אני מאמין

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פון ווי שטאמט דער פארשפרייטער נוסח וואס איז 'מיוסד' אויף די י"ג עיקרים דער רמב"ם איז מבאר אין דעם הקדמה צו פרק חלק? ס'איז נישט פונעם רמב"ם זעלבסט, פון וועם יא?

א קושיא'לע איז מיר היינט בייגעפאלן, וואס איז פשט אז אין דעם צווייטן עיקר זאגט מען היה הוה ויהיה, באלאנגט דאס נישט צום פערטן עיקר 'הוא ראשון והוא אחרון'?
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

דער קאמארנער רופט דעם בעל אני מאמין "מסדר"

סאיז געווען א גאנצע פולמס איבער משנה זיין די נוסך

די ערשטע אני מאמין איז נישט די זעלבע ווי פון רמבם וואס רעכנט מציאת הבורא אלטץ די ערשטע אני מאמין

ווי אויך שלו לבד ראוי להתפלל איז טייטש לעבוד און נישט לבקש

"שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבינו" איננו בקיאים בחסירות ויתרות, האותית נישתני מכתב עברי

שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם,שֶׁנֶּאֱמַר הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵׂיהֶם, פאר וואס נאר ביי די זאגט ער שנאמר
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

El Rushbo האט געשריבן:א קושיא'לע איז מיר היינט בייגעפאלן, וואס איז פשט אז אין דעם צווייטן עיקר זאגט מען היה הוה ויהיה, באלאנגט דאס נישט צום פערטן עיקר 'הוא ראשון והוא אחרון'?

די צווייטע פון די י"ג עיקרים, הוא יחיד ואין יחידות כמוהו, איז באזירט אויף "ייחוד השם", וואס איז איינע פון די שש מצוות תמידיות. די דאזיגע עיקר רופט אויס אז השי"ת איז איין איינציג און ער האט נישט קיין שום שותפים. שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד! ‏

"היה הוה ויהיה" מיינט אז השי"ת פארקערפערט אין זיך עבר, הווה און עתיד. פארקערט פון דעם מענטש וואס איז צוטיילט—דער נעכטן איז פארביי און דער מארגן איז נאכנישט דא. ביים באשעפער עקזעסטירט נישט אזא דערהער. אין אנדערע ווערטער, חוץ וואס הקב"ה איז אליין אן קיינע שותפים, איז ער אויך בעצם עצמותו אחד בתכלית האחדות. דער עבר, הוה און עתיד איז ביי אים די זעלביגע זאך.‏ (פארשטייט זיך אז דער באגרעניצטע מענטשליכער שכל קען נישט באגרייפן די דאזיגע מציאות. וידוע שאלת הרמב"ם ותירוצו על ידיעה ובחירה. ואכמ"ל.)‏

די פערטע עיקר, אז דער בורא יתברך שמו איז "הוא ראשון והוא אחרון", דערקלערט אז הקדוש ברוך הוא איז קדמון צו די גאנצע בריאה. דער הייליגער באשעפער איז גענצליך אינדרויסן פון דעם גשמיות'דיגן באגריף פון תחילה וסוף. הקב"ה איז א פולשטענדיגער אייביגקייט; ער איז געווען בעפאר די וועלט'ס באשאף און ער וועט שטענדיג בלייבן.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך יוני 21, 2017 11:45 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

אינטרעסאנט האביך לעצטענס געזעהן געדרוקט א גליון'דעל מיט א לענגערע נוסח הי"ג עיקרים
קיינמאל נישט געהערט דערפון
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

שופר האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=12819

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=4966

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=3883#p29068



thanks a million
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נוסח אני מאמין עתיק.

viewtopic.php?p=1468293#p1468293
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

שכוח הרב מונאוויטש.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”