מקוה געלט!

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

אזוי ווי איך נוץ די מקוה פון איין קהילה א גאנצע וואך, און שבת נוץ איך די מקוה פון אן אנדערע קהילה, האב איך אלץ געקלערט אז איך בין פטור פון צו צאלן מקוה געלט פאר די שבתדיגע מקוה וויבאלד זיי טארן דאך נישט רעכענען פאר שבת, און ערב שבת גיי איך נישט דארט אז זיי זאלן קענען רעכענען דאפלט, האב איך לעצטענס באמערקט א צעטל אין איינע פון די שולן וואס דער מקוה איד האט אויפגעהאנגן אז עפ"י הלכה איז מען מחוייב צו באצאלן מקוה געלט פאר שבת.

ווייסט איינער אויב דאס איז ריכטיג ?
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

אין נודע ביהודה איז שוין דא א תשובה וועגען דעם, למעשה בלייבט ער אז ס'איז מותר ווייל אויף די הוצאות האנטוך, הייצונג וכדו' איז פשוט אז מען מעג און די איבעריגע איז שכר שבת בהבלעה וואס איז מותר אדער לצורך מצוה איז מותר
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6259
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

El Rushbo האט געשריבן:אזוי ווי איך נוץ די מקוה פון איין קהילה א גאנצע וואך, און שבת נוץ איך די מקוה פון אן אנדערע קהילה, האב איך אלץ געקלערט אז איך בין פטור פון צו צאלן מקוה געלט פאר די שבתדיגע מקוה וויבאלד זיי טארן דאך נישט רעכענען פאר שבת, און ערב שבת גיי איך נישט דארט אז זיי זאלן קענען רעכענען דאפלט, האב איך לעצטענס באמערקט א צעטל אין איינע פון די שולן וואס דער מקוה איד האט אויפגעהאנגן אז עפ"י הלכה איז מען מחוייב צו באצאלן מקוה געלט פאר שבת.

ווייסט איינער אויב דאס איז ריכטיג ?

איך האב אמאל געפרעגט א דיין און ער האט מיר געזאגט אז אויב איך בין געגאנגען נאר אפאר וואכען דארף איך נישט צאלן מקוה געלט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך מיין אז מען קען דא נישט שרייבן מעדיקעל עדווייס. פרעגט דיין דאקטאר.
איך מיין אז מען קען דא נישט פאס-קען-ען שאלות להלכה. פרעגט דיין דיין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך ווייס נישט וואס די הלכה איז לגבי בעטן געלט פאר ניצן די מקוה שבת, אבער ניצן א מקוה אומבאצאלט איז זיכער נישט ריכטיג. טאמער קענסטי נישט גיבן די פאר טאלער א יאר פאר א ביהמ"ד וואס ביסט נהנה דערפון, זאלסטי נישט גיין דארט.
כ'שטעל מיך פאר אז די צעטל איז נישט געגאנגן געווארן בלויז פאר דיר;ס'זענען מסתמה דא נאך אזעלכע ווי דיר וואס קומען און צאלן נישט און דאס שטערט פאר די וואס צאלן יא. און דאס איז זיכער אז א מ'מוז נישט לאזן א צווייטן זיך באניצן מיט דיין חפץ אומבאצאלט, אפילו שבת.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6259
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

דריידל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די הלכה איז לגבי בעטן געלט פאר ניצן די מקוה שבת, אבער ניצן א מקוה אומבאצאלט איז זיכער נישט ריכטיג. טאמער קענסטי נישט גיבן די פאר טאלער א יאר פאר א ביהמ"ד וואס ביסט נהנה דערפון, זאלסטי נישט גיין דארט.
כ'שטעל מיך פאר אז די צעטל איז נישט געגאנגן געווארן בלויז פאר דיר;ס'זענען מסתמה דא נאך אזעלכע ווי דיר וואס קומען און צאלן נישט און דאס שטערט פאר די וואס צאלן יא. און דאס איז זיכער אז א מ'מוז נישט לאזן א צווייטן זיך באניצן מיט דיין חפץ אומבאצאלט, אפילו שבת.

גערעכט ! אבער ווען מען באצאלט טאר עס אויסדרוקליך נישט זיין פאר שכר שבת
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יעקב פריינד האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די הלכה איז לגבי בעטן געלט פאר ניצן די מקוה שבת, אבער ניצן א מקוה אומבאצאלט איז זיכער נישט ריכטיג. טאמער קענסטי נישט גיבן די פאר טאלער א יאר פאר א ביהמ"ד וואס ביסט נהנה דערפון, זאלסטי נישט גיין דארט.
כ'שטעל מיך פאר אז די צעטל איז נישט געגאנגן געווארן בלויז פאר דיר;ס'זענען מסתמה דא נאך אזעלכע ווי דיר וואס קומען און צאלן נישט און דאס שטערט פאר די וואס צאלן יא. און דאס איז זיכער אז א מ'מוז נישט לאזן א צווייטן זיך באניצן מיט דיין חפץ אומבאצאלט, אפילו שבת.

גערעכט ! אבער ווען מען באצאלט טאר עס אויסדרוקליך נישט זיין פאר שכר שבת


דאס איז שוין די דאגה פון די מקוה איד צו פרעגן זיין דיין. איך פארשטיי אז די פותח האשכול פרעגט פון די פרעספעקטיוו פון די מקוה גייער. אויף דעם איז די ענטפער אז טאמער הענגט אזא צעטל איז נישט אויסגעהאלטן צו ניצן די מקוה אומבאצאלט אפילו שבת. און לגבי די הלכה שאלה אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו בעטן אלץ שכר שבת, קען מען אננעמען רז ס'איז געהאנגן געווארן בהסכמת המרא דאתרא.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איך האב עס נישט געזעהן אין דעם ביהמ"ד ווי איך גיי שבת אין מקוה נאר אין א אנדערע שוהל.

ווי אויך פרעג איך נישט אלץ מענטשלעכקייט ( איך געב א יערליכע נדבה פאר דעם שוהל) נאר אלץ הלכה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גם אני בחלומי... איך נוץ צומאל שבת און יום טוב א נאנטערע מקוה ווי דאס וואס איך נוץ א גאנצע וואך, און איך פלעג האבן א 'דעזיגנעיטעד מקוה-גייער', א צווייטער אינגערמאן וואס גייט א גאנצע וואך אין מיין שבת'דיגע מקוה און שבת גייט ער אין מיין וואכנדיגע, און מיר גלייכן זיך אויס שוה בשוה...

אויסערדעם גיב איך א נדבה פאר ביהמ"ד ב' ביי זייער מלוה מלכה איינמאל א יאר, און איך האב אינזין צו פטר'ן אלע מקואות און קאוועס וואס איך געניס פון זיי במשכ'ן יאר.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

לכאורה האט געשריבן:גם אני בחלומי... איך נוץ צומאל שבת און יום טוב א נאנטערע מקוה ווי דאס וואס איך נוץ א גאנצע וואך, און איך פלעג האבן א 'דעזיגנעיטעד מקוה-גייער', א צווייטער אינגערמאן וואס גייט א גאנצע וואך אין מיין שבת'דיגע מקוה און שבת גייט ער אין מיין וואכנדיגע, און מיר גלייכן זיך אויס שוה בשוה...


איך מיין אז עס איז זייער א גרויסע טעות די מהלך המחשבה, ווייל יעדע מקוה אין שטאט האט א איינמאליגע פרייז פון 2 צו 3 דאלאר פער מקוה, און א חודש'ליכער פרייז וואס איז באלד 70% ביליגער, לפי שיטתך וואלט א איינמאליגער מקוה געדארפט אויסקומען די פרייז פון חודש'ליך צוטיילט אין 30 טעג לערך, וואלט אויסגעקומען מיט ראלאווער אז מען דארף כמעט נישט באצאלן פאר די מקוה.

אלא מאי ארבעט דאס אז די פרייז פער מקוה איז 2-3 $ און פאר די וואס באצאלן חודש'ליך געניסן פון א הנחה כמו מעמבערשיפ - אנלימיטיד וואס אמאל פארדינסטו און אמאל די מקוה, וזה נראה ברור

און לגבי דו נדבה וואס דו גיבסט, עס איז קלאר אז אויב דו ווייסט פון וועם דו האסט געגאנבעט, העלפט נישט יעשה בהן צרכי רבים, און מען קען נישט פטר'ן קיין חיוב מיט א נדבה.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

Hi class.
לויט דיר קומט אויס אז 2 מענטשען טארן נישט מאכן קיין שותפות אין א מקוה מעמבערשיפ ? איך גיי 15 טעג דא און די דארט, און נאכדעם איז ונוהפוך ?
אפשר איז פשט אז זיי געבן א פעקעדזש פון עקס אמאונט פון מקוות פאר 24 דאלאר א חודש ?


לגבי דיין צווייטע טענה, ער האט דאך געגנבט פון קהילות אבג און ער גיבט זיין נדבה פאר די זעלבע קהילה. וואטס די פראבלעם ?
די מקוה איז נישט דעם מקוה איד'ס פריוואטע אייגענטום !
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:אין נודע ביהודה איז שוין דא א תשובה וועגען דעם, למעשה בלייבט ער אז ס'איז מותר ווייל אויף די הוצאות האנטוך, הייצונג וכדו' איז פשוט אז מען מעג און די איבעריגע איז שכר שבת בהבלעה וואס איז מותר אדער לצורך מצוה איז מותר


פרעג סיי וועלכע מקוה איד צו עס בלייבט נאך "איבריגע" ...
סך הכל געניסט מען פון א געשמאקע סערוויס וואס יעדע ריר קאסט גרויס געלט, וואסער- הייס וואסער- קלארין- זשעניטאר- זשעניטאר סופלייס- האנטוכער- לאנדרי- קאלעקטער- מעינטענענס און ריפער- געז- לעקטער- עירקאנדישאן- ועוד. עס איז ניטאמאל דא א שאלה פון שכר שבת,

און ליידער איז נאך בכלל א טעמע אויף די נישטיגע פאר דאלאר וואס באטרעפט קוים - אבער מיינט אסאך פאר די מקוה אידן - צו מאכן אן עסק דערפון.
עס איז נישט מער ווי א נסיון און אחיזת עינים וואס ברויך א תיקון
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

סאטמאר רב האט נישט געלאזט אפזאגען פון נוצען די מקוה. אבער מען האט נישט קיין רעכט צו נוצען סיי וואס אויסער דעם בור. נישט קיין האנטוך, שאוער ETC
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

El Rushbo האט געשריבן:Hi class.
לויט דיר קומט אויס אז 2 מענטשען טארן נישט מאכן קיין שותפות אין א מקוה מעמבערשיפ ? איך גיי 15 טעג דא און די דארט, און נאכדעם איז ונוהפוך ?
אפשר איז פשט אז זיי געבן א פעקעדזש פון עקס אמאונט פון מקוות פאר 24 דאלאר א חודש ?


לגבי דיין צווייטע טענה, ער האט דאך געגנבט פון קהילות אבג און ער גיבט זיין נדבה פאר די זעלבע קהילה. וואטס די פראבלעם ?
די מקוה איז נישט דעם מקוה איד'ס פריוואטע אייגענטום !


זיכער אז נישט עס איז די מקוה אידס אחריות צו קאווערן און אויפן מקוה גייער איז דא די חיוב פון והייתם נקיים.

יעדע מקוה איד וועט דיר נארמאלערהייט געבן א בעסערע פרייז למשל כולל פרייז אפילו דו ביסט א בעה"ב, אויב ער זעט איין דיין טענה פאר ריכטיג

מקוה געלט איז פאר זיין השתמשות מיט די חפץ און ער באצאלט די קאסטן למחצה לשליש ולרביע. נדבה איז צו האבן א חלק אין די זכות הרבים
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'איז נישט נאר די מקוה נאר א שול וואס מ'נוצט צו דאווענען אדער לערנען דארף מען שטיצן. א שמש פון א ביהמ"ד האט מיר אנגעוויזן אויף מערערע יונגעלייט וואס רופן זיך אן שיין ביי אפיעלס פאר אלע מוסדות אין א"י אבער פאר די אייגענע שול זיכט ער זיך צו פטערען ווי מ'קען. (זומער בעט ער א דיסקאונט פאר די חודש'ליכע מקוה פרייז ווייל פריייטאג איז ער דאך אין קאנטרי...)
די אייגענע שול דארף זיין די ערשטע אויף די ליסטע. איך זאג נישט אז מ'דארף געבן ווייס איך וואס. אבער מאכטס אליין די חשבון וויפול איז די מינימום וואס ס'קאסט אויפצוהאלטן א ביהמ"ד און צעטייל עס לויט די צאל מתפללים, אזויפיל זאלסטי געבן און פארשטיי אז ס'קומט זיך דיר מיטאמאל קיין שכוח ווייל ווען בי"ד וואלט געווען ביכולת וואלט מען מחייב געווען יעדעם צישטייער צו געבן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

צו געזונט האט געשריבן:סאטמאר רב האט נישט געלאזט אפזאגען פון נוצען די מקוה. אבער מען האט נישט קיין רעכט צו נוצען סיי וואס אויסער דעם בור. נישט קיין האנטוך, שאוער ETC


חוטא נשכר? ווייל ער צאלט נישט קען ער גיין אין מקוה אן א שויער?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די כולל פרייז איז א באזינדערע שקאנדאל. ממ"נ טאמער דעקט זיך די מקוה קאסטן מיט ווייניגער פון די געהעריגע חודש פרייז, פארוואס רייסטי געלט פון אידן וואס ארבעטן צו פארדינען א כשר דאלער. טאמער דעקט זיך עס נישט, פארוואס זאל מען גיבן א הנחה פאר א כולל יונגערמאן? יעדער כולל יונגערמאן גיט עפעס צדקה, פארוואס זאל עס נישט גיין פאר די שול וואס ער ניצט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

צו געזונט האט געשריבן:סאטמאר רב האט נישט געלאזט אפזאגען פון נוצען די מקוה. אבער מען האט נישט קיין רעכט צו נוצען סיי וואס אויסער דעם בור. נישט קיין האנטוך, שאוער ETC


דיינע ווערטער האט נישט קיין דעקונג לפי ידיעתי, עס איז געווארן אויסגעטראפן דורך כיטרע אידן וואס האבן געוואלט געניסן פון אמזונסטיגע פארגעניגן...

אמת סאטמאר רב האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות מרבה צו זיין טהרה בישראל, און איינגעארבעט א וועלט אז אין אמעריקע זאל אין יעדן דאווענען צענטער זיין א מקוה, נישט וואו אינדערהיים - ארץ ישראל ווי עס געפינט זיך א זעלבסשטענדיגע מקוה, כדי אז יעדע איד זאל אנהייבן דעם טאג מיט א מקוה, וואו עס איז באוואוסט זיין ווארט אז היינט צוטאגס ווען דו גאס איז אזוי שמוציג וואלט יעדער איד געדארפט האבן א מקוה אין טאש...

אבער פרעג די קורות הדורות וועסטו געוואר ווערן אז דער רבי האט זיך געלאזט קאסטן עפרות זהב פאר א מקוה נישט נאר בלויז 2$ וואס אגב די פרייז האט זיך נאך נישט געטוישט זייט די כ-ל יארן

יא דער רבי האט שטענדיג אנגעזאגט די מקוה איד נישט אומבאקוועם צו מאכן א איד ווען ער דארף גיין אין מקוה צוליב געלט. אבער דער רבי אליין האט געזאגט אז "א מקוה אן קיין געלט איז קיין מקוה נישט"
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די מקוה פרייז האט זיך היבש געהויבן. איך געדענק ווען א חודש קארטל האט געקאסט $10 און ער"ש האט געקאסט $1
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

דריידל האט געשריבן:די כולל פרייז איז א באזינדערע שקאנדאל. ממ"נ טאמער דעקט זיך די מקוה קאסטן מיט ווייניגער פון די געהעריגע חודש פרייז, פארוואס רייסטי געלט פון אידן וואס ארבעטן צו פארדינען א כשר דאלער. טאמער דעקט זיך עס נישט, פארוואס זאל מען גיבן א הנחה פאר א כולל יונגערמאן? יעדער כולל יונגערמאן גיט עפעס צדקה, פארוואס זאל עס נישט גיין פאר די שול וואס ער ניצט?


כולל פרייז נו דער כולל אינגערמאן האט נאך נישט פון וואו צו באצאלן, אבער די בחור און יונגעל פרייז וואס ווייסען נאך נישט וואס מיינט א דאלאר און שטייען און שאוער מיט די פולע בעגס זייף און שעמפאו וואס קאסט פיל מער ווי מקוה געלט און לאזן רינען די וואסער וויפיל צייט זיי האבן, דאס פארשטיי איך נישט
געזונט און שטארק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזונט און שטארק »

hi class האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:סאטמאר רב האט נישט געלאזט אפזאגען פון נוצען די מקוה. אבער מען האט נישט קיין רעכט צו נוצען סיי וואס אויסער דעם בור. נישט קיין האנטוך, שאוער ETC


דיינע ווערטער האט נישט קיין דעקונג לפי ידיעתי, עס איז געווארן אויסגעטראפן דורך כיטרע אידן וואס האבן געוואלט געניסן פון אמזונסטיגע פארגעניגן...

אמת סאטמאר רב האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות מרבה צו זיין טהרה בישראל, און איינגעארבעט א וועלט אז אין אמעריקע זאל אין יעדן דאווענען צענטער זיין א מקוה, נישט וואו אינדערהיים - ארץ ישראל ווי עס געפינט זיך א זעלבסשטענדיגע מקוה, כדי אז יעדע איד זאל אנהייבן דעם טאג מיט א מקוה, וואו עס איז באוואוסט זיין ווארט אז היינט צוטאגס ווען דו גאס איז אזוי שמוציג וואלט יעדער איד געדארפט האבן א מקוה אין טאש...

אבער פרעג די קורות הדורות וועסטו געוואר ווערן אז דער רבי האט זיך געלאזט קאסטן עפרות זהב פאר א מקוה נישט נאר בלויז 2$ וואס אגב די פרייז האט זיך נאך נישט געטוישט זייט די כ-ל יארן

יא דער רבי האט שטענדיג אנגעזאגט די מקוה איד נישט אומבאקוועם צו מאכן א איד ווען ער דארף גיין אין מקוה צוליב געלט. אבער דער רבי אליין האט געזאגט אז "א מקוה אן קיין געלט איז קיין מקוה נישט"

ביידע זאגן נאך מימרות פונעם רבי'ן ז"ל, און פון ביידע פעלן די מקור, מ'קען פונקט אזוי זאגן אויף די צווייטע מימרה אז עס איז אויסגעטראפן געווארן דורך א כיטרע מקווה איד.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

מפי ר שלמה כץ זל ומפי ר' בנימין הערש בערקאוויטש זל
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דער שמועס איז פיין פארפארן. און מ'האלט שוין אינמיטן דעבאטירן וואס איז יושר און וואס נישט.

די אלע זאכן מאכן - לכאורה - נישט אויס אין הלכה, און וועט העלפן אראפצוברענגן די מקוה פרייזן פונקט ווי די מצות פרייזן האבן געטראסקעט נאכדעם וואס מ'האט דא קאמפלעינט אויף אייוועלט...
צו די רבי האט געהאלטן אזוי (מיט א חולם) צו אזו (מיט א חירוק) איז קיין נפק"מ אויב דער יעצטיגער בעה"ב קאלדענט קעיר לעס, און לאזט קיינעם אריין אומבאצאלט.

Hi class.
האסט נישט גענטפערט אויף מיין ערשטע טענה, אז זיי פארקויפן א געוויסע סכום מקוה'ס פאר א ספעציפישן סכום, און דער בייער מעג עס לכאורה געבן פאר וועם ער וויל, ניין ?

הלכה למעשה, האב איך יעצט געפרעגט א דיין און ער זאגט מיר אז אויף די האנטוך וואס איך האב גענוצט שבת דארף איך זיכער באצאלן (און קען זיין אויף די מקוה אויך צוליב דעם נודע ביהודה).

איך האב אים נישט געפרעגט איבער לכאורה'ס שמור לי ואשמור לך סיסטעם. זאל ער אליינס פרעגן און ריפארטן פארן ברייטן ציבור.
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

El Rushbo האט געשריבן:Hi class.
האסט נישט גענטפערט אויף מיין ערשטע טענה, אז זיי פארקויפן א געוויסע סכום מקוה'ס פאר א ספעציפישן סכום, און דער בייער מעג עס לכאורה געבן פאר וועם ער וויל, .


...אלא מאי ארבעט דאס אז די פרייז פער מקוה איז 2-3 $ און פאר די וואס באצאלן חודש'ליך געניסן פון א הנחה כמו מעמבערשיפ - אנלימיטיד וואס אמאל פארדינסטו און אמאל די מקוה, וזה נראה ברור...

...מקוה געלט איז פאר זיין השתמשות מיט די חפץ און ער באצאלט די קאסטן למחצה לשליש ולרביע...
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”