מנהג האריז"ל לטלטל הטלית והחומש לביהכ"נ בשב"ק

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

מנהג האריז"ל לטלטל הטלית והחומש לביהכ"נ בשב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין די קלאסיפייד אפטיילונג אין "די צייטונג" זיצט זיך א קליין קעסטלע און שרייט מיט דיקע ווערטער:
לכבוד שבת קודש מנהג רבינו האר"י הק' לטלטל הטלית בהעירוב
דער בעל הקלאסיפייד צייכנט נישט אן קיין מקור אדער א טעם.

פון די אנדערע זייט איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז פולע חסידישע אידן זענען גראדע מקפיד - אפילו אין שטעט וואו עס איז דא אן עירוב
- צו גיין אין בית המדרש בצפרא דשבתא מיטן טלית אנגעטוהן.
עירוב.jpg
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג מארטש 03, 2017 6:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

געפונען אין שער הכונות לרבי חיים וויטאל ז"ל, סדר שבת:

הנה ראיתי למורי ז"ל שבשחרית יום שבת היה מוליך עמו הטלית והחומש מביתו לבהכ"נ וגם היה מוליכו לבית הטבילה אשר מחוץ לעיר צפת ת"ו, אותה הנודעת, ולא היה מקפיד וחושש לחקור בענין העירוב שנעשה בשיתוף כל מבואות צפת ת"ו או אשר נעשה לבית הטבילה אם היו נעשין כהלכתן או לאו.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =23&hilite

טלית.jpg
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך שטעל זיך פאר אז די אריה"ק האט געוויסט ברוח קדשו קלאר אז די עירוב איז כשר.

די עדוו איז מסתמא נאר צו טשעפענען מיט א מימרא וואס האט בכלל נישט קיין שייכות צו די ענין פון וואס מענטשן ווען דאס אויסטייטשן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

אשכול שמיועד מתחלתו לגמר חסימה טובה
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אשכול שמיועד מתחלתו לגמר חסימה טובה

אבסעלוטלי נישט! איך ווייס נישט וואס עס איז דער כוונה פון דעם בעל האדווערטייזמענט. אבער אינעם פתיחת האשכול האב איך זיך גענצליך באצויגן צו דעם ענין אז דער אריז"ל האט זיך נוהג געווען צו טראגן דעם טלית אין ביהמ"ד שב"ק בבוקר, אן אומקאנטראווערסיאלער ענין פאר די וואס וואוינען אין שטעט וואו עס איז פארהאנען א כשר'ע עירוב.

דער צווייטן חלק פונעם שטיקל וואו רח"וו ז"ל ערווענט אז דער אריז"ל האט נישט מקפיד געווען צו באקוקן דעם עירוב ערש"ק, איז פשוט אז ער האט זיך פארלאזט אויף די גדולי צפת משום חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג מארטש 03, 2017 6:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

זעה א לענגערע שטיקל 'נימוקי אורח חיים' סימן שצד ווי ער איז דן אין דעם מנהג פון אריה"ק (כקען עס סאמהאו נישט עטעטשן)
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

צד תמות האט געשריבן:זעה א לענגערע שטיקל 'נימוקי אורח חיים' סימן שצ"ד (דף 166) ווי ער איז דן אין דעם מנהג פון אריה"ק (כקען עס סאמהאו נישט עטעטשן)

יש"כ, צד תמות. דא איז א לינק צום ספר אויף היברו בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 66&hilite=
אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

מונאוויטש האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אשכול שמיועד מתחלתו לגמר חסימה טובה


דער צווייטן חלק פונעם שטיקל וואו רח"וו ז"ל ערווענט אז דער אריז"ל האט נישט מקפיד געווען צו באקוקן דעם עירוב ערש"ק, איז פשוט אז ער האט זיך פארלאזט אויף די גדולי צפת משום חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן.


קוק אריין דארטן אין נימוקי אורח חיים, וועסטו זעהן קלאר, אז דער אר"י הק' פלעגט מאכן די פת פון די עירובי חצירות פארן גאנצן שטאט, ממילא איז פשוט אז דאס וואס ער האט נישט חוקר געווען, מיינט אז ער האט נישט "אליינס" איבערגעקוקט יעדע וואך די צורת הפתח וכו', נאר זיך פארלאזט אויף די חזקה, אז ס'איז כשר, אדער זיך פארלאזט אויף שמש וכדו' וועלכער האט עס איבערגעקוקט, ופשוט הוא, ואכמ"ל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א בריוו אין 'דער בלאט' פרשת כי תבא.

Blatt.jpg
Blatt.jpg (248.86 KiB) געזען 3817 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטעלט אראפ א פאקט און גיי פרעג מיך אפ.

כ'געדענק נאך קר"י פאר 35 יאר צוריק און געדענק נישט מענטשן גיין שב"ק אינדערפרי מיטן טלית אין ביהמ"ד.

"ניטאמאל בגדר שאלה"..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס איז פשט פון דעם רח"ו; דער אריה"ק האט דאך ג'זעהן מסוף העולם ועד סופו, און זאכן פון 100'טע יארן פאר איהם און נאך איהם, אלזא פ"וו האט נישט רח"ו פארשטאנען אז דער אריה"ק האט ג'זעהן ברוח קדשו אז דער עירוב איז כשר?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

ער האט געוואלט ארויס ברענגען "הלכה כדברי המקיל בעירוב" אזוי אויך איז באוויסט אז די חסידישע רבנים אינדערהיים האבן שטארק מקיל געווען ביי עירובין.
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

סתם אזוי איז דא ערליכע אידן וואס גייען נישט אפען מיטן טלית צווישן גויים...
פרעגט די יורפעישער אידן...
איך קען אידן וואס זומער גייען זיי מיטן טלית אינטערן בעקיטשע...
הכל לטובה!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

popo האט געשריבן:ער האט געוואלט ארויס ברענגען "הלכה כדברי המקיל בעירוב" אזוי אויך איז באוויסט אז די חסידישע רבנים אינדערהיים האבן שטארק מקיל געווען ביי עירובין.

וואס איז די ראיה? דער אריה"ק האט דאך געוואוסט אז עס איז כשר!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

הכל בכתב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אשכול שמיועד מתחלתו לגמר חסימה טובה


דער צווייטן חלק פונעם שטיקל וואו רח"וו ז"ל ערווענט אז דער אריז"ל האט נישט מקפיד געווען צו באקוקן דעם עירוב ערש"ק, איז פשוט אז ער האט זיך פארלאזט אויף די גדולי צפת משום חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן.


קוק אריין דארטן אין נימוקי אורח חיים, וועסטו זעהן קלאר, אז דער אר"י הק' פלעגט מאכן די פת פון די עירובי חצירות פארן גאנצן שטאט, ממילא איז פשוט אז דאס וואס ער האט נישט חוקר געווען, מיינט אז ער האט נישט "אליינס" איבערגעקוקט יעדע וואך די צורת הפתח וכו', נאר זיך פארלאזט אויף די חזקה, אז ס'איז כשר, אדער זיך פארלאזט אויף שמש וכדו' וועלכער האט עס איבערגעקוקט, ופשוט הוא, ואכמ"ל.

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם רח"ו; דער אריה"ק האט דאך ג'זעהן מסוף העולם ועד סופו, און זאכן פון 100'טע יארן פאר איהם און נאך איהם, אלזא פ"וו האט נישט רח"ו פארשטאנען אז דער אריה"ק האט ג'זעהן ברוח קדשו אז דער עירוב איז כשר?


דער מונקאטשער רב זי"ע איז מבאר דארט אין נימוקי אורח חיים, אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף רוח הקודש
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

רח"ו שרייבט נישט סתם, ער ברענגט אז בנוגע עירובין זאל מען זיך פארלאזן אויפן רב פון שטאט און נישט זיכען פרומקייטן.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

popo האט געשריבן:רח"ו שרייבט נישט סתם, ער ברענגט אז בנוגע עירובין זאל מען זיך פארלאזן "אויפן רב פון שטאט" און נישט זיכען פרומקייטן.


כו"ע מודי לזה בלי שום חולק, דאל"ה הוי בכלל אינו מודה בעירוב וכו', וכן כ' שם בעל מנחת אלעזר בארוכה.
ומה שכת"ר שליט"א מעורר לסמוך על הרב וכו', אינו שייך בכרכים הגדולים בימינו שאין שם רב העיר.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

כמו ירושלים ובבני ברק.
איזי
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

שלום וברכה
גראדע האב איך אויף דעם א לענגערע ביאור אבער אייוועלט איז נישט די פלאץ דאס צו אויסברייטערן
אבער אז אז מ'רעדט שוין דערפון איז וויכטיג צו באמערקען א היסטארי חזר'ט זיך איבער
יא עס איז געווען א פראבלעם מיטען עירוב און צפת
עכ"ז האט דער הייליגער אר"י הקדוש זיך פארלאזט אויף ווי די הלכה זאגט כדעת המקילים
נישט אזוי ווי היינטיגע צייטען ווער עס קען מער מחמיר זיין איז ידו על העליונה
די גאנצע געשיכע וואס דארט איז פארגעקומען וועט געברענגט און שו"ת מהריט"ץ צהלון סימן רנ"א וואס ער איז געווען די דעמאלס'דיגע רב און שטאט צפת
אבער דער אר"י הקדוש האט געפסקנט להקל אזוי ווי דער בית יוסף
און ער האט געטוען א מעשה רב א בחינה פון להוציא....
און דער בריוו שרייבער פון אויבן וואס שרייבט אז מ'איז אייביג געגאנגען מיטן טלית אנגעטוען אינדערהיים איז נישט ריכטיג
ווייל ווער עס ווייסט טאר מען נישט מאכן א ברכה אדער א דבר שבקדושה פארן מקוה ממילא האב ערליכע אידן דארט ווי עס איז געווען א עירוב פארשטייט זיך געטראגן די טלית און ביהמ"ד אין די הענט - אדער איז מען קודם געגאנגען און מקוה און מ'איז אהיימגעקומען אנטוען דעם טלית און אזוי געגאנגען און שול דארט ווי עס איז נישט געווען קיין עירוב
שמות
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות »

קום אריין קלאר ביטע, ווער האט גע'אסר'ט דארט אין צפת?
לויט ווי איך געדענק שרייבט די מהרי"ט צהלון בתוך דבריו אז די גאסן זענען נישט ברייט דארט ט"ז אמות.
דארט ווי ס'איז יא ברייט ט"ז אמות שרייבן שוין אלע ווי שו"ע הרב אז א ירא שמים זאל מחמיר זיין.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אתרוג האט געשריבן:שלום וברכה
גראדע האב איך אויף דעם א לענגערע ביאור אבער אייוועלט איז נישט די פלאץ דאס צו אויסברייטערן
אבער אז אז מ'רעדט שוין דערפון איז וויכטיג צו באמערקען א היסטארי חזר'ט זיך איבער
יא עס איז געווען א פראבלעם מיטען עירוב און צפת
עכ"ז האט דער הייליגער אר"י הקדוש זיך פארלאזט אויף ווי די הלכה זאגט כדעת המקילים
נישט אזוי ווי היינטיגע צייטען ווער עס קען מער מחמיר זיין איז ידו על העליונה
די גאנצע געשיכע וואס דארט איז פארגעקומען וועט געברענגט און שו"ת מהריט"ץ צהלון סימן רנ"א וואס ער איז געווען די דעמאלס'דיגע רב און שטאט צפת
אבער דער אר"י הקדוש האט געפסקנט להקל אזוי ווי דער בית יוסף
און ער האט געטוען א מעשה רב א בחינה פון להוציא....
און דער בריוו שרייבער פון אויבן וואס שרייבט אז מ'איז אייביג געגאנגען מיטן טלית אנגעטוען אינדערהיים איז נישט ריכטיג
ווייל ווער עס ווייסט טאר מען נישט מאכן א ברכה אדער א דבר שבקדושה פארן מקוה ממילא האב ערליכע אידן דארט ווי עס איז געווען א עירוב פארשטייט זיך געטראגן די טלית און ביהמ"ד אין די הענט - אדער איז מען קודם געגאנגען און מקוה און מ'איז אהיימגעקומען אנטוען דעם טלית און אזוי געגאנגען און שול דארט ווי עס איז נישט געווען קיין עירוב

דער מהריט"ץ (רבינו יו"ט צהלון ז"ל) איז געווען בערך 15 יאר אלט ווען דער אריה"ק ז"ל איז נסתלק ג'ווארן. ער איז פאררעכנט פון די גדולים בדור שלאחר הבית יוסף.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”