משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 09, 2017 1:36 am

ס'איז העכסט צייט ס'זאל זיין דא א באזונדערע אשכול איבער דעם באוויסטען מגיד און משפיע הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן.


דערפאר שטעל איך דא אוועק דעם מקום מיוחד פאר זיינע: דרשות/גליונות/ספרים/מעשות/און ענינים.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

רבי אלימלך זאגט: טויזענטע יודן ווערען געהאלפען ליל הסדר ביי ונצעק!

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 09, 2017 1:37 am

ס'איז יודע אז הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן קאכט זיך שטארק ארום אז יודן זעהן ישועות גדולות למעלה מדרך הטבע יעדען יאר ליל הסדר ביי "ונצעק". פון טייל צדיקים איז מקבל אז ביי די מה נשתנה ווען מען זאגט כאן הבן שואל איז מסוגל צי געהאלפען ווערען. אבער רבי אלימלך זאגט נאך פון די שרף פון מאגלניצא זי''ע אז ס'איז מקובל דווקה ביי ונצעק צו שרייען מתפלל זיין און בעהטען מפנימיות הלב. איז דעמאלטס א געוואלדיגע עת רצון און א זמן מסוגל צי געהאלפען ווערען.


דאס איז דער לשון פון רבי אלימלך'ס הגדה באר החיים:
ויש סיפורי ניסים כאלו למאות ולאלפים מאנשים שנושעו על ידי שקיימו בנפשותם "ונצעק" בליל הסדר. ולא ליזול כי רוכלא לפרט את כולם. וחדא מינייהו וכו' און ער פירט אויס: אך הצד השווה שבהם שצריך להשתדל לבטל כל הסיבות המטרידות אותו ולשפוך שיחו לפני קונו וכו' והקב''ה יקבל תפילתנו לרחמים ולרצון. נאכדעם שרייבט ער ווייטער: ובפה מלא בידיע להעיד שמדי שנה בשנה ניגשים אלי כמה וכמה שהיו זקוקים לישועה בכל התחומים ובליל הסדר קיימו בנפשותם "ונצעק אל השם אלוקינו" וזכו להינצל ממצבם הדחוק וביודעי ומכירי קאמינא איש איש מנגעי לבו ומכאובו.


פארוואס איך בין נתעורר געווארען צי שרייבן וועגען דעם איז ווייל ממש לעצטענס האט חתונה געהאט א עלטערער בחור וואס איך קען. און אן אריין גיין אין אלע פרטים האט איינער וואס איז דארט געווען פאריאר ביי די סדר מיר אליינס דערציילט, אז יענער האט פאריאר פסח ליל הסדר ביי ונצעק געטיען אט די סגולה. און ער און אלע מסובים האבן ציזאמען געבעהטען און מתפלל געווען בקול גדול ביי ונצעק. און ברוך השם איז שוין יענער יעצט נאכן טרעפען זיין באשערטע.


אז איר ווייסט א מעשה פון א באקאנטע ביטע דא פארציילען.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » זונטאג אפריל 09, 2017 5:40 pm

צוויי שמועסן (עברית און אידיש) אויף חג הפסח תשע"ז
http://www.jdn.co.il/video/823508

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אפריל 09, 2017 6:53 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס'איז יודע אז הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן קאכט זיך שטארק ארום אז יודן זעהן ישועות גדולות למעלה מדרך הטבע יעדען יאר ליל הסדר ביי "ונצעק". פון טייל צדיקים איז מקבל אז ביי די מה נשתנה ווען מען זאגט כאן הבן שואל איז מסוגל צי געהאלפען ווערען. אבער רבי אלימלך זאגט נאך פון די שרף פון מאגלניצא זי''ע אז ס'איז מקובל דווקה ביי ונצעק צו שרייען מתפלל זיין און בעהטען מפנימיות הלב. איז דעמאלטס א געוואלדיגע עת רצון און א זמן מסוגל צי געהאלפען ווערען.


דאס איז דער לשון פון רבי אלימלך'ס הגדה באר החיים:
ויש סיפורי ניסים כאלו למאות ולאלפים מאנשים שנושעו על ידי שקיימו בנפשותם "ונצעק" בליל הסדר. ולא ליזול כי רוכלא לפרט את כולם. וחדא מינייהו וכו' און ער פירט אויס: אך הצד השווה שבהם שצריך להשתדל לבטל כל הסיבות המטרידות אותו ולשפוך שיחו לפני קונו וכו' והקב''ה יקבל תפילתנו לרחמים ולרצון. נאכדעם שרייבט ער ווייטער: ובפה מלא בידיע להעיד שמדי שנה בשנה ניגשים אלי כמה וכמה שהיו זקוקים לישועה בכל התחומים ובליל הסדר קיימו בנפשותם "ונצעק אל השם אלוקינו" וזכו להינצל ממצבם הדחוק וביודעי ומכירי קאמינא איש איש מנגעי לבו ומכאובו.


פארוואס איך בין נתעורר געווארען צי שרייבן וועגען דעם איז ווייל ממש לעצטענס האט חתונה געהאט א עלטערער בחור וואס איך קען. און אן אריין גיין אין אלע פרטים האט איינער וואס איז דארט געווען פאריאר ביי די סדר מיר אליינס דערציילט, אז יענער האט פאריאר פסח ליל הסדר ביי ונצעק געטיען אט די סגולה. און ער און אלע מסובים האבן ציזאמען געבעהטען און מתפלל געווען בקול גדול ביי ונצעק. און ברוך השם איז שוין יענער יעצט נאכן טרעפען זיין באשערטע.


אז איר ווייסט א מעשה פון א באקאנטע ביטע דא פארציילען.


הרב בידערמאן פארציילט באריכות די מעשה אין די היי יעריגע שיעור לחג הפסח.

א 28 (?) יעריגע בחור מיט גאנץ שוואכע אויסזיכטן צו טוהן א שידוך, האט געהאט א אידישע הגדה ביים סדר. און פאר ונצעק שטייט דארט די מעשה פונעם אוהב ישראל, אז א קרעטשמער האט נישט געהאט צו באצאלן די מאנאטליכע שכירות פארן פריץ, און ווען דער לעצטער האט געסטראשעט מיטן ערגסטן, איז ער געפארן צום אוהב ישראל, אבער פארשטייט זיך קומענדיג אזוי אפגעריסן און אפגעשליסן האבן אים די גבאים נישט אריינגעלאזט ווייל דער רבי האט וויכטיגערס אויפן קאפ (עטס מיינטס טאקע אז די מעשיות האבן זיך אנגעהויבן נאכן רבינס סטראוק?...). נישט האבענדיג קיין ברירה, איז ער געקומען צום שבת הגדול דרשה, דארט האט דער אפטער רב נאכגעזאגט פון ....... אז ביי ונצעק קען זיך א אידס מזל טוישן לטובה, און מ'קען פועלן אין הימל ביי ונצעק דורך שרייען. דער דארפסמאן האט שוין באקומען זיין הוראה... ס'קומט צום סדר ער מיט זיין פלונית האבן געמאכט א ריזיגן ונצעק.... און זיי הערן ווי איינער קלאפט אויפן טיר, ער עפנט אויף, און דארט שטייט א גוי פון דער שכינות מיט 2 גרויסע קאסטענס אנגעפולט מיט מטבעות, און ער מוז אנטלויפן ווייל ער האט זיך נארוואס צושלאגן מיט איינעם, און ער געטרויעט מאניש מיט זיין פארמעגן, און זאגט אים, אז ווען ער קומט צוריק, וועט ער קענען האלטן איין קאסטן אלץ שכר שמירה, און אויב קומט ער נישט צוריק קען ער האלטן ביידע.... פארשטייט זיך אז דער איד האט שוין געהאט גענוג און גענאך אויף צו באצאלן דעם פריץ.
דער אלטער בחור מאכט שטיל אינמיטן סדר (עטס מיינטס אז נאר אויף אייוועלט איז ער א מאן דאמר?...) און ער הייבט אן שרייען מאניש קען שוין נישט מער! מאניש דארף שוין ווערן א חתן!, און ער האט נישט נאכגעלאזט ווילאנג אלע מסובין די ביאלאגישע ווי די נישט-ביאלאגישע צוגלייך האבן זיך אלע משתתף געווען אין דעם גראנדיעזן ונצעק.... נו? פארטיג? אזוי מיינסטו! אבער נישט מאניש! ער פרעגט וואס וועט זיין מיט יאנקעלע? אויך שוין א בן ששה ועשרים! און אודך... דער גאנצער עולם האט אויפן באפעל פון מאניש נאכאמאל אנגעהויבן שרייען, יאנקעלע דארף שוין א חתן ווערן! יאנקעלע קען שוין נישט מער!.

נישט מער און נישט ווייניגער דעם ערשטן און 2טן טאג חוה"מ האבן שוין ביידע פארטיילט לולקע'ס....

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:18 pm

ר' אלימלך זאגט פאריגע וואך:
א איד איז אריין צום פני מנחם אז ער האלט נאך א שידוך און ער האט ספיקות, אפשר האט ער געדארפט טוען א אנדערען שידוך, האט ער אים מסביר געווען אז ווען דער אייבישטער וויל א שידוך נעמט ער אוועק פונעם מענטש דעם שכל און פירט עס אויס, יעצט נאכן שידוך האט ער דיר עס צוריק געגעבן און די קימסט מיט טענות, האסט געוואלט בלייבן אנא שכל?!?!?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:24 pm

בענין הנ"ל שמעתי ממנו כמ"פ בהחבורות שבתנ"ך כתוב ג"פ מה' יצא הדבר
1. שידוך של יצחק 2. שידוך של שמשון הגיבור 3. איני זוכר אבל משה בענין כסף. ופירש דאנשים חושבים שבשלשה דברים הולכים שידוכים זע"ז, 1. יחוס און יחוס, משו"ה מגלה לנו התורה לא אלא מה' יצא הדבר הכתוב אצל יצחק. 2. יופי עם יופי [דא פלעגט ער שפייען] ומשו"ה מגלה לנו התורה דלא כמ"ש אצל שמשון. 3. ואותו דבר אצל כסף עם כסף.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:25 pm

עוד אמר בשמו של הבריסקער רב זצ"ל דאעפ"י דבהרבה ענינים גשמיים יש ענין/חיוב של השתדלות, אבל בשידוכים אין שום חיוב השתדלות, ואת"ל למה אני עושה השתדלות? דאס איז נאר פאר די נערווען...

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:12 am

אימטרעסאנטע זאך האב איך געזען פין הנגיד ר משה רייכמאן עליו השלום , וואס א אייניקל האט ארויסגגעבען א קובץ חידושים פין א כולל לעילו נשמתו שרייבט ער דארט
דברי הערכה אויף ר משה ווי ערליך ער איז געוועזען בתוך הדברים זאגט ער ווען א קינד איז געגאנגען פרעגן וועגען שידוכים , האט ער געזאגט מען דארף זיך לאזען פירען ,
איך מיין פאר א באלעבאס איז עס א שטארק ווארט
פשט איז אמאל ווארט מען לאנג ווייל פאר מיין משפחה
דארף איך טרעפן עפעס שענערס,אדער וועגען מיין געלונגענע בחור אדער טאכטער, דארף איך עפעס שענערס, אין אמאל קען מען נעבעך ווארטען,אין דיין בחור ליידט וועגען דיין יוחס אדער דיין בחור׳ס יוחס
דארף מען זיך לאזען פירען וואס דער ביישעפער שיקט צי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

דרשה של הרה״ג המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט״א - תשעה באב תשע״ח

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 22, 2018 2:11 am

בענין גודל כח התפילה להשי״ת

https://www.dropbox.com/sh/9xhqbtr3oh6w ... CGkva?dl=0
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג יולי 27, 2018 2:20 am

H
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט