טומאת כהנים אין fort greene פארק

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

טומאת כהנים אין fort greene פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אין 'די צייטונג' פארגאנגענע וואך איז געווען א באשרייבונג איבער די fort greene פארק - מאנומענט, וועלכער געפונט זיך הארט נעבן די ברוקלין האספיטאל אין ברוקלין, יעצט ווען עס קומען די זומער חדשים, קומען אהין אסאך אידן, בעיקר פון די שכינות'דיגע 'ניי וומבס"ג-קלינטאן הילל' געגענט
כ'האב נישט געזעהן איינעם מעורר זיין דערויף, אבער לויט די דערמאנטע באשרייבונג זענען דארט באגראבן ביינער פון מער ווי עלף טויזנט אמעריקאנע געפאנגענע, פון די צייטן פון די רעוואלוציע קריג, וועלכע זענען אומגעקומען אויף די וואסערן, דורך די בריטישע מיליטער
איז לכאורה דארפן כהנים מקפיד זיין נישט אהין צו גיין, ווי דער רמ"א פסק'נט אין סימן שע"א אז לכתחלה זאלן כהנים מחמיר זיין בטומאת אהל אפילו בקברי עכו"ם, און אויך איז דאך נישט נתברר געווארן אפשר זענען פארהאנען יודישע נפטרים אויך צווישן די עלף טויזנט הרוגים

כ'ווייס נישט גענוי וואו עס הייבט זיך אן און וואו עס ענדיגט זיך דער מקום הקבורה דארט, כ'פלעג אסאך אהין גיין און כ'האב נישט משים לב געווען דערויף
אפשר דארף מען מעורר זיין? אדער איבער געבן פאר רבנים יושבי על מדין
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ס'איז דא עפעס א בית דין לעניני טומאת כהנים (כ'מיין אז ס'איז בנשיאות די קארלסבורגע רב) מ'דארף זיי אינוואלווען...
איזי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”