ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

זבחי צדק האט געשריבן:
הכל בכתב האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, אבער ספר ברית שלום איז ס"ה א מוהל אין ווארשא תיכף פאר די מלחמה, כלל ישראל איז שוין ב"ה עלטער פון דעם מיט א פאר טויזענט יאר, און מ'האט שוין געזוכט פריערדיגע מקורות און דערווייל נישט געטראפן. אדרבה, ברענג מקורות אויף די גאנצע אריכות וואס דו שרייבסט, דאן וועלן מיר זעהן מבטן מי יצאו הדברים.

כ'וויס נישט אויב 'ווימפלען' האט שייכות מיט 'פאשלען', אבער דער מנהג פון 'ווימפלען' איז אור אור אלט!!
עס איז היינט דא אויף די אנטיק מארקעט, ווימפלען מיט אויפשריפטן דערויף, פון גאר אלטע קהילות בישראל, בעיקר פון דייטשלאנד
זעה דא: http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=3144
און אויך דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=14
אפשר דארף מען מברר זיין, וואו און ווי אזוי האט מען אנגעטון דעם 'ווימפל' אויפן קינד?
און אולי איז טאקע נתגלגל געווארן דער מנהג פון 'פאשלען' פונם אלטן 'ווימפל' מנהג
[אזוי ווי דער שטריימל היינט איז 'מעין' דער שטריימל פונם בעש"ט...]



לויט ווי זיי לייגן עס אראפ, קוקט עס ענדערש אויס בערך ווי א "פאויע" וואס מ'וויקלט היינט איין דעם קינד פארן ברית, שיין אויסגענייט מיט די נעמען וכו', און בכלל נישט פון קיין פאשעל.

ווי געשריבן פריער, האט די מהרי"ל בכלל נישט קיין שייכות מיט דעם "ווימפעל", נאר מיט פארבינדען די פוס נאכן ברית, כדי עס זאל נישט קומען צו קיין סכנת נפשות, ולא יתקלקל המילה.

אלזא וועגן פאשלען בשעת'ן ברית, ווייסן מיר נאכנישט צו דאס איז א מנהג קדום מימות מהרי"ל, אדער א פראקטישע איינפירונג פון מוהלים אין געוויסע מדינות אדער שטעט.

ועדיין הדבר צריך עיון ובירור.
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

מענין לענין שלא באותו ענין

איך האב געהערט עטליכע יאר צוריק אן אינטערסאנטע מעשה:
דא אין אמעריקא האט געוואוינט א איד ר' זרח שפירא ע"ה וואס איז שוין ארויסגעקומען דא פארן קריג מיט א שטוב מיט קינדער, און האט זיי ערצויגן על דרך ישראל סבא, ממש א וואונדער פאר אמעריקא, עטליכע פון זיינע קינדער זענען באקאנט ביים היימישן עטלם דאהי, ר' משה פון די מלאכים, ר' שמעון פון מאנסי וכו'

עכ"פ אין די בראשית יארן ווען רביה"ק (מ'סאטמאר) איז דא אנגעקומען איז ביי זיין זון ר' ליפא געבויאן געווארן א אינגעל למז"ט, און ער האט מכבד געווען רביה"ק מיט סנדקאות, די ברית איז פארגעקומען אין איינע פון די אמעריקאנע שולן, דער איינפיר איז דעמאלט געווען דארטן אז גער סנדק איז געזעצן אויף א טיש, כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן צופיל איינבייגן, (אזוי ווי מען מאכט היינט די כסא של אלי' הויעך), איז ווען מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן זיך צו זעצן אויפן טיש, האט דער רבי ווי פארשטייט זיך נישט געוואלט, ווען מען האט זיך אנגעהויבן טענה'ן מיטן רבי'ן אז דאס איז כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן בייגן, האט סער רבי זיך אנגערופן "דער מוהל זאל זיך נישט בייגן?, איך וועל מיר נישט בייגן צו קיין אמעריקאנע מנהגים, און האט געזאגט אז ער וועט שוין דא מער נישט זיין סנדק אפי' זיצענדיג אויף א בענקל, ווייל ער וויל אז דאס זאל זיין א מחאה אז מען זיצט נישט אויף קיין טיש, און וויפיל מען האט זיך געבעטן האט שוין נישט געהאלפן, און ער איז טאקע נישט געווען דארטן סנדק.

געהערט פון א איד וואס איז דארטן געוועון בשעת מעשה, (אבער געדענקט עס נישט פון דעמאלט) דער רך הנימול אליין, ר' מרדכי ב"ר ליפא שפירא...
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

הגאון האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין

איך האב געהערט עטליכע יאר צוריק אן אינטערסאנטע מעשה:
דא אין אמעריקא האט געוואוינט א איד ר' זרח שפירא ע"ה וואס איז שוין ארויסגעקומען דא פארן קריג מיט א שטוב מיט קינדער, און האט זיי ערצויגן על דרך ישראל סבא, ממש א וואונדער פאר אמעריקא, עטליכע פון זיינע קינדער זענען באקאנט ביים היימישן עטלם דאהי, ר' משה פון די מלאכים, ר' שמעון פון מאנסי וכו'

עכ"פ אין די בראשית יארן ווען רביה"ק (מ'סאטמאר) איז דא אנגעקומען איז ביי זיין זון ר' ליפא געבויאן געווארן א אינגעל למז"ט, און ער האט מכבד געווען רביה"ק מיט סנדקאות, די ברית איז פארגעקומען אין איינע פון די אמעריקאנע שולן, דער איינפיר איז דעמאלט געווען דארטן אז גער סנדק איז געזעצן אויף א טיש, כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן צופיל איינבייגן, (אזוי ווי מען מאכט היינט די כסא של אלי' הויעך), איז ווען מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן זיך צו זעצן אויפן טיש, האט דער רבי ווי פארשטייט זיך נישט געוואלט, ווען מען האט זיך אנגעהויבן טענה'ן מיטן רבי'ן אז דאס איז כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן בייגן, האט סער רבי זיך אנגערופן "דער מוהל זאל זיך נישט בייגן?, איך וועל מיר נישט בייגן צו קיין אמעריקאנע מנהגים, און האט געזאגט אז ער וועט שוין דא מער נישט זיין סנדק אפי' זיצענדיג אויף א בענקל, ווייל ער וויל אז דאס זאל זיין א מחאה אז מען זיצט נישט אויף קיין טיש, און וויפיל מען האט זיך געבעטן האט שוין נישט געהאלפן, און ער איז טאקע נישט געווען דארטן סנדק.

געהערט פון א איד וואס איז דארטן געוועון בשעת מעשה, (אבער געדענקט עס נישט פון דעמאלט) דער רך הנימול אליין, ר' מרדכי ב"ר ליפא שפירא...


איך וויל נאר מגיב זיין אויף די ווערטער "אזוי ווי מען מאכט היינט די כסא של אליהו הויך", קען זיין אז אין אמעריקא אדער אייראפע איז דאס א נייע ערשיינונג, אבער אין ארץ ישראל איז דוכט זיך איבעראל אזוי, אז די כסא של אליהו איז הויך, ווייס איך נישט צו דאס איז א ספרד'ישע איינפיר, (כידוע איז אין ארץ ישראל נשתרש געווארן אסאך מנהגי ספרד, וויבאלד זיי זענען געווען די ערשטע תושבים אין ירושלים ביז אנהייב ת"ר לערך), אדער האט עס אן אנדערע סיבה.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

די מעשה מיטן רבי'ן איז ידוע, און איז געדרוקט אויכעט
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אין 'מנהגי וורמיזא ר' יוזפא שמש' הוצאת מכון ירושלים, טענ'ט ער אויכעט דארט דער מגיה, אז ס'יז א טעות פון די חוקרים צאמצישטעלן דעם מהרי"ל מיטן מנהג ה'ווימפל', עס האט קיין שייכות נישט, ער איז עס מוכיח מכמה הוכחות [אפשר וועליך עס באלד ארויף שטעלן]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

הגאון האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין

איך האב געהערט עטליכע יאר צוריק אן אינטערסאנטע מעשה:
דא אין אמעריקא האט געוואוינט א איד ר' זרח שפירא ע"ה וואס איז שוין ארויסגעקומען דא פארן קריג מיט א שטוב מיט קינדער, און האט זיי ערצויגן על דרך ישראל סבא, ממש א וואונדער פאר אמעריקא, עטליכע פון זיינע קינדער זענען באקאנט ביים היימישן עטלם דאהי, ר' משה פון די מלאכים, ר' שמעון פון מאנסי וכו'

עכ"פ אין די בראשית יארן ווען רביה"ק (מ'סאטמאר) איז דא אנגעקומען איז ביי זיין זון ר' ליפא געבויאן געווארן א אינגעל למז"ט, און ער האט מכבד געווען רביה"ק מיט סנדקאות, די ברית איז פארגעקומען אין איינע פון די אמעריקאנע שולן, דער איינפיר איז דעמאלט געווען דארטן אז גער סנדק איז געזעצן אויף א טיש, כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן צופיל איינבייגן, (אזוי ווי מען מאכט היינט די כסא של אלי' הויעך), איז ווען מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן זיך צו זעצן אויפן טיש, האט דער רבי ווי פארשטייט זיך נישט געוואלט, ווען מען האט זיך אנגעהויבן טענה'ן מיטן רבי'ן אז דאס איז כדאי דער מוהל זאל זיך נישט דארפן בייגן, האט סער רבי זיך אנגערופן "דער מוהל זאל זיך נישט בייגן?, איך וועל מיר נישט בייגן צו קיין אמעריקאנע מנהגים, און האט געזאגט אז ער וועט שוין דא מער נישט זיין סנדק אפי' זיצענדיג אויף א בענקל, ווייל ער וויל אז דאס זאל זיין א מחאה אז מען זיצט נישט אויף קיין טיש, און וויפיל מען האט זיך געבעטן האט שוין נישט געהאלפן, און ער איז טאקע נישט געווען דארטן סנדק.

געהערט פון א איד וואס איז דארטן געוועון בשעת מעשה, (אבער געדענקט עס נישט פון דעמאלט) דער רך הנימול אליין, ר' מרדכי ב"ר ליפא שפירא...

דער רב וואס איז געווען מוהל און געזאגט פארן רבין דער ארטיגער מנהג איז באקאנט מיטן נאמען, ר' זרח שפירא האב איך נישט געהערט.
דער רבי האט אים געזאגט, איר האלט זיך נישט ביים בייגן פאר אליהו הנביא און איך גיי מיך נישט בייגן פאר אמעריקאנע מנהגים.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:דער שרייבער אין בית יעקב ברענגט פון ר יוזפא פראנקפורטער שמש דעם סדר פון שול פירען
ווער האט געדולד זיכען אין דעם ספר ?

:oops: :oops:
איך האב געמישט יוצרות
דער ספר וואס איך האב געטראפען איז נישט פון א שמש
ר' יוזפא שמש איז נישט געווען אין פראנקפורט נור וורמיזא

און עס האט מיר קיינער נישט געכאפט :?:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'איז נישט קיין שיינע זאך צו כאפן איינעם, דער עולם א
דא זענען איידעלע אידן.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

נאט אייך פון דערמאנטן ספר 'מנהגי וורמיזא - ר' יוזפא שמש'
ווימפל.jpg
ווימפל.jpg (67.07 KiB) געזען 3357 מאל
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

.......

וואס די ענין/סגולאות פין סנדוקאות - מישוב/עמוד ?

וואס די סגולאות פין קוואטער?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

געטראפן א אינטערסאנטע בילד דא אויפן וועלטעל פון הרב חכם צבי האלבערשטאם (מוהל מומחה) מענין האשכול, מ'זעט אז ער לייגט דעם קינד לאורך הרגלים של הסנדק.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: עניני ברית מילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

א גולם האט געשריבן:.......

וואס די ענין/סגולאות פין סנדוקאות - מישוב/עמוד ?

וואס די סגולאות פין קוואטער?

וואס איז די ענין צו זיין ביי א ברית?
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: עניני ברית מילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

שיינע שטריימעל האט געשריבן:וואס איז די ענין צו זיין ביי א ברית?

מ'איז מוחל די עבירות..

האָט איר די לשון פון מיין רעבּין רעבּ הערש מיילעך און אַגראָ דפּרקאָ.

נאמר לי משם קדוש ישראל ה"ה הרב הקדוש מה"ר שלמה מקארלין זצללה"ה הי"ד, שאמר בשם המדרש, בשעה שאמר הקדוש ברוך הוא לאליהו שיצטרך להיות בכל ברית מילה שבישראל, אמר אליהו, אתה ידעת שאני מקנא לשמך ית', הנה אם יהיה הבעל ברית בעל עבירה לא אוכל לסבול להיות שם, והבטיחו השי"ת שיכפר להבעל ברית ואז יהיה ריקן מעבירות, והשיב עוד אפשר יהיה המוהל בעל עבירה, הבטיחו השי"ת שיכפר גם לו, השיב עוד אפשר יהיו הקהל העומדים שם בעלי עבירות ולא אוכל לסבול, הבטיחו השי"ת שיכפר לכל הקהל, כן שמעתי שיצאו הדברים מפי הקדוש הנ"ל, ונ"ל שזה שמרומז בפינחס הוא אליהו, תחת אשר קנא לאלקיו ויכפר על בני ישראל [במדבר כה יג], כי הואיל ומדתו קנאה והוצרך להיות אצל כל ברית ולא יוכל לסבול, עי"ז גורם הכפרה לישראל כי הוצרך השי"ת להבטיחו כנ"ל. עד כאן לשון קדשו.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ברית מילה - וויאזוי מאכט מען חיתוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מענין האשכול, וויאזוי מאכט מען חיתוך, מצד הגוף אויף אראפ אדער אויף ארויף.

אין א שמועס פון האדמו"ר מסקווירא מיט האדמו"ר מוויען.




גענומען פון דא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

איבער וויאזוי צו לייגן דאס קינד אויפן סנדק

כהאב געהערט פונעם מוהל מומחה ר' יצחק אהרן פישער זז"ג פון מאנסי אז דאס אלעס האט נישט מיט קיין מנהג צו טון נאר מיט פראקטיק, וויאזוי סקומט אויס בעסער פארן סנדק, רביה"ק מסטאמאר איז געווען אן איסטניס האט ער מקפיד געווען צו פאשלען דאס קינד אבער סאיז נישט א זאך וואס איז תלוי אין מנהג
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מענין האשכול
אטעטשמענטס
חיים משה פעלדמאן ברית.jpeg
חיים משה פעלדמאן ברית.jpeg (341.53 KiB) געזען 532 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”