ספרי חסידות לחודש אדר וחג הפורים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

ספרי חסידות לחודש אדר וחג הפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

איך ווייס נישט ווי מיך צו ווענדן, מסתמא שוין געווען פאראיאר און פארא צוויי און מער,

איך וויל עפענען אן אשכול, ווי דערוילעם זאל האבן פון וואס צו האבן מטעמים פארן הייליגן יו"ט פורים הבעל"ט, און אזוי ווי מען זאגט דאך, יום כיפורים יום כ"פורים" זעה מיר דאך ווי גרויס דער הייליגער טאג פורים איז, און מה דאך ר"ה ויו"כ וואס דאן טוט מען תשובה מיראה און די עבירות זדונות נעשה שגגות, איז דאך כל שכן יעצט ווען מיר האבן די געלעגענהייט תשובה צו טוהן א תשובה מאהבה איז דאך זיכער אז אונז דער מיר ווערן אביסל נתעורר, און זיך נישט לאזן פארנער'ן פון אלע זייטיגע שטותים און אויסניצן די צייט כדבעי'.

--צייט שטיפער האקט--

אשר על כן וויל איך עפענען אן אשכול ווי דערוילעם זאל זיך קענען אביסל אנווארעמען און די געהויבענע ליסטיגע טעג מיטן אש החסידות, און אי"ה אויף פורים הבעל"ט וועל איך צוזאמנעמען די גאנצע פאק סחורה און מאכן דערפון א שיינע גליון אויף און דערוילעם וועט עס קענען אראפלאדענען אלס אן PDF בעזהשי"ת, (פארשטייט זיך בלי נדר).

בעטן מיר פונעם עולם, אל תמנע טוב מבעליו, און שיקט אריין אביסל סחורה, זאל זיין א שטיקל קדושות לוי קדושות לפורים, בני יששכר אויף חודש אדר, מאור ענים, מאור ושמש, דארט ווי יעדער האט זיך זיין געפיל זאל ביטע אראפטייפן א שטיקל, צולייגן אביסל אייגענע געפילן, ויהי רצון שנזכה לשנת גאולה וישועה וכו' וכו'

עמיר אלייס נעמען די מיה און לייגן אפאר שטיקלעך.

יישר כוח פון פראנויז פאר אלע מסייעים!


נ.ב. מען מעג אויך לייגן סתם שיינע מאמרים ווי אייגענע משלים ונמשלים וכדומה.
לעצט פארראכטן דורך צייט שטיפער אום מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

בני יששכר לחודש אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

שטייט אין גמרא הרוצה שיתקיים נכסיו יטה בהן אדר.

עס ווערט געברענגט (בכתבי האר"י) אז יעדע חודש איז מרומז קעגן אן אנדערן אבר פונעם מענטש.

חודש אדר איז אנטקעגן די חוטם (נאז בלע"ז). און די נאז איז דאך געמאכט פאר די חוש הריח (שמעקן).

קומט אויס אז אדר איז קעגן די חוש הריח, איז וועגן דעם זענען אונזערע צוויי רעטער – שלוחי דרחמנא – מרדכי ואסתר מרומז אין בשמים, מרדכי איז מרומז אין די תורה (שמות ל, כג) 'מר דרור' או תרגום זאגט דארויף 'מרי דכי', אין אסתר איז מרומז אין בשמים ווייל זי ווערט אנגערופן 'הדסה' אין די מגילה.

וועגן דעם שטייט אין די מגילה אז מרדכי האט געשריגן "ויזעק זעקה גדולה" און ס'שטייט נישט אז ער האט עפעס געשריגן, נאר די פשט איז אז עס שטייט דאך 'מפני שהקול יפה לבשמים' פעלט שוין נישט אויס ער זאל עפעס זאגן, די קול אליינס איז שוין גענוג.

יעצט, אונז ווייס מיר אז ליידער ביים חטא פון אדם הראשון זיינען אלע אברים און חושים ליידער נפגם געווארן דערפון, ווייל אלע אברים זענען באנוצט געווארן ביים חטא, ותר"א האשה – געזעהן (אויגן), ותיק"ח האשה – חוש פון טאפן (חוש המישש), ותאכ"ל – די חוש פון שפירן א טעם, וישמע"ו – די חוש פון הערן (אויער), אא"וו.

אבער די חוש פון שמעקן טרעפט מען נישט ביים חטא, במילא איז נישט נפגם געווארן [כ"כ] די חוש הריח.

וועגן דעם אפילו ביז היינט צוטאג'ס איז די חוש הריח געבליבן א דבר הרוחני וואס די נשמה האט הנאה דערפון און נישט די גוף.

מיט דעם ווערט פארענטפערט דאס וואס די גמ' פרעגט אין מס' ברכות אז פון ווי ווייס איך אז אויף א גוטע גערוך [בשמים] דארף מען אויך מאכן א ברכה דכתיב כל הנשמה תהלל קה, וועלכע זאך האט די נשמה הנאה דערפון און נישט די גוף? זה הריח, דאס איז שמעקן! (ע"כ הגמ') לכאורה איז שווער וואס דארף מען צו האבן אן עקסטערע פסוק פאר בשמים? עס שטייט דאך שוין אסור להנות מן העולם הזה בלא ברכה, אז מ'טאר נישט הנאה האבן אויף דעם וועלט פון קיין שום זאך אן קיין ברכה, און וואס איז בשמים אנדערש אז איך דארף א עקסטערע פסוק ארויס צולערנען אז מען דארף מאכן א ברכה?

נאר עס קען זיין אז דער ענין פון א ברכה איז, אז מען איז מברר די חלק הטוב פון די חלק הרע וואס האט זיך אריינגעמישט ביים חטא העץ הדעת (כמובא בספה"ק) דאס הייסט מען דארף ארויסנעמען די שלעכטע חלק פון יעדע זאך און עס זאל איבערבלייבן לויטער און ריין קדושה.

עכ"פ קומט דא ארויס אז די חוש הריח, וויבאלד עס האט נישט הנאה געהאט ביים עץ הדעת איז עס נישט נפגם געווארן, במילא [וואלט איך געמיינט אז עס] איז דאך נישטא וואס צו מברר זיין דערפון ווייל עס איז געבליבן כולו קדוש, בלי שום פגם, וואלט איך געמיינט אז ס'דארף נישט קיין בירור און במילא דארף עס אויך נישט קיין ברכה, וועגן דעם דארף איך צוקומען צום פסוק 'כל הנשמה תהלל קה' אז אפילו אויף שמעקן בשמים דארף איך אויך א פסוק.

וועגן דעם שטייט ביי משיח צדקינו 'והריחו ביראת השם', און דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען שמעקט בשמים מוצאי שבת קודש, ווייל ס'איז דאך באקאנט - אין ס'ווערט געברענגט פון די ראשונים - אז ס'איז דא א אבר וואס הייסט 'לוז', און מוצאי שבת ביי מלוה דמלכה האט די אבר הנאה פון די סעודת מלו"מ, און די אבר איז די איינציגסטע אבר וואס וועט בלייבן גאנץ פונעם מענטש ביז תחיית המתים, און פון די ביין וועט צוריק אויפגעבויעט ווערן דער גאנצער גוף, קומט אויס אז די אבר איז א נצחיות, אין די אבר האט הנאה פון די בשמים וויבאלד די חוש הריח איז אויך א דבר נצחי וכולו רוחני, און עס איז א נשמה זאך, און נישט קיין פעולת הגוף ווי עסן וואס האט נישט קיין קיום.

דאס שטייט אין די גמרא, "הרוצה שיתקיים נכסיו יטה בהן אדר", וואס אדר איז בבחינות חוטם, וואס איז נישט נפגם געווארן ביים חטא אדה"ר במילא איז די חודש א דבר רוחני ונצחי וואס די השפעות דערפון וועט זיך האלטן אויף לעולמי עד (אייביגע אייביקייטן). והבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”