איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:46 pm

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.

אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.


אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל

האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..


לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.


מען האט געפרעגט, ער האט געענטפערט אין אסאך רבנים (בתוכם רז"ל פילאף, רבי בנימין לנדא, רבי שרגא האגער, רח"ד כ"ץ ועוד) האבען געהאלטען אז די תירוץ איז נישט אויסגעהאלטען אין הלכה (לדעתם עכ"פ).

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:48 pm

אוי וויי איר פארפארט
די תשובה איז סאך פשוטער ווי די קשיא
אוודאי טראסט יעדער איינער די ערליכע בעלי מכשירים,
אבער אסאך רבנים זענען מחולק בדין מיטן בעל מכשיר, די זעלבע קען אויך פאסירן מיט דיני הכשר אויך, לאמיר זאגן אז רבנים ווערן געוואר איבער א דעה פון אן אנגענומענער בעל מכשיר, וואס פארלאזט זיך אויף דעם בשעת'ן געבן אן השגחה, וואס זיי זענען מחולק אויף דעם, וועלן זיי אויך ארויסקומען לשומעי דבריהם אז לפי דעתם זאל מען נישט עסן / טרינקן די מאכל צו משקה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:50 pm

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.

אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.


אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל

האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..


לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.

אפשר אין צוואנציג ניינצן, דרכה של תורה איז אז מ'איז מברר א הלכה למעשה ע"פ שו"ע ונו"כ און קיינער זעהט א פגיעה אין ווער ס'האט אנדערש גע'פסק'נט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:52 pm

אין כל חדש האט געשריבן:אוי וויי איר פארפארט
די תשובה איז סאך פשוטער ווי די קשיא
אוודאי טראסט יעדער איינער די ערליכע בעלי מכשירים,
אבער אסאך רבנים זענען מחולק בדין מיטן בעל מכשיר, די זעלבע קען אויך פאסירן מיט דיני הכשר אויך, לאמיר זאגן אז רבנים ווערן געוואר איבער א דעה פון אן אנגענומענער בעל מכשיר, וואס פארלאזט זיך אויף דעם בשעת'ן געבן אן השגחה, וואס זיי זענען מחולק אויף דעם, וועלן זיי אויך ארויסקומען לשומעי דבריהם אז לפי דעתם זאל מען נישט עסן / טרינקן די מאכל צו משקה


אויכעט ריכטיג !
אבער גראדע דא לגופו של ענין מיין איך אז די מציאות כפי שכתבתי (דיברתי באישית עם חלק מהרבנים שציינתי, ולכן הנני כותב כן)

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:55 pm

farshlufen האט געשריבן:
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.

אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.


אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל

האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..


לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.

אפשר אין צוואנציג ניינצן, דרכה של תורה איז אז מ'איז מברר א הלכה למעשה ע"פ שו"ע ונו"כ און קיינער זעהט א פגיעה אין ווער ס'האט אנדערש גע'פסק'נט.

אויב מען האט אינזין די רצון ה' איז עס נישט קיין פגיעה, אבער אויב מען איז א מענטש וואס זאגט קבלי דעתי דעמאלטס איז עס יא, אבער דעמאלטס איז עס נישט רצון ה' כמובן ודו"ק.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:03 am

די נושא איז שוין אלט אפאר יאר זייט וואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס אפאר יאר צוריק דאך האב איך שוין מער ווייניגער אדורך געליינט די אשכול די פריעדיגע יארן און איך וועל יעצט שרייבן אפאר נקידות קלאר וואס איך הרב גערעדט מיטן דיין הרב רבי חיים דוד כ׳ץ שליט״א פאריגע וואך.


קודם א קליינע הקדמה: ס׳דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען די געהעריגע גרופ דזשאוס צוליב די ציקער וואס ס׳האט אין זיך און ס׳איז נישט געזינט פאר זיי, דאס איז די סיבה פארוואס קדם האט ארויס געגעבן די לייט גרופ דזשאוס פאר די יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע.

(אגב, כ׳האב נישט געוויסט אז ס׳איז אויך דא מענשטען וואס קענען נישט פארנעמען קיין וויין, די דיין האט מיך געזאגט אז ער איז פון די מענשטען. און ער טרינקט פאר זיך בעיקר מאסט און מישט אויך אריין אביסעל וויין.)

יעצט ס׳איז שוין באקאנט וואס די די דיין האלט, אבער דאס יאר האב איך אליינס גערעדט מיט איהם דערוועגן להלכה וואס ער האלט. האט מיר די דיין געזאגט אז ער האט אויך אזוי געזאגט די אנדערע וואך אויף די שיעור וואס ער האט געגעבן אויפן טעלעפאון (אגב אויב איינער האט די נאמבער ווי מען קען עס הערן, ביטע דא ארויס שרייבן.) האט די דיין אזוי געזאגט:

אז ס׳קומט איהם אויס אז לויט רוב פסקים קען מען נישט יוצא זיין מיט די לייט גרופ דזשאוס קידוש און ד׳ כוסות צוליב צוויי סיבות: איינס. ווייל די גרופ האט אין זיך זייער יונגע טרויבן. צוויי. ווייל וועגן די מאס וואסער וואס זיי לייגן אריין אין דעם. (וואס אפי׳ ס׳האט זיך געטוישט און זיי הרבן ארום געטוישן מיט די מאס וואסער, האט די דיין געזאגט איז נאכאלט׳ס דא די ערשטע סיבה.)

די דיין זאגט אויך קלאר אז ס׳קען זיין אז מען קען יוצא זיין דערמיט בשעת הדחק. אבער ס׳איז קלאר זייער א שווואכע זאך צו ניצן ׳הלכה׳דיג׳.

ובכן זאגט די דיין להלכה אז פאר די וואס ס׳איז שווער (צו זיי קענען נישט, דאקטער לאזט נישט וכדו׳, פארשטייציך איבער רעדן מיט א דיין די ספעציפישע פרטים.) צו טרינקען די געהעריגע גרופ דזשאוס, זאלן זיך איינהאנדלען א קליינע כוס פון 3 ounces און טרינקען 2 אדער כאטש איינס און א האלב דערפון וואס אזוי קען מען יוצא זיין לויט רוב פוסקים. און דאס איז אסאך מער אויסגעהאלטען להלכה.

נב: איך שרייב נישט להלכה ווייל איך בין נישט קיין דיין. איך שרייב זעכער נישט אויף למעשה וואס יעדער זאל טוהן לויט וויי זיין דיין פסק׳נט. איך שרייב נאר פאר די אינטערסאנטקייט פון די נושא וואס די דיין הרב כ׳ץ האלט. קען זיין ס׳דא נאך אנדערע דיינים וואס האלטן אויך אזוי און קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט. איך שרייב נאר וואס דער דיין הרב כ׳ץ האלט איבער דעם נושא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט