חייב איניש לבסומי בפוריא וויין אדער ברוינפען

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » זונטאג פאברואר 17, 2013 1:16 am

פאר דערווייל האב איך מיך איינגעהאנדעלט Herzog Selection Chateneuf Bordeaux

Semi Dry White


אויך Pinot Grigio Baron Herzog

פאר מיר איז עס אסאך גרינגער ווי סאטראן
לעצט פאראכטן דורך Sprint אום זונטאג פאברואר 17, 2013 11:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » זונטאג פאברואר 17, 2013 1:20 am

שנאפס האט געשריבן:אויב מען ברעכט אלעס אויס, האט מען נישט די יסורים שושן פורים, איך פרוביר יעדעס יאר אויסצוברעכן די וויין, איין יאר איזעס מיר נישט געגאנגען, און די יסורים דעם נעקסטן טאג זענען היבש שטארק געווען

כא כא, וויזוי פרובירט איר אויסצוברעכן, איר נעמט אפיקטוזין? How do u do that?

דרך אגב, איך האב אמאל געהערט אז סידא וואס גלייכן נישט קיין וויין, טרינקן זיי קוניאק (ברוינפן געמאכט פון וויין).

וואס איך האב געטוהן לעצטע פאר יאר, איך האב געטרינקן א טראפקל וויין (ווי עמעציר האט שוין פריער דא אנגעמערקט) דערנאך האב איך עס משלים געווען מיט קוניאק, כמה מעלות טובות, זיך נישט געמוטשעט ביים טרינקן, כ'בין געבליבן ביי זיך, (אבער געווען גוט בשמחה), נישט געבראכן, נישט געליטן קיין נאכווייען נעקסטן טאג, קען אבער זיין אביסל שארף פאר די 'אסאפעגעס' (וושט).
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » זונטאג פאברואר 17, 2013 1:28 am

לעצט פאראכטן דורך Sprint אום זונטאג פאברואר 17, 2013 11:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » זונטאג פאברואר 17, 2013 11:19 am

פליגל האט געשריבן:שוין פראבירט סאטערן? נישט זיס אבער נישט דעם שויערן-טריקענעם טעם, ליכטיגע וויין, קען אפשר זיין נישט אזוי שלעכט אויפן מאגען.

איך האב פראבירט פאראיאר, ס'האט אזוי געאיבלט, אפילו פרייטאג צונאכטס (מוצאי שושן פורים) האב איך קוים געקענט מאכן קידוש אויף וויין

500bedford
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:53 pm

תגובהדורך 500bedford » זונטאג פאברואר 17, 2013 11:33 am

מיין עקספיריענס איז, צו טרינקן די זעלבע וויין וואס מ'נוצט א גאנץ יאהר אויף קידוש וכו', מ'איז היימיש דערמיט, מ'קען גרינגער אריינשווערצן עטליכע כוסוס פאר די מאגן באמערקט עס אפילו.
איך טרינק א גאנץ יאהר Clessic Red פון קדם, זייער א געשמאקע פלעיווער, א טריקענע וויין אבער נישט ביטער (כמעשה ...), פורים לייג איך אריין אביסעלע ספלענדא, ס'זאל זיך גרינגער טרינקן. ביי פורים איז דאך נישטא דער ענין פון יהא ראוי לנסך ע"ג המזבח ווי ביי קידוש, דער עיקר איז דאך עד דלא ידע ......

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 17, 2013 12:06 pm

וואסערפאל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:אויב מען ברעכט אלעס אויס, האט מען נישט די יסורים שושן פורים, איך פרוביר יעדעס יאר אויסצוברעכן די וויין, איין יאר איזעס מיר נישט געגאנגען, און די יסורים דעם נעקסטן טאג זענען היבש שטארק געווען

כא כא, וויזוי פרובירט איר אויסצוברעכן, איר נעמט אפיקטוזין? How do u do that?



מען שטופט אריין א פינגער..
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5084
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג פאברואר 18, 2013 10:12 am

ביז איך האב געטראפן סאטערען, האב איך מיר געמוטשעט, פאריאר האב איך געטרונקן שיינע פאר כוסות, ולא נודע כי באו {פארשטייט זיך אז אין קאפ יא, איך רעד פון די מאגן}
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:07 am

ביי מיר איז זיסע וויין יהרג ועל יעבור, און אפילו א גאנץ יאר טרונק איך עס נישט (אויסער אמאל א קליין ביסעל דעסערט וויין סוף סעודה). פורים גיס איך אריין סיי וועלכע משקה המשכר עס גייט - ווילאנג עס איז גוט (איך שפיר דאך דעם טעם צוויי מאל, ביים אריין און ביים ארויס...).

איך האב באמערקט אז ווילאנג איך טרונק נישט צופיהל וויין אדער וויסקי, נאר בעיקר וואדקע וכדו', עטליכע שעה נאך הדבר יצא מפי 'המלך', שפיר איך זיך שוין בסדר. מען דארף זיין געווארענט צו טרונקען אסאך וואסער ווייל אלקאהאל טרוקענט אויס, און דאס איז דער עיקר גורם פארען קאפוויי א טאג שפעטער.

ביער קען אויך מאכען ברעכען מער צוליב דעם גאס וואס איז גורם פארשידענע שינויים אינעם שטייגער וויאזוי דער גוף נעמט עס אהן.

עס האט קיין שום סייענטיפישע מקור אדער הסבר אז מישען וויין מיט בראנפען זאל מער שאטען\פאר'שיכור'ען ווי טרונקען איין סארט.

הוספה: עס העלפט אויך אויסצובעטען ס'מאגען מיט פעטע מאכלים. פאר א נויט האב איך איין יאר געטונקען חלה אין שמן זית.


לגבי די תורה'דיגע שאלה איז אזוי, לויט דעם טעם הפשוט (המובא ביוסף לקח ועוד) פון טרונקען, אז דאס איז צו מאכען דער מענטש הייטער און פרייליך, איז לכאורה נישט קיין נפק"מ מיט וואס מען טוט עס. בפנימיות התורה, ווי אנדערע האבען ערווענט, איז דא אן עקסטערען ענין פון יין.


נ.ב. פארצייטענס פלעגט מען וואונטשען: זאלסט האבען מרדכי'ס יי"ש און המן'ס טאש. (מרדכי'ס יראת שמים און המן'ס עשרת אלפים).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:38 am

אנעים זמירות האט געשריבן:מען דארף זיין געווארענט צו טרונקען אסאך וואסער ווייל אלקאהאל טרוקענט אויס, און דאס איז דער עיקר גורם פארען קאפוויי א טאג שפעטער.

אין דעם הינזיכט איז לכאורה אסאך גרינגער מיט וואדקע, ווייל ווען מ'איז פארנומען מיט טרונקען וויין, האט מען נישט קיין געלעגנהייט/פלאץ פאר וואסער.
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:49 am

פארוואס נישט... האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:מען דארף זיין געווארענט צו טרונקען אסאך וואסער ווייל אלקאהאל טרוקענט אויס, און דאס איז דער עיקר גורם פארען קאפוויי א טאג שפעטער.

אין דעם הינזיכט איז לכאורה אסאך גרינגער מיט וואדקע, ווייל ווען מ'איז פארנומען מיט טרונקען וויין, האט מען נישט קיין געלעגנהייט/פלאץ פאר וואסער.


מען זאל טרונקען וואסער נישט נאר בשעת'ן שיכור'ן נאר אויך נאכען ברעכען, און יעדעס מאל מען וועקט זיך אויף פון שלאף (טאמער קען מען האלטען קאפ - אויב נישט זאל מען בעטען די ב"ב זאל דערמאנען).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 18, 2013 12:10 pm

וויין האט אסאך משקה (FLUID) אקעגן אלקאהאל, מילא האסטו עפעס ליחות משא"כ ביי וואדקע וכו'

אבער ווען מ'ברעכט אויס דאן פארלירט מען אסאך FLUIDS פון די קערפער מילא מוז מען טרינקן אסאך וואסער, און עס מאכט נישט קיין חילוק צווישן וויין/וואדקע א.ד.ג.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 5:43 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:רש"י אין בבא מציעא דשתי שיכרא...לפחוכי פחדא. להפיג דאגתו שדואג על המעות דכתיב ויין ישמח.

מען זעהט פון יענע רש"י אז 'יין ישמח' קען מען יוצא זיין מיט שיכרא אויך. היות דער עיקר טעם פון חייב אינש לבסומי איז מען זאל פארגעסן פון אלע דאגות און אנקומען צו אמת'ע שמחה, קען מען עס לכאורה מקיים זיין מיט אנדערע משקאות המשכרים אויך.

ר' אנעים,
האסט שיין צוגעשטעלט די רש"י אין ב"מ. אבער רש"י גופא אין מגילה ערווענט יא יין, והא לך לשונו הקדוש: לאבסומי - להשתכר ביין.

ס'האט כמה הסברים [חוץ וואס לויט הרבה פוסקים איז דא א חיוב פון בשר ויין מדין שמחה, ברויך עכ"פ עפעס וויין יעדנפאל], וואו מ'גיט נאר א בליק אין די ספרים אפילו די על פי פשטות זעהט מען אז דער ענין איז וויין.

און דער עיקר ווי הרב שאץ האט מרמז געווען אז אין פנימיות איז דער ענין יין דייקא. סוד תורה שבע"פ, יין המשומר בענביו, יינה של תורה, נכנס יין יצא סוד, נסכים, גרונו של תלמיד חכם, יין בגי' סוד, ועוד...
עכ"פ ס'איז מיינט דאך א טיעף ענין, וואס יין דייקא.

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » דינסטאג פאברואר 19, 2013 1:51 pm

פליגל האט געשריבן:וויין האט אסאך משקה (FLUID) אקעגן אלקאהאל, מילא האסטו עפעס ליחות משא"כ ביי וואדקע וכו'

פליגל האט געשריבן:וויין איז כאטשיג דא מער טרינק ווי אלקאהאל בעת וואדקע די זעלבע מאס ווי וויין קען שעדיגן די מאגן אויך.
אויב איז דיין מאגן געמאכט פון לעדער קענסטו טרינקן 96 און ביי נאו טיים גיין עד דלא ידע.

האו עבאוט מישן וואדקע מיט דזשוס וכדו'? דאס וועט לכאורה פארמיידן די פראבלעמען!?
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך פאברואר 20, 2013 8:33 pm

איך ווייס נישט אויב סקומט דא אריין אבער סעט שוין דארפן אריין קומען ווי קען איך קויפן 96% זעקס און ניינציגער און בארא פארק
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 6:17 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:עס האט קיין שום סייענטיפישע מקור אדער הסבר אז מישען וויין מיט בראנפען זאל מער שאטען\פאר'שיכור'ען ווי טרונקען איין סארט.

וואס איז טאקע פשט אז מ'מאכט אזא מצב דערקעגן? ווייזט עס נישט אז עפעס איז דא דערביי?

איך מיש גראדע יא אין פורים, כ'טרינק שוין יארן אסאך וויין מיט היבש אסאך ברוינפן, און ב"ה האמיר קיינמאל נישט געהאט קיין קאמפליקאציעס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 6:56 pm

שטארקע חידוש דאס. מ'האט אייביג אנגעשראקן אז דאס איז ממש סם

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 7:44 pm

מענטשען זענען שוין געשטארבען פון מישן
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 7:47 pm

איינער האט מיר אמאל מסביר געווען אז אויב מ׳הייבט אן מיט וויין זאל מען נישט טרינקן ברוינפן נאכדעם ווייל זייענדיג שיכור קען מען פארגעסן אז ברוינפן האט מער אלקאהאל ווי וויין. דער סכנה לויט אים איז אלקאהאל פויזענינג.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 8:00 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:מענטשען זענען שוין געשטארבען פון מישן

אפשר מיינסטי אלקאהל מיט טיילענול?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 8:53 pm

די סכנה פון מישן איז ווייל מבאמערקט נישט וויפל אלקאהאל ער האט אין זיך. א מענטש וואס טרינקט וויין מיט 2 אונסעס בראנפן גלעזליך וואדקע אריינגעמישט וועט נישט טראכטן אז ער האט בעצם יעצט געטרינקען 3 גלעזליך וויין. סאיז קלאר אז מענטשן זענען געשטארבן דערפון ווייל זיי האבן געהאט צו סאך אלקאהאל אין זייער סיסטעם.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 9:26 pm

מילכיגער האט געשריבן:די סכנה פון מישן איז ווייל מבאמערקט נישט וויפל אלקאהאל ער האט אין זיך. א מענטש וואס טרינקט וויין מיט 2 אונסעס בראנפן גלעזליך וואדקע אריינגעמישט וועט נישט טראכטן אז ער האט בעצם יעצט געטרינקען 3 גלעזליך וויין. סאיז קלאר אז מענטשן זענען געשטארבן דערפון ווייל זיי האבן געהאט צו סאך אלקאהאל אין זייער סיסטעם.

אה, דו רעדסט פון מישן פארן טרינקען, דאס קען זיין גערעכט, איך פלעג זיי טרינקען עקסטער, וויין מיט געהעריגע גלעזלעך און ברוינפען מיט די קליינע ברוינפען קאפס [הנקראים רשעים'לעך...].
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 9:34 pm

כ'האלט עס נישט קיין אויס. איך האב אייביג אבאכט געגעבן נישט צו מישן. און דא לאכט מען מיר אין די פויסטן.. אמאל פלעגט 'סאכדעס' זיין דער איינציגסטער וואס האט דאס גע'טענה'ט יעצט הער איך עס פון נאך און נאך..

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 9:39 pm

געלעגער האט געשריבן:כ'האלט עס נישט קיין אויס. איך האב אייביג אבאכט געגעבן נישט צו מישן. און דא לאכט מען מיר אין די פויסטן.. אמאל פלעגט 'סאכדעס' זיין דער איינציגסטער וואס האט דאס גע'טענה'ט יעצט הער איך עס פון נאך און נאך..

איך פלעג אויכעט אמאל אכטונג געבן צוליב די סטראשערייען, אבער דא קוקו אז די וויין אליין האט נישט פועל געווען וואס עס ברויך, איין יאר האמיר זיך געוואגט און זיינט דענסמאל איז דאס דער סטענדערט, און ס'ארבעט א מחי'....
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 9:40 pm

הצלה שרייט דאך יא אז ס'איז סכנות נפשות. זאל איך פשוט איגנארירן? איך ציטער...

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 9:52 pm

איינער פון די וויין סוחרים (ארמון) האט איין יאהר אפילו ארויסגעגעבן א וויין געמישט מיט ברוינפן ספעציעל אויף פורים, כ'האב געהערט אמאהל א שמועה אז אויב מ'מישט איז דאס בעסטע מיט קאניאק וואס איז ברוינפן געמאכט פון וויין (פסח'דיגע ברוינפן) וואס זענען בשורשם איין זאך.
#גיי ווייס
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט