בלאט 9 פון 10

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 5:48 pm
דורך אין כל חדש
אוי וויי איר פארפארט
די תשובה איז סאך פשוטער ווי די קשיא
אוודאי טראסט יעדער איינער די ערליכע בעלי מכשירים,
אבער אסאך רבנים זענען מחולק בדין מיטן בעל מכשיר, די זעלבע קען אויך פאסירן מיט דיני הכשר אויך, לאמיר זאגן אז רבנים ווערן געוואר איבער א דעה פון אן אנגענומענער בעל מכשיר, וואס פארלאזט זיך אויף דעם בשעת'ן געבן אן השגחה, וואס זיי זענען מחולק אויף דעם, וועלן זיי אויך ארויסקומען לשומעי דבריהם אז לפי דעתם זאל מען נישט עסן / טרינקן די מאכל צו משקה

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 5:50 pm
דורך farshlufen
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.

אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.

אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל

האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..

לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.

אפשר אין צוואנציג ניינצן, דרכה של תורה איז אז מ'איז מברר א הלכה למעשה ע"פ שו"ע ונו"כ און קיינער זעהט א פגיעה אין ווער ס'האט אנדערש גע'פסק'נט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 5:52 pm
דורך הצעיר באלפי
אין כל חדש האט געשריבן:אוי וויי איר פארפארט
די תשובה איז סאך פשוטער ווי די קשיא
אוודאי טראסט יעדער איינער די ערליכע בעלי מכשירים,
אבער אסאך רבנים זענען מחולק בדין מיטן בעל מכשיר, די זעלבע קען אויך פאסירן מיט דיני הכשר אויך, לאמיר זאגן אז רבנים ווערן געוואר איבער א דעה פון אן אנגענומענער בעל מכשיר, וואס פארלאזט זיך אויף דעם בשעת'ן געבן אן השגחה, וואס זיי זענען מחולק אויף דעם, וועלן זיי אויך ארויסקומען לשומעי דבריהם אז לפי דעתם זאל מען נישט עסן / טרינקן די מאכל צו משקה

אויכעט ריכטיג !
אבער גראדע דא לגופו של ענין מיין איך אז די מציאות כפי שכתבתי (דיברתי באישית עם חלק מהרבנים שציינתי, ולכן הנני כותב כן)

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 5:55 pm
דורך הצעיר באלפי
farshlufen האט געשריבן:
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.

אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.

אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל

האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..

לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.

אפשר אין צוואנציג ניינצן, דרכה של תורה איז אז מ'איז מברר א הלכה למעשה ע"פ שו"ע ונו"כ און קיינער זעהט א פגיעה אין ווער ס'האט אנדערש גע'פסק'נט.

אויב מען האט אינזין די רצון ה' איז עס נישט קיין פגיעה, אבער אויב מען איז א מענטש וואס זאגט קבלי דעתי דעמאלטס איז עס יא, אבער דעמאלטס איז עס נישט רצון ה' כמובן ודו"ק.

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 11:03 am
דורך גאלדענע פעדער
די נושא איז שוין אלט אפאר יאר זייט וואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס אפאר יאר צוריק דאך האב איך שוין מער ווייניגער אדורך געליינט די אשכול די פריעדיגע יארן און איך וועל יעצט שרייבן אפאר נקידות קלאר וואס איך הרב גערעדט מיטן דיין הרב רבי חיים דוד כ׳ץ שליט״א פאריגע וואך.

קודם א קליינע הקדמה: ס׳דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען די געהעריגע גרופ דזשאוס צוליב די ציקער וואס ס׳האט אין זיך און ס׳איז נישט געזינט פאר זיי, דאס איז די סיבה פארוואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס פאר די יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע.

(אגב, כ׳האב נישט געוויסט אז ס׳איז אויך דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען קיין וויין, די דיין האט מיך געזאגט אז ער איז פון די מענשטען. און ער טרינקט פאר זיך בעיקר מאסט און מישט אויך אריין אביסעל וויין.)

יעצט ס׳איז שוין באקאנט וואס די די דיין האלט, אבער דאס יאר האב איך אליינס גערעדט מיט איהם דערוועגן להלכה וואס ער האלט. האט מיר די דיין געזאגט אז ער האט אויך אזוי געזאגט די אנדערע וואך אויף די שיעור וואס ער האט געגעבן אויפן טעלעפאון (אגב אויב איינער האט די נאמבער ווי מען קען עס הערן, ביטע דא ארויס שרייבן.) האט די דיין אזוי געזאגט:

אז ס׳קומט איהם אויס אז לויט רוב פסקים קען מען נישט יוצא זיין מיט די לייט גרופ דזשאוס קידוש און ד׳ כוסות צוליב צוויי סיבות: איינס. ווייל די גרופ האט אין זיך זייער יונגע טרויבן. צוויי. ווייל וועגן די מאס וואסער וואס זיי לייגן אריין אין דעם. (וואס אפי׳ ס׳האט זיך געטוישט און זיי הרבן ארום געטוישן מיט די מאס וואסער, האט די דיין געזאגט איז נאכאלט׳ס דא די ערשטע סיבה.)

די דיין זאגט אויך קלאר אז ס׳קען זיין אז מען קען יוצא זיין דערמיט בשעת הדחק. אבער ס׳איז קלאר זייער א שווואכע זאך צו ניצן ׳הלכה׳דיג׳.

ובכן זאגט די דיין להלכה אז פאר די וואס ס׳איז שווער (צו זיי קענען נישט, דאקטער לאזט נישט וכדו׳, פארשטייציך איבער רעדן מיט א דיין די ספעציפישע פרטים.) צו טרינקען די געהעריגע גרופ דזשאוס, זאלן זיך איינהאנדלען א קליינע כוס פון 3 ounces און טרינקען 2 אדער כאטש איינס און א האלב דערפון וואס אזוי קען מען יוצא זיין לויט רוב פוסקים. און דאס איז אסאך מער אויסגעהאלטען להלכה.

נב: איך שרייב נישט להלכה ווייל איך בין נישט קיין דיין. איך שרייב זעכער נישט אויף למעשה וואס יעדער זאל טוהן לויט וויי זיין דיין פסק׳נט. איך שרייב נאר פאר די אינטערסאנטקייט פון די נושא וואס די דיין הרב כ׳ץ האלט. קען זיין ס׳דא נאך אנדערע דיינים וואס האלטן אויך אזוי און קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט. איך שרייב נאר וואס דער דיין הרב כ׳ץ האלט איבער דעם נושא.

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 25, 2021 5:43 pm
דורך שמואל בארג
דער חשוב'ער מעורר היינט אינעם דבר יום ביומו וואס האט געגעבן זייער גוט עצות אז חולים זאלן טרינקען קלענערע שיעורים געהעריגע גרעיפ דזשוס ווי איידער לייט גרעיפ דזשוס, זאל וויסן ער איז עתיד ליטול את הדין.

קודם כל ס'איז דא גרויסע מורי הוראות וואס זאגן אז ס'איז לכתחילה, שרייבט מען נישט אויף דעם אין א בלעטל 'ערנסטע שאלה אויב ס'איז אן הגפן'.
צווייטנס, דו שרייבסט צו מענטשן וואס מוזן דאס האבן פאר געזונט, איר נעמט די אחריות אויף דעם אז איין איד וואס דארף עס טרינקן וועט זיך מונע זיין?
ועל כולם, מאן יימר אז א קלענער שיעור איז ענדערש ווי לייט גרעיפ דזשוס?

מיר פרובירן אויך צו שטיין ווייט דערפון, אבער ס'איז עפעס אומפארשטענדליך דאס אריינלייגן אין א פובליק בלעטל פאר חולים.

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 25, 2021 11:03 pm
דורך געוואלטיג
שמואל בארג האט געשריבן:דער חשוב'ער מעורר היינט אינעם דבר יום ביומו וואס האט געגעבן זייער גוט עצות אז חולים זאלן טרינקען קלענערע שיעורים געהעריגע גרעיפ דזשוס ווי איידער לייט גרעיפ דזשוס, זאל וויסן ער איז עתיד ליטול את הדין.

קודם כל ס'איז דא גרויסע מורי הוראות וואס זאגן אז ס'איז לכתחילה, שרייבט מען נישט אויף דעם אין א בלעטל 'ערנסטע שאלה אויב ס'איז אן הגפן'.
צווייטנס, דו שרייבסט צו מענטשן וואס מוזן דאס האבן פאר געזונט, איר נעמט די אחריות אויף דעם אז איין איד וואס דארף עס טרינקן וועט זיך מונע זיין?
ועל כולם, מאן יימר אז א קלענער שיעור איז ענדערש ווי לייט גרעיפ דזשוס?

מיר פרובירן אויך צו שטיין ווייט דערפון, אבער ס'איז עפעס אומפארשטענדליך דאס אריינלייגן אין א פובליק בלעטל פאר חולים.

אויף אזאנע מודעות האט שוין אמאל רבהי"ק מסאטמאר זי"ע געזאגט זעענדיג א מודעה "לאפרושי מאיסורא" האט ער זיך אנגערופן: שוין.. געטראפן א פרישע מסירה...
די נקודה איז אז בעצם איז א שיינע זאך לעורר באופן פון לזכות הרבים וואס וויסען נישט עפעס אבער מדארף וויסן ביי וואס און וואו און וויאזוי און פאר וועם, דאס ארגסטע איז מחמיר צי זיין פאר חולים וכדומה ווייל חמירא סכנתא מאיסורא

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: פרייטאג מארטש 26, 2021 7:26 am
דורך ידעתי
א אלטע פראבלעם. פאר נארישע 25 דאלער לייגט ער אריין יעדעמס שילשול. נישט קיין חילוק צו עס גרעניצט זיך מיט לשון הרע, שקר, טפשות אדער רציחה.
נאר וואזשע דען, איך האף אז אונזער קלוג פאלק מאכט נישט קיין באשלוסען געבויעט אויף א פאשקעוויל.

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 03, 2021 9:07 am
דורך וואס עפעס?
אזוי וואו מען האט ווידער גערעדט דערפון אין אן אנדערע אשכול ווילעך פארשטיין וואס די מדובר איז
@גאלדענע״ שרייבט בשם רחד״ץ שליטא לאסור לכתחילה צוליב דעם וואס זיי ניצען אינגע טרויבן

איינער קען מסביר זיין וואס דאס מיינט אין צו זיי ניצען עס נאך היינט ?

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:59 am
דורך ותיק ניק מנרתק
פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:37 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:30 am
וואס טוט זיך מיט וויין נישט מבושל פאר די כוסות? בעסער אן סאלפייטס
איז טאקע א מוז פאר נישט מבושל פאר די כוסות? וואס זענען די צדדים
לא מבושל רויטע וויין איז נישט א מוז, יוצא איז מען אויכעט מיט לייט גרעיפ דזאוס... אין פינקי ראזעי מבושל....
אבער עס איז די מערסט מהודר אין חומרא'דיג לויט רץאלע שיטות.
נישט אלע פוסקים זענען מסכים אז מען איז יוצא מיט לייט גרעיפ דזוס.
יעצט געדענק איך נאר ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א.
אין איינער פון די קובצים האט זיך אמאל געטוהן דערוועגן.

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
דורך וועגן שטעגן
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:59 am

סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
קיינער ווייסט נישט?
די פראדוקט האט א הכשר אויפן פלאש וואס זאגט אז ס׳איז כשר און אויך פאר קידוש וכו׳. סאו איינער ווייסט זיכער...
אויב פארלאזטו דיר אויפן ערשטן האלב אז ס׳איז כשר דאן פארוואס פארלירט ער זיין חזקה ביים צווייטן האלב???
דאס נישט ענטפערן אין פובליק קוק איך אן ווי ער וויל נישט אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן כדוגמת קאקאו קאולע וכדומה.

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm
דורך וועגן שטעגן
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm

אדמו"ר מהר"א למעשה ניצט עס נישט וועגן דעם פאר קידוש, האסט א נקודה וועגן פארלאזן אויף הכשר, אבער סאיז דא וואס ווילן וויסן די פראצעדור מיטן הכשר , עכ"פ א אדמו"ר א מנהיג

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:35 am
דורך יצחק אייזיק
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
ס'איז אויך באקאנט אז אסאך מורי הוראה וואס האבן אזוי געהאלטן און אויך געזאגט ברבים יעדעס יאר ביים שבה"ג דרשה אז לייט גרעיפ דזשוס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן האבן שוין צוריקגעצויגן און האלטן אז ס'איז כשר וישר.

זיי האבן שוין אויך ארויסגעגעבן דעם סוד, אז זיי נוצן א געוויסע סארט טרויבן וואס מ'קען ממש נישט אין מויל נעמען אן צולייגן אסאך וואסער, ממילא האט עס א דין פון געהעריגע וויין ווייל נאר אזוי קען מען עס טרונקן.

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:40 am
דורך נישטאמת
וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
קיינער ווייסט נישט?
די פראדוקט האט א הכשר אויפן פלאש וואס זאגט אז ס׳איז כשר און אויך פאר קידוש וכו׳. סאו איינער ווייסט זיכער...
אויב פארלאזטו דיר אויפן ערשטן האלב אז ס׳איז כשר דאן פארוואס פארלירט ער זיין חזקה ביים צווייטן האלב???
דאס נישט ענטפערן אין פובליק קוק איך אן ווי ער וויל נישט אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן כדוגמת קאקאו קאולע וכדומה.
אדמו"ר מהר"א למעשה ניצט עס נישט וועגן דעם פאר קידוש, האסט א נקודה וועגן פארלאזן אויף הכשר, אבער סאיז דא וואס ווילן וויסן די פראצעדור מיטן הכשר , עכ"פ א אדמו"ר א מנהיג
בד"וו, א חוץ וואס די לייט גרעיפ דזשוס האט א הכשר אז סאיז כשר פאר ארבע כוסות, לאזט קדם אריין אינעם פארבריק יעדע רב וואס וויל קומען קוקן וויאזוי דעס ווערט צוזאמען געשטעלט.

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:07 am
דורך גדל
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:59 am
פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:37 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:30 am
וואס טוט זיך מיט וויין נישט מבושל פאר די כוסות? בעסער אן סאלפייטס
איז טאקע א מוז פאר נישט מבושל פאר די כוסות? וואס זענען די צדדים
לא מבושל רויטע וויין איז נישט א מוז, יוצא איז מען אויכעט מיט לייט גרעיפ דזאוס... אין פינקי ראזעי מבושל....
אבער עס איז די מערסט מהודר אין חומרא'דיג לויט רץאלע שיטות.
נישט אלע פוסקים זענען מסכים אז מען איז יוצא מיט לייט גרעיפ דזוס.
יעצט געדענק איך נאר ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א.
אין איינער פון די קובצים האט זיך אמאל געטוהן דערוועגן.
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
אינטראסענט וואס די זאגסט ווייל און דעי אשכול https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=32825 שרייבט איינער
דער מח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:38 pm
פאר בערך א יאר צוריק איז פארגעקומען אין מבצר הכוללים אין קרית יואל א שיעור - פאנעל דורך הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער - מנהל הכוללים און די בעה"ב פון קדם ווי זיי האבן אויך צווישן אנדערע גערעדט וועגן די לייט גרעיפ דזשוס פינקטליך וויאזוי מען מאכט עס, וואס עס איז אנדערש, וועלעכע ברכה מען מאכט דערויף און צו מען קען מאכן קידוש אויף עס.
דער שיעור איז רעקארדירט געווארן און אויך געדריקט געווארן אינעם מבצר הכוללים חודש'ליכן אינסייד תורה אויסגאבע "כינוס סופרים"
איך קען מיר עפעס נישט קיין עצה געבן וויאזוי עס צאמצושטעלן און ארויפלייגן, וועם קען איך עס אימעילן און ער זאל עס מססדר זיין?

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:26 am
דורך יצחק אייזיק
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:59 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:45 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:41 am
טאקע וועלכע רב שוין דארט געווען? קיינמאל געזען א בילד פון קיין איין רב, נאר איינמאל אין צען יאר ווי צעהלים'ע רב אויפן באקאנטען לייטער
זיי לאזן נאר אריין רבנים, נישט קיין פאטאגראפירער
נו וועלכע רבנים זענען שוין דארט געווען?ביי די וועי פון דארט זיין ווערט מען נאכנישט געוואר די פראצעדור פון די מהלך וויאזוי עס ווערט געמאכט, איבערהויפט די אינגערידענטס, פארשטייט זיך נאר טאמער זיי געבן איבער פונקטליך וואס זיי טיען, די שטוב פון אינגערידענטס ווערן אריינגעלאזט ממש 2 אדער 3 מענטשן , קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך בנוגע די צוקער קאלארינג וכדומה
כ'האב שוין פריער געשריבן אז געוויסע דיינים וואס זענען געווען קעגן די לייט גרעיפ דזשוס האבן צוריקגעצויגן און זיי זענען עס היינט מתיר. איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען ווייל איך בין נישט זיכער דערין, אבער קענסט אליין אנהייבן ארומרופן רבנים און פרעגן. (איך ווייס פון א מורה הוראה וואס האט דורכגעטון די נושא און נוצט עס אליין, נאכ'ן עס דורכטון מיט אסאך חשוב'ע רבנים)

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:24 am
דורך גדל
וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
קיינער ווייסט נישט?
די פראדוקט האט א הכשר אויפן פלאש וואס זאגט אז ס׳איז כשר און אויך פאר קידוש וכו׳. סאו איינער ווייסט זיכער...
אויב פארלאזטו דיר אויפן ערשטן האלב אז ס׳איז כשר דאן פארוואס פארלירט ער זיין חזקה ביים צווייטן האלב???
דאס נישט ענטפערן אין פובליק קוק איך אן ווי ער וויל נישט אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן כדוגמת קאקאו קאולע וכדומה.
אדמו"ר מהר"א למעשה ניצט עס נישט וועגן דעם פאר קידוש, האסט א נקודה וועגן פארלאזן אויף הכשר, אבער סאיז דא וואס ווילן וויסן די פראצעדור מיטן הכשר , עכ"פ א אדמו"ר א מנהיג
ניצט ער דען גרעיפ דשאוס פאר קידוש ?

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:41 am
דורך וועגן שטעגן
גדל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:24 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
קיינער ווייסט נישט?
די פראדוקט האט א הכשר אויפן פלאש וואס זאגט אז ס׳איז כשר און אויך פאר קידוש וכו׳. סאו איינער ווייסט זיכער...
אויב פארלאזטו דיר אויפן ערשטן האלב אז ס׳איז כשר דאן פארוואס פארלירט ער זיין חזקה ביים צווייטן האלב???
דאס נישט ענטפערן אין פובליק קוק איך אן ווי ער וויל נישט אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן כדוגמת קאקאו קאולע וכדומה.
אדמו"ר מהר"א למעשה ניצט עס נישט וועגן דעם פאר קידוש, האסט א נקודה וועגן פארלאזן אויף הכשר, אבער סאיז דא וואס ווילן וויסן די פראצעדור מיטן הכשר , עכ"פ א אדמו"ר א מנהיג
ניצט ער דען גרעיפ דשאוס פאר קידוש ?
אלע יארן גענוצט גרעיפ זשוס, אז מען רעדט שוין געדענקט איינער די הטוב גרעיפ זשוס מיט קרית יואל'ע הכשר אנפאנג די תש"ס יארן? געווען צו קויפן ביי איחוד התלמידים יריד אויף פלאשינג עוועניו

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:23 pm
דורך לאנטש טיים
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:26 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:59 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:45 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:41 am
טאקע וועלכע רב שוין דארט געווען? קיינמאל געזען א בילד פון קיין איין רב, נאר איינמאל אין צען יאר ווי צעהלים'ע רב אויפן באקאנטען לייטער
זיי לאזן נאר אריין רבנים, נישט קיין פאטאגראפירער
נו וועלכע רבנים זענען שוין דארט געווען?ביי די וועי פון דארט זיין ווערט מען נאכנישט געוואר די פראצעדור פון די מהלך וויאזוי עס ווערט געמאכט, איבערהויפט די אינגערידענטס, פארשטייט זיך נאר טאמער זיי געבן איבער פונקטליך וואס זיי טיען, די שטוב פון אינגערידענטס ווערן אריינגעלאזט ממש 2 אדער 3 מענטשן , קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך בנוגע די צוקער קאלארינג וכדומה
כ'האב שוין פריער געשריבן אז געוויסע דיינים וואס זענען געווען קעגן די לייט גרעיפ דזשוס האבן צוריקגעצויגן און זיי זענען עס היינט מתיר. איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען ווייל איך בין נישט זיכער דערין, אבער קענסט אליין אנהייבן ארומרופן רבנים און פרעגן. (איך ווייס פון א מורה הוראה וואס האט דורכגעטון די נושא און נוצט עס אליין, נאכ'ן עס דורכטון מיט אסאך חשוב'ע רבנים)
פלעגט זיין נאר 65% גרעיפ דשוס, היינט איז עס 70%

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:49 pm
דורך פאלם טרי
וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:30 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
קיינער ווייסט נישט?
די פראדוקט האט א הכשר אויפן פלאש וואס זאגט אז ס׳איז כשר און אויך פאר קידוש וכו׳. סאו איינער ווייסט זיכער...
אויב פארלאזטו דיר אויפן ערשטן האלב אז ס׳איז כשר דאן פארוואס פארלירט ער זיין חזקה ביים צווייטן האלב???
דאס נישט ענטפערן אין פובליק קוק איך אן ווי ער וויל נישט אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן כדוגמת קאקאו קאולע וכדומה.
אדמו"ר מהר"א למעשה ניצט עס נישט וועגן דעם פאר קידוש, האסט א נקודה וועגן פארלאזן אויף הכשר, אבער סאיז דא וואס ווילן וויסן די פראצעדור מיטן הכשר , עכ"פ א אדמו"ר א מנהיג
ווי איז עס באקאנט?
וואס איז די מקור אויף די מעשה?

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:39 pm
דורך לעכטיגער
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:35 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:09 am
סאיז באקאנט אז אדמו"ר מהר"א האט אמאל אנגעפרעגט איינע פון די בעל בתים ברבים אז ער וויל וויסן וויאזוי סאיז לייט און סאיז כשר פאר קידוש, זיי האבן זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און ער האלט טאקע אז ווילאנג קיינער ווייסט נישט ,טאר מען נישט קידוש מאכן דערויף
ס'איז אויך באקאנט אז אסאך מורי הוראה וואס האבן אזוי געהאלטן און אויך געזאגט ברבים יעדעס יאר ביים שבה"ג דרשה אז לייט גרעיפ דזשוס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן האבן שוין צוריקגעצויגן און האלטן אז ס'איז כשר וישר.

זיי האבן שוין אויך ארויסגעגעבן דעם סוד, אז זיי נוצן א געוויסע סארט טרויבן וואס מ'קען ממש נישט אין מויל נעמען אן צולייגן אסאך וואסער, ממילא האט עס א דין פון געהעריגע וויין ווייל נאר אזוי קען מען עס טרונקן.
דאס איז דאך די גאנצע שאלה. ס'איז נישט א 'סארט' טרויב, נאר אינגע אומגעצייטיגטע טרויבן און אויב ס'האט א דין פון בוסר איז די ברכה נישט קיין בפה"ג.
אבער יתכן אז מ'האט דאס אויך געטוישט.

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 3:21 pm
דורך loyodea
גאלדענע פעדער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 11:03 am
די נושא איז שוין אלט אפאר יאר זייט וואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס אפאר יאר צוריק דאך האב איך שוין מער ווייניגער אדורך געליינט די אשכול די פריעדיגע יארן און איך וועל יעצט שרייבן אפאר נקידות קלאר וואס איך הרב גערעדט מיטן דיין הרב רבי חיים דוד כ׳ץ שליט״א פאריגע וואך.

קודם א קליינע הקדמה: ס׳דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען די געהעריגע גרופ דזשאוס צוליב די ציקער וואס ס׳האט אין זיך און ס׳איז נישט געזינט פאר זיי, דאס איז די סיבה פארוואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס פאר די יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע.

(אגב, כ׳האב נישט געוויסט אז ס׳איז אויך דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען קיין וויין, די דיין האט מיך געזאגט אז ער איז פון די מענשטען. און ער טרינקט פאר זיך בעיקר מאסט און מישט אויך אריין אביסעל וויין.)

יעצט ס׳איז שוין באקאנט וואס די די דיין האלט, אבער דאס יאר האב איך אליינס גערעדט מיט איהם דערוועגן להלכה וואס ער האלט. האט מיר די דיין געזאגט אז ער האט אויך אזוי געזאגט די אנדערע וואך אויף די שיעור וואס ער האט געגעבן אויפן טעלעפאון (אגב אויב איינער האט די נאמבער ווי מען קען עס הערן, ביטע דא ארויס שרייבן.) האט די דיין אזוי געזאגט:

אז ס׳קומט איהם אויס אז לויט רוב פסקים קען מען נישט יוצא זיין מיט די לייט גרופ דזשאוס קידוש און ד׳ כוסות צוליב צוויי סיבות: איינס. ווייל די גרופ האט אין זיך זייער יונגע טרויבן. צוויי. ווייל וועגן די מאס וואסער וואס זיי לייגן אריין אין דעם. (וואס אפי׳ ס׳האט זיך געטוישט און זיי הרבן ארום געטוישן מיט די מאס וואסער, האט די דיין געזאגט איז נאכאלט׳ס דא די ערשטע סיבה.)

די דיין זאגט אויך קלאר אז ס׳קען זיין אז מען קען יוצא זיין דערמיט בשעת הדחק. אבער ס׳איז קלאר זייער א שווואכע זאך צו ניצן ׳הלכה׳דיג׳.

ובכן זאגט די דיין להלכה אז פאר די וואס ס׳איז שווער (צו זיי קענען נישט, דאקטער לאזט נישט וכדו׳, פארשטייציך איבער רעדן מיט א דיין די ספעציפישע פרטים.) צו טרינקען די געהעריגע גרופ דזשאוס, זאלן זיך איינהאנדלען א קליינע כוס פון 3 ounces און טרינקען 2 אדער כאטש איינס און א האלב דערפון וואס אזוי קען מען יוצא זיין לויט רוב פוסקים. און דאס איז אסאך מער אויסגעהאלטען להלכה.

נב: איך שרייב נישט להלכה ווייל איך בין נישט קיין דיין. איך שרייב זעכער נישט אויף למעשה וואס יעדער זאל טוהן לויט וויי זיין דיין פסק׳נט. איך שרייב נאר פאר די אינטערסאנטקייט פון די נושא וואס די דיין הרב כ׳ץ האלט. קען זיין ס׳דא נאך אנדערע דיינים וואס האלטן אויך אזוי און קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט. איך שרייב נאר וואס דער דיין הרב כ׳ץ האלט איבער דעם נושא.
דבריו קילורין לעינים

וועגן די לייט, האב איך געהערט נאך א י"א אז די וואסער וואס מ'נוצט איז די זעלבע וואס מ'האט געהאט ארויסגענומען פון קאנצעטרירן, איך ווייס נישט צי ס'איז אמת, אדער ס'מאכט עפעס אויס, איך זאג נאר נאך א שמועה צוצולייגן צום שמועס..

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 2:58 pm
דורך שכח ר' נח
וועגן די בעלי בתים פון קדם האב איך שוין געהערט דערוועגן. גראדע איז עס געווען בשעת א באזוך און פלענט אפאר יאר צוריק
וואס יא איינמאהל ביים טיש שבת ביינאכט מיט די תלמידי המתיבתא האט די רבי געמיינט אז אינעם פלאש ליגט לייט האט ער קלאר געמאכט אז לדעתו זעיט ער נישט וויאזוי סזאל זיין כשר לקדוש

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 3:11 pm
דורך משה הגדול
loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 3:21 pm
גאלדענע פעדער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 11:03 am
די נושא איז שוין אלט אפאר יאר זייט וואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס אפאר יאר צוריק דאך האב איך שוין מער ווייניגער אדורך געליינט די אשכול די פריעדיגע יארן און איך וועל יעצט שרייבן אפאר נקידות קלאר וואס איך הרב גערעדט מיטן דיין הרב רבי חיים דוד כ׳ץ שליט״א פאריגע וואך.

קודם א קליינע הקדמה: ס׳דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען די געהעריגע גרופ דזשאוס צוליב די ציקער וואס ס׳האט אין זיך און ס׳איז נישט געזינט פאר זיי, דאס איז די סיבה פארוואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס פאר די יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע.

(אגב, כ׳האב נישט געוויסט אז ס׳איז אויך דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען קיין וויין, די דיין האט מיך געזאגט אז ער איז פון די מענשטען. און ער טרינקט פאר זיך בעיקר מאסט און מישט אויך אריין אביסעל וויין.)

יעצט ס׳איז שוין באקאנט וואס די די דיין האלט, אבער דאס יאר האב איך אליינס גערעדט מיט איהם דערוועגן להלכה וואס ער האלט. האט מיר די דיין געזאגט אז ער האט אויך אזוי געזאגט די אנדערע וואך אויף די שיעור וואס ער האט געגעבן אויפן טעלעפאון (אגב אויב איינער האט די נאמבער ווי מען קען עס הערן, ביטע דא ארויס שרייבן.) האט די דיין אזוי געזאגט:

אז ס׳קומט איהם אויס אז לויט רוב פסקים קען מען נישט יוצא זיין מיט די לייט גרופ דזשאוס קידוש און ד׳ כוסות צוליב צוויי סיבות: איינס. ווייל די גרופ האט אין זיך זייער יונגע טרויבן. צוויי. ווייל וועגן די מאס וואסער וואס זיי לייגן אריין אין דעם. (וואס אפי׳ ס׳האט זיך געטוישט און זיי הרבן ארום געטוישן מיט די מאס וואסער, האט די דיין געזאגט איז נאכאלט׳ס דא די ערשטע סיבה.)

די דיין זאגט אויך קלאר אז ס׳קען זיין אז מען קען יוצא זיין דערמיט בשעת הדחק. אבער ס׳איז קלאר זייער א שווואכע זאך צו ניצן ׳הלכה׳דיג׳.

ובכן זאגט די דיין להלכה אז פאר די וואס ס׳איז שווער (צו זיי קענען נישט, דאקטער לאזט נישט וכדו׳, פארשטייציך איבער רעדן מיט א דיין די ספעציפישע פרטים.) צו טרינקען די געהעריגע גרופ דזשאוס, זאלן זיך איינהאנדלען א קליינע כוס פון 3 ounces און טרינקען 2 אדער כאטש איינס און א האלב דערפון וואס אזוי קען מען יוצא זיין לויט רוב פוסקים. און דאס איז אסאך מער אויסגעהאלטען להלכה.

נב: איך שרייב נישט להלכה ווייל איך בין נישט קיין דיין. איך שרייב זעכער נישט אויף למעשה וואס יעדער זאל טוהן לויט וויי זיין דיין פסק׳נט. איך שרייב נאר פאר די אינטערסאנטקייט פון די נושא וואס די דיין הרב כ׳ץ האלט. קען זיין ס׳דא נאך אנדערע דיינים וואס האלטן אויך אזוי און קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט. איך שרייב נאר וואס דער דיין הרב כ׳ץ האלט איבער דעם נושא.
דבריו קילורין לעינים

וועגן די לייט, האב איך געהערט נאך א י"א אז די וואסער וואס מ'נוצט איז די זעלבע וואס מ'האט געהאט ארויסגענומען פון קאנצעטרירן, איך ווייס נישט צי ס'איז אמת, אדער ס'מאכט עפעס אויס, איך זאג נאר נאך א שמועה צוצולייגן צום שמועס..
נישט ריכטיג!

מען לייגט אריין אסאך מער וואסער ווי מען נעמט ארויס!

ביי די געהעריגע קאנצעטרערירט גרעב זשוס לייגט מען אריין די זעלבע מאס ווי מען נעמט ארויס!

אבער אוודאי נישט די זעלבע וואסער וואס מען האט ארויס גענימען!