איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 4:42 am

green sunday האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג און צו קלויבן זיין מורה הוראה
און אזוי אויך מעג הגרז״ל פילאפף פסק׳ענען (אגב ער איז פון די גרעסטע בקיאים בדורינו אין הל׳ ברכת הפירות) זאגן אנדערש און די מימרא פון הרב קאהן הנ״ל איז א תמי׳

תרתי דסותרי איז יעדער בארעכטיגט צו זיין מיינונג און צו קלויבן זיין מורה הוראה אדער מיז איך אנעמען הגרז״ל פילאפף פסק?

הגר"י קאהן איז פינקט אזוי פון גרעסטע בקיאים בדורינו בשדה הכשרות בכלל פארוואס טאר ער נישט זאגן אנדערש? אתמהה?

Never heard of Kohn
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:44 am

אז מען טראכט אריין און כמעט יעדער דיון איז דא איין צד וואס געט ארויס בירורים און די אנדערע צד געט ארויס סטעיטמענטס
כדוגמת ווערים אין וואסער איז געווען בירורים לאיסור און סטעיטמענטס להתיר,וכן האט קאפס ברורים להתיר וסטעיטמענטס לאיסור ועוד ועוד

יעצט לענין קיינער (זאל נישט) פסק'נט נישט פון דא מען איז מעיין אין אן הלכה שאלה און עס איז דא גנוי אזוי ווי ביי די אנדערע פעלער איין צד ברענגט ברורים און די אנדערע ברענגט סטעיטמענטס
נקודה למחשבה
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:59 am

תמחלו אלף פעמים, ס'גייט בשום אופן נישט אריין אין מיין קליינע קאפ פארוואס א גענצליך הלכה'דיגע דיון זאל ווערן א היציגע ויכוח מיט צווישנרופן, קיינער וואס האלט אז מ'זאל מאכן א שהכל מיינט חלילה איינעם פערזענליך, ווי א יעדע ברכת הפירות שאלה, וועט איר טרעפן צדדים לכאן ולכאן ממזרח וממערב ומצפון ומים, ואדרבה ווי מער מ'איז שקוע און קלאר אין די הלכות וועט מען מער האבן דעות חלוקות, יעדעס מאכל האט זיך אירע פרטים און פרטי פרטים אין מציאות ידועים ואינם ידועים, וואס ווערן נשתנה מזמן לזמן, פון פראדוצירער / קעכער / בעקער / בעל הבית'טע און דעם אנדערן און אפילו ביים זעלביגן פון איין פראדוקציע צו די אנדערע פראדוקציע, הלואי וואס מ'זאל מיר טאקע האבן דאס קאפ אויפן פלאץ יעדעס מאל ביים מאכן א ברכה נזהר צו זיין צו מאכן די ריכטיגע ברכה אויפן ריכטיגן פלאץ, ותורה הוא וללמוד אנו צריכים, דאס איז א נעווער ענדינג נושא ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, ויגדיל תורה ויאדיר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:41 am

farshlufen האט געשריבן:תמחלו אלף פעמים, ס'גייט בשום אופן נישט אריין אין מיין קליינע קאפ פארוואס א גענצליך הלכה'דיגע דיון זאל ווערן א היציגע ויכוח מיט צווישנרופן, קיינער וואס האלט אז מ'זאל מאכן א שהכל מיינט חלילה איינעם פערזענליך, ווי א יעדע ברכת הפירות שאלה, וועט איר טרעפן צדדים לכאן ולכאן ממזרח וממערב ומצפון ומים, ואדרבה ווי מער מ'איז שקוע און קלאר אין די הלכות וועט מען מער האבן דעות חלוקות, יעדעס מאכל האט זיך אירע פרטים און פרטי פרטים אין מציאות ידועים ואינם ידועים, וואס ווערן נשתנה מזמן לזמן, פון פראדוצירער / קעכער / בעקער / בעל הבית'טע און דעם אנדערן און אפילו ביים זעלביגן פון איין פראדוקציע צו די אנדערע פראדוקציע, הלואי וואס מ'זאל מיר טאקע האבן דאס קאפ אויפן פלאץ יעדעס מאל ביים מאכן א ברכה נזהר צו זיין צו מאכן די ריכטיגע ברכה אויפן ריכטיגן פלאץ, ותורה הוא וללמוד אנו צריכים, דאס איז א נעווער ענדינג נושא ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, ויגדיל תורה ויאדיר.

ריכטיגע נקודה
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:46 pm

רויט האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:בנוגע ליי"ט גרעי"פ זשו"ס

מענטשן שרייבן און שרייבן און ווייסן נישט די מציאות דעריבער וועלן מיר אביסל מסביר זיין דאס ענין.

א דאנק פארן שרייבן די אויפריכטיגע דיבורים, עס קוקט אויס גאנץ אקוראט מיט די מציאות. איך האב אמאל צוגעגאסען צו די רעגולער גריעפ דזשואס ווייניגער ווי א דריטעל וואסער, אבער דאך האט עס ממש פארלוירן דעם טעם פון גריעפ דזשואס, משא"כ די לייט גריעפ דזשואס האט א געהעריגע טעם אפילו עס האט אסאך א גרעסערע % וואסער.

פארשער האט געשריבן:בלויז פאר אינפארמאציע צוועקן איך ווייס נישט צי עס מאכט א חילוק להלכה אבער די לייט גרעפ דזשוס האט א סוויטנער Acesulfame Potassium איז אן ארטיפישעל סוויטנער.

והכל על מקומו יבא בשלום
גרעיפ זשוס + וואסער + א ארטיפישעל סוויטנער =..... לייט גרעיפ דזשוס
(הכל בדרך אפשר)

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

שהכול ביי קדש און פטר'ען די מרור...

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 3:09 pm

כ'מיין אז אין אזא היציגע דיסקאשען.. מעג מען אריין ווארפען א שטיקעל מילתא דבדיחותא וואס כ'האב געהערט דעם יו''ט...

זאגט מיר איינער אז ס'קען זיין א מציאות צו מאכן א 'שהכול' ביי קדש און פטר'ען די מרור... ווי אזוי?

איז אזוי: ס'איז ידוע אז רבי יודא'לע דזיקוב'ער פלעגט מאכן א 'שהכול' ביי די כרפס און פטר'ען די מרור. ווייל ער האט געהאלטן אז די ברכה אויף פעטעטא'ס איז אויך א גאנץ יאר א שהכול, און ווייטער די מרור איז אויך א 'שהכול' ווייל ס'איז נישט די דרך עס צו עסן חי צוליב די שארפקייט. איז ממילא ווידער די ברכה 'שהכול'. ממילא האט ער געמאכט א ברכה שהכול ביי די כרפס און גע'פטר'ט די מרור.. יעצט הגאון רבי חיים דוד שליט''א מיט נאך אנדערע דיינים האלטן דאך אז אויך די לייט גרעיפ דזשוס איז א שהכול.. קומט דאך אויס לויט רבי חיים דוד לויט רבי יודא'לע, אויב מען מאכט קידש אויף די לייט גרעיפ דזשוס, מאכט מען א שהכול ביי קדש און מען פטר'ט די כרפס און די מרור...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:23 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:כ'מיין אז אין אזא היציגע דיסקאשען.. מעג מען אריין ווארפען א שטיקעל מילתא דבדיחותא וואס כ'האב געהערט דעם יו''ט...

א גוטע וויץ אסער נישט ריכטיג.
רבי יודעלע האט. נישט געמאכט קיין שהכל אויפן כרפס פסח ביינאכט. חס מלהזכיר.

ער האט געמאכט א בורא פרי אדמה אויף קארטאפל פסח ביינאכט צום כרפס כמנהג ראפשיץ / זשיקוב - אבער געמאכט א שהכל א גאנץ יאר דערויף.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:46 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יודעלע האט. נישט געמאכט קיין שהכל אויפן כרפס פסח ביינאכט. חס מלהזכיר.

זאגט ווער? {אני הקטן כן שמעתי כמו שכתבתי.}
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 7:03 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יודעלע האט. נישט געמאכט קיין שהכל אויפן כרפס פסח ביינאכט. חס מלהזכיר.

זאגט ווער? {אני הקטן כן שמעתי כמו שכתבתי.}

הרה״ק מבלאזוב כשנתחתן בראפשיץ אמר שיש לו לשאול עוד מה נשתנה:

מה נשתנה הלילה הזה שמברכים אדמה על תפוח אדמה, שבכל הלילות מברכים עליו שהכל. ודפח״ח.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:30 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יודעלע האט. נישט געמאכט קיין שהכל אויפן כרפס פסח ביינאכט. חס מלהזכיר.

דאכט זיך אז כ'האב דאס געזעהן ביי די 'תורה אפטיילונג' אין 'דער איד' דעם פארגאנגענעם פסח אין אן אפהאנדלונג דורך איינער פון די 'זכרו' שרייבער איבער די ברכה אויף פאטעיטאס.

לא שמענו ולא ראינו אינו ראי'.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:06 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יודעלע האט. נישט געמאכט קיין שהכל אויפן כרפס פסח ביינאכט. חס מלהזכיר.

דאכט זיך אז כ'האב דאס געזעהן ביי די 'תורה אפטיילונג' אין 'דער איד' דעם פארגאנגענעם פסח אין אן אפהאנדלונג דורך איינער פון די 'זכרו' שרייבער איבער די ברכה אויף פאטעיטאס.

לא שמענו ולא ראינו אינו ראי'.

נישט זייער ערשטע טעות און אויך נישט זייער הינדערסטע עס איז דאך א צייטונג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג אפריל 23, 2017 12:27 am

אלע פוסקים בלי יוצא מן הכלל האלטן אז אויף כרפס דארף זמין א ירק - וברכתו האדמה. וידעתי בבירור שבירך האדמה על תפ״א בפסח ושהכל בכל ימות השנה.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » זונטאג אפריל 23, 2017 1:04 am

מקדש ישראל מהגרי"ד הארפנעס סי' שס"ח.
צוגעלייגטע
מקדש ישראל שסח.PNG
מקדש ישראל שסח.PNG (8.6 KiB) געזעהן 2831 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 23, 2017 11:22 am

שופר האט געשריבן:מקדש ישראל מהגרי"ד הארפנעס סי' שס"ח.

"מעוך".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 23, 2017 1:09 pm

שופר האט געשריבן:מקדש ישראל מהגרי"ד הארפנעס סי' שס"ח.

א דאנק הרב @שופר!

א מין מאדנע זאך צו זעהן ווי מענטשען טענה'ן זיך ארום אויף א פאקט צי ס'איז אמת.. פשוט ווייל זיי האבן נאך נישט געהערט פון דעם ביז יעצט...

@נאטרוליסט מעק אויס דיין תגובה ס'זאל דיר נישט זיין קיין בושות...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 24, 2017 8:54 am

הרב גאלדענע, מיר האפן אז איר פארשטייט אז דער פאקט אז עס איז געדרוקט אין א ספר מאכט עס נישט מער אמת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:34 am

farshlufen האט געשריבן:הרב גאלדענע, מיר האפן אז איר פארשטייט אז דער פאקט אז עס איז געדרוקט אין א ספר מאכט עס נישט מער אמת.

און דאס איז קלאר אז אין ראפשיץ-דזיקוב האט מען אויף פאטעיטעס דעמאכט אגאנץ יאר שהכל און פסח ביינאכט האדמה
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:06 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב גאלדענע, מיר האפן אז איר פארשטייט אז דער פאקט אז עס איז געדרוקט אין א ספר מאכט עס נישט מער אמת.

און דאס איז קלאר אז אין ראפשיץ-דזיקוב האט מען אויף פאטעיטעס דעמאכט אגאנץ יאר שהכל און פסח ביינאכט האדמה

ריכטיג. בדרך צחות איז דאס געווען די פינפטע קשיא מה נשתנה הלילה הזה...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:10 pm

ר' אליזרל דשוקובערהאט עס געפרעגט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:22 pm

farshlufen האט געשריבן:הרב גאלדענע, מיר האפן אז איר פארשטייט אז דער פאקט אז עס איז געדרוקט אין א ספר מאכט עס נישט מער אמת.

און הרב פארשלאפן, מיר האפען אז איר קלערט נישט אז הרה''ג רבי ישראל דוד הארפנעס שליט''א זאל ווען צוברענגען פון צווייפעלהאפטיגע ספרים...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:27 pm

אן קיין ספק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:45 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:כ'מיין אז אין אזא היציגע דיסקאשען.. מעג מען אריין ווארפען א שטיקעל מילתא דבדיחותא וואס כ'האב געהערט דעם יו''ט...

זאגט מיר איינער אז ס'קען זיין א מציאות צו מאכן א 'שהכול' ביי קדש און פטר'ען די מרור... ווי אזוי?

איז אזוי: ס'איז ידוע אז רבי יודא'לע דזיקוב'ער פלעגט מאכן א 'שהכול' ביי די כרפס און פטר'ען די מרור. ווייל ער האט געהאלטן אז די ברכה אויף פעטעטא'ס איז אויך א גאנץ יאר א שהכול, און ווייטער די מרור איז אויך א 'שהכול' ווייל ס'איז נישט די דרך עס צו עסן חי צוליב די שארפקייט. איז ממילא ווידער די ברכה 'שהכול'. ממילא האט ער געמאכט א ברכה שהכול ביי די כרפס און גע'פטר'ט די מרור.. יעצט הגאון רבי חיים דוד שליט''א מיט נאך אנדערע דיינים האלטן דאך אז אויך די לייט גרעיפ דזשוס איז א שהכול.. קומט דאך אויס לויט רבי חיים דוד לויט רבי יודא'לע, אויב מען מאכט קידש אויף די לייט גרעיפ דזשוס, מאכט מען א שהכול ביי קדש און מען פטר'ט די כרפס און די מרור...

געוואלדיג ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:49 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' אליזרל דשוקובערהאט עס געפרעגט

די צבי לצדיק פון בלאזוב האט עס געפרעגט פון זיין שווער הה"ק מראזודוב
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 2:03 pm

שמן האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:כ'מיין אז אין אזא היציגע דיסקאשען.. מעג מען אריין ווארפען א שטיקעל מילתא דבדיחותא וואס כ'האב געהערט דעם יו''ט...

זאגט מיר איינער אז ס'קען זיין א מציאות צו מאכן א 'שהכול' ביי קדש און פטר'ען די מרור... ווי אזוי?

איז אזוי: ס'איז ידוע אז רבי יודא'לע דזיקוב'ער פלעגט מאכן א 'שהכול' ביי די כרפס און פטר'ען די מרור. ווייל ער האט געהאלטן אז די ברכה אויף פעטעטא'ס איז אויך א גאנץ יאר א שהכול, און ווייטער די מרור איז אויך א 'שהכול' ווייל ס'איז נישט די דרך עס צו עסן חי צוליב די שארפקייט. איז ממילא ווידער די ברכה 'שהכול'. ממילא האט ער געמאכט א ברכה שהכול ביי די כרפס און גע'פטר'ט די מרור.. יעצט הגאון רבי חיים דוד שליט''א מיט נאך אנדערע דיינים האלטן דאך אז אויך די לייט גרעיפ דזשוס איז א שהכול.. קומט דאך אויס לויט רבי חיים דוד לויט רבי יודא'לע, אויב מען מאכט קידש אויף די לייט גרעיפ דזשוס, מאכט מען א שהכול ביי קדש און מען פטר'ט די כרפס און די מרור...

געוואלדיג ;l;p- ;l;p-
Get your facts first, then you can distort them as you please.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג אפריל 24, 2017 2:15 pm

אויב מעקן, זאל א צווייטער פריער מעקן.

דא שטייט אז אין ראפשיץ האט מען א גאנץ יאר געמאכט א שהכל אויף תפו"א, חוץ פסח, האט מען געמאכט א האדמה. כמבואר לעיל.

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 96_133.pdf
צוגעלייגטע
adumu.jpg

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט