קנסות אין ישיבות, איז דאס אויסגעהאלטן להלכה?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 11:00 am

די קרעדיט קומט זיך פאר דיר.... כ'האב דיך געפאלגט און עס עם געשיקט, ער האט געלייגט די שאלה ככתבו וכלשונו אזוי ווי איך האב עס עם געשיקט
בכל אופן, א שכוח פאר ביידע

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יוני 07, 2017 11:11 am

ראספשע האט געשריבן:די קרעדיט קומט זיך פאר דיר.... כ'האב דיך געפאלגט און עס עם געשיקט, ער האט געלייגט די שאלה ככתבו וכלשונו אזוי ווי איך האב עס עם געשיקט
בכל אופן, א שכוח פאר ביידע

און וואס זאגסטו צום פסק דין?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

קנס געלט פון א ישיבה בחור

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 05, 2018 12:11 am

די ענין איז מיר עפעס ארויפגעשווימען אין קאפ, און איך וויל עס נישט אויסטענה'ן און אראפלייגען נאר איין זייט, די וואס האט מיך געמאכט טראכטען דערפון.

ביזט געקומען שפעט שוין צום צווייטען מאל, ברענג 20 טאללער קנס: ווער ליידט דערפון, ווער צאלט עס?

דער בחור גייט נאך געלט און דאס לייגט אים אין פלאץ.
ער לאכט זיך אויס מעיקרא.
דער בחור גנב'ט אפאר טאללער פון ווייס איך ווי, און ער קאן ווייטער פירען די ווירטשאפט.
זיין טאטע גיבט אים די געלט און ווארענט אים אן.
זיין טאטע גיבט אים די געלט און זאגט אים נישט צו מאכען קיין וועזן דערפונען.

וויאזוי עס איז נאר. ווי גייט די געלט אהין?
בוי זיך זעלבסט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג יולי 06, 2018 10:32 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20180706-WA0000-1.jpg
IMG-20180706-WA0000-1.jpg (426.68 KiB) געזעהן 631 מאל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יולי 06, 2018 12:03 pm

;l;p-

דאס איז א גוטע בריוו.

כ'קלער אויב די טאטעס וואס פון דא וועלן צוריקשיקן אזעלכע בריוון, וועט מען נישט בעטן אזוי אפט די קנסות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יולי 06, 2018 5:44 pm

שטארק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג יולי 06, 2018 6:23 pm

אינטערסאנט! עס איז א לימוד פאר עלטערן וויזוי מען באנעמט זיך מיט א מנהל/הנהלה. כאָטש די ביזט א רב און פארשטייט קלאָר אַז די פארארדענונג איז נישט ריכטיג, טוט מען קודם כל קאמפלייען - בייגעלייגט דעם לירע.. נאר נאכדעם קען מען פרעגן בדרך כבוד על מה ולמה.
נישט געזען וואָס הרב קרליץ האט ריפלייט אויף די בריוו, מעגליך ער האָט זיך אנטשולדיגט און צוריקגעשיקט דעם לירע, מעגליך ער האָט געהאַט א גוטע עקסיוז וואס דער רב האט נישט געוויסט. אבער קיין איבערקערעניש איז העכסט ווארשיינליך נישט געווארן דארט. וויזוי האט יענער געזאגט,מען מעג זיך קריגן, מ'טאר זיך נישט צוקריגן...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:44 pm

געוואלדיג א שיינע בריוו, צוויי שטארקע נקודות:
1) וואס איז דער בירור אויפ'ן קנס הלכה'דיג?
2) וואס איז דאס נישט אריינלאזן אין חדר אויף אזא סיבה?
מלמדים ומנהלים כאפן זאך צומאל נישט אז די תורה איז מחייב אפילו ס'איז אין דיין בילידנג אדער כתה.

האבעך הנאה געהאט על אף וואס כ'בין נישט איינשטימיג מיט דעם רב הראשי.

(שלא יאמר הרואה)

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:55 pm

האט מיר א עלטערע איד דערציילט אז ווען ער איז געווען אין ישיבה (שוין דא אין סענז סטריט) איז ער איינמאל פארשלאפען פארטאגס אין מען האט אים געבעטען קנס, האט ער געבעטען פונעם טאטען, האט אים די טאטע גענפערט די ביסט געשלאפען וועסטו צאלן
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:03 pm

סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג א שיינע בריוו, צוויי שטארקע נקודות:
1) וואס איז דער בירור אויפ'ן קנס הלכה'דיג?
2) וואס איז דאס נישט אריינלאזן אין חדר אויף אזא סיבה?
מלמדים ומנהלים כאפן זאך צומאל נישט אז די תורה איז מחייב אפילו ס'איז אין דיין בילידנג אדער כתה.

האבעך הנאה געהאט על אף וואס כ'בין נישט איינשטימיג מיט דעם רב הראשי.

(שלא יאמר הרואה)


יישר כח פארען פאררעכטן.
לעצט פאראכטן דורך משהלע אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחשב
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:09 pm

משהלע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג א שיינע בריוו, צוויי שטארקע נקודות:
1) וואס איז דער בירור אויפ'ן קנס הלכה'דיג?
2) וואס איז דאס נישט אריינלאזן אין חדר אויף אזא סיבה?
מלמדים ומנהלים כאפן זאך צומאל נישט אז די תורה איז מחייב אפילו ס'איז אין דיין בילידנג אדער כתה.

האבעך הנאה געהאט על אף וואס כ'בין נישט איינשטימיג מיט דעם רב הרשעי.

(שלא יאמר הרואה)


אני מוחה על ביזוי גדול וקדוש!


ערלעדיגט. אויך פארראכטן.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:55 pm

סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג א שיינע בריוו, צוויי שטארקע נקודות:
1) וואס איז דער בירור אויפ'ן קנס הלכה'דיג?
2) וואס איז דאס נישט אריינלאזן אין חדר אויף אזא סיבה?
מלמדים ומנהלים כאפן זאך צומאל נישט אז די תורה איז מחייב אפילו ס'איז אין דיין בילידנג אדער כתה.

האבעך הנאה געהאט על אף וואס כ'בין נישט איינשטימיג מיט דעם רב הראשי.

(שלא יאמר הרואה)

די עיקר נקודה האסטע אויסגעלאזט זיי מוחל און זיי מודיע וואס דו פלאנסט צו טון מיט ס׳געלט...
דביה תחדי נפשא

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 5:02 am

חמרא טבא האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג א שיינע בריוו, צוויי שטארקע נקודות:
1) וואס איז דער בירור אויפ'ן קנס הלכה'דיג?
2) וואס איז דאס נישט אריינלאזן אין חדר אויף אזא סיבה?
מלמדים ומנהלים כאפן זאך צומאל נישט אז די תורה איז מחייב אפילו ס'איז אין דיין בילידנג אדער כתה.

האבעך הנאה געהאט על אף וואס כ'בין נישט איינשטימיג מיט דעם רב הראשי.

(שלא יאמר הרואה)

די עיקר נקודה האסטע אויסגעלאזט זיי מוחל און זיי מודיע וואס דו פלאנסט צו טון מיט ס׳געלט...

אט אזוי. ער באנוצט זיך בלשון הגמרא חסדא חסדא קנסא קא מגבית, דארט אפנים גייט דאס קנס ווי עס געהער צום בא'עולה'טען, משא"כ ווען ביסט גובה קנס פון קינד, וואו אהין גייט דער קנס פארוואס און פארוועם, לו יהא האסט רעכט גובה צו זיין קנס (וואס ער האט עכט נישט אבער את"ל אז יא}, איז מיילע דו קנס'עסט אים מיט בלייבן לענגער לערנען למשל אויב ער האט פארשפעטיגט, צי אויפקערן די חדר אוכל וכדומה קען מען נאך הערן, אבער מוציא זיין ממון בדליכא תובע? אתמהה. דער גאנצער בנין זיינע איז געוואלדיג..


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט