחת כהן", בפנים הספר, כדבעי.
ועוד יותר ספק רב צו איר האט אמאהל געלערנט די סוגיא מיט די ראשונים ודברי האחרונים.

ביי מיר איז עס נישט קיין ספק... וועגן דעם האט איך אים אויפגעהערט צו ענטפערן.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

נו נו...

תגובהדורך מאירים » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:35 pm

אדרבה... זאג ווי איך האב זיך טועה געווען... אודה ולא אבוש.. אבער סתם אוועקמאכן ? אבער וויבאלד דא איז דאך נישט דע פלאץ פון הלכה למעשה.. ירא הקהל... יעדער קען דאך אליין לערנען מ''כ... וחת''ס סי' פ' ואח''כ המג''א סימן של''א ... ודי בזה למודה על האמת.. אויב דארפסטו נאך מראה מקומות האב איך נאך לחזק את דברי!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:41 pm

מאירים האט געשריבן:דער מג''א של''א פסקנט לענין מלאכה בע''ש אז ביז ג' רבעי מיל קודם ''צאת הכוכבים'' איז ודאי יום אזוי ווי דער מ''כ שרייבט ... (דער מ''כ האט מורא אליין צו פסק'נען אזוי לגבי מילה... אבער ער שרייבט להלכה אזוי)... און כדי להוציא מליבן אז דער מג''א מיינט צאת הכוכבים אחר ד' מיל דוקא... לייג איך צו דעם חת''ס בסי' פ' וואס דארט איז קלאר אז ער לערנט פשט אין מג''א אז צאת הכוכבים מיינט ''בשמים בהירים'' אפי' קודם ד' מיל... !

ביטע ווייז מיר ווי דער חת''ס מג''א ורעק''א שרייבן עושין מלאכה ''הרבה אחר שקיעה''... איך האב נישט געזען אזא לשון מעגליך אז איך האב נישט גלערנט ככל הצורך ... אבער געלערנט האב איך ב''ה... ואם תעמידני על האמת אודה לך מאוד

כדי איר זאלט נישט שפירן חלילה כוונה לקנטר, וועל איך איין מאל ענטפערן און בלויז אויף איינס, וממנו יקישו על השאר.
דער מג"א פרעגט אויפן ב"ח, און פירט אויס להלכה כנפסק ביו"ד רס"ו דמשתשקע החמה איז בין השמשות, און ער שטעלט צו סימן רס"א (או"ח)
דער מג"א ברענגט אויך דעם רדב"ז כראי' לדבריו, זייט מוחל און קוקט אריין אין רדב"ז.

ביטע זייט מעיין בדברי המנח"כ וואס דער מג"א שטעל צו לדבריו.

[הערה (נישט פאר אייך, נאר בכללות גם לחלק שקדמוך): מנחת כהן איז נישט צוויי דריי פאראגראפן וואס די בעלי הקיצור/הגליונות זענען מזייף את דבריו מחמת אחד נתלה על גבי השני, והראשון לא עיין ולא דק בדבריו]

דאס רעשט ("הרבה אחר השקיעה") וועט מען דן זיין [און צייגן] ווען ביז אהער וועט זיין קלאר.

________
דער רדב"ז איז אין חלק ד' סי רפ"ב, (נישט ח"א, ס'איז א טעות הדפוס אין מג"א)

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

אני איני כדאי....

תגובהדורך מאירים » זונטאג פאברואר 05, 2017 8:37 pm

ב''ה איך האלט ביים דריטן מאל מנחת כהן בחברותא... ולא ראיתי שח''ו זייפתי דבריו....
(הרדב''ז למדתי עכשיו... טוישט נישט גארנישט למודה על האמת)
נאר צולייגן למי שרוצה לדעת האמת: עי' חיד' הרז''ה סי' ד' על המ''כ מאמר ראשון פ''ז הטענה השנית... ובנחלת יוסף (להגאון ר' יוסף שטייכל ז''ל הנקרא רבי יאשע בעלזער) אות כ''ז... ועד''ז כתבתי מה שכתבתי.. .. ..

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:26 am

איר האט; אדער נישט מעיין געוועהן בדברים שציינתי (לא במג"א, לא במנח"כ שציין המג"א, ולא ברדב"ז) אדער נישט פארשטאנען, (אדער געזעהן פארקערט מחמת נישט קענענדיג דעם ענין)

איך האב נישט געוואלט אייך צייגן דעם חתם סופר מטעם הנ"ל, אבער מחמת החשש שהמתבוננים וועלן מיינען אז עס איז טאקע נישט דא אזא חתם סופר האב איך אהער געשטעלט.

צר לי מאד, ואבקש מחילה ממע"כ, מבחינתי איז דער ענין געשלאסן מיט אייך.

(נ.ב. איך האב נישט געשריבן אז איר האט מזייף געוועהן מנח"כ, ביטע לייענט מיינע ווערטער)

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

לערן די אליין די תשובה

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:11 am

....איך האב געברענגט די תשובה עטליכע טעג צוריק.... (ביטע זעה מיין תגובה פאר קעלנער)... ומשם ראיה גדולה .. דער חת''ס שרייבט בפירוש נישט ד' מיל! ... ער שרייבט צאת הכוכבים בשמים בהירים! אויב דער חת''ס וואלט אנגענומען בפשטות ד' מיל וואלט ער געדארפט ענטפערן פאר'ן שואל..."לאז אפ כוכבים... און נעם ארויס דעם זייגער! ועי' שם עוד במה שכתבתי.
וליתר שאת אז זאלסט נישט זאגן אז איך האב אריינגעלערנט פאלש פשט אין חת''ס נא לעיין בשו''ת מהרי''ץ דושינסקי סי' כ''ח וכ''ט ... שרייבט ער דארט קלאר כדברי און אפי' שארפער! נאר א שאד אז איך ווייס נישט ווי אזוי עס אהער צו שטעלן!!!

ודי בזה למודה על האמת

אלענפאלס שרייבט ער זיכער נישט ''הרבה'' אחר שקיעה

ושלו' על ישראל!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:55 am

יעצט נאכגעקוקט, און אויפגעקומען אז אין כ"ח סיון תקס"ג איז 8:55 געווען 72 מינוט נאך די שקיעה אין יענע געגענטער.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

אויף דעם האב איך געווארט

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 12:27 pm

קוק נאך, זיי מוחל, ווען איז געווען די שקיעה אין מאטערסדארף June 18 1803...
Mattersburg הייסט דאס היינט..
די שקיעה דארט איז געווען 7:55... און ביום חתימת התשובה ב' תמוז, 7:56
באמת קען מען נישט קיין ראי' ברענגען פון אונזער זייגער... זיי האבן נאך געהאט local apparent time... לפי יענע זייגער איז די שקיעה גאר געווען בערך 8:03... אבער אפי' לשיטתך איז אויך נאר 60 מינוט, נישט מער!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 12:39 pm

לויט דיר שרייבט ער אויף 35 מינוטן נאך די שקיעה ודאי יום, טא מעג מען רואיג טוהן א מלאכה דעמאלט ואין כאן ספק דאורייתא.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

נישט אזוי פשוט

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 12:48 pm

קודם כל איז דארט דער אופק אנדערש... נאך דעם דארפסטו אויסרעכענען ווען 8:55 איז לויט אונזער זייגער..... זומער איז לענגער ווי ווינטער וכו'
והעיקר דער חת''ס אליינס זאגט דאך... מר כי אתריה... גיי ארויס אין א קלארע נאכט ווייט פון שטאטישע לעקטער בערך 25 מינוט אחר שקיעה... עסטע זעהן 3 שטערן'ס... רעכן צוריק 17 מינוט.... און דאמאלס הייבט זיך אהן ביהש''מ לפי החת''ס..!!!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:23 pm

מר כי אתריה שרייבט ער אויפן זייגער.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:40 pm

קעלנער האט געשריבן:מר כי אתריה שרייבט ער אויפן זייגער.

זייט מעיין דא ותמצא נחת

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:44 pm

מר כי אתריה בשידוע לו שהי' יותר מרוחק מצאת הכוכבים הנהוג לעת כזאת כשהשמים בהירים... ווי זעהסטו א זייגער דא??.

יא יא קוק אויף'ן זייגער ווען די זעהסט שטערן'ס און רעכן צוריק 17 מינוט...

מעק אויס די ווערטער ''כשהשמים בהירים" עסטע זיין גערעכט...!

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:52 pm

טייערער בעאבאכטער... קענסטו אפשר אהער שטעלן שו''ת מהרי''ץ סימן כ''ח וכ''ט? דאס וועט קלאר שטעלן וויאזוי תלמידי תלמידי החת''ס האבן געלערנט פשט אין די דאזיגע תשובה... ויתרבה השלום...

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:54 pm

מאירים האט געשריבן:טייערער בעאבאכטער... קענסטו אפשר אהער שטעלן שו''ת מהרי''ץ סימן כ''ח וכ''ט? דאס וועט קלאר שטעלן וויאזוי תלמידי תלמידי החת''ס האבן געלערנט פשט אין די דאזיגע תשובה... ויתרבה השלום...

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 60&hilite=

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 06, 2017 1:56 pm

יש''כ גדול מאוד... ... ...
זכות הרבים תלוי בך!

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט