איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:58 pm

לעכטיגער האט געשריבן:ווייסט איינער פון א קלארע בירור - חוץ פון די בעלי מכשירים - בנוגע די ברכה אויף לייט גרעיפ דזשוס.. און פארשטייט זיך צו ס'איז כשר לקידוש..

עקבי הצאן האט געשריבן:פארוואס זענען די בעלי מכשירים נאר נאמן אויף כשרות און נישט אויף דיני ברכות הפירות וקידוש?

באלאנגט אפשר נישט אין די אשכול.

כ'האב דען געזאגט אז זיי זענען נישט נאמן ח"ו, מען פארלאזט זיך דאך אויף זיי אויף הארבע דיני איסור והיתר..

די חילוק איז גאנץ פשוט. מ'דארף א רב המכשיר וואס זאל אוועקשטעלען א סיסטעם בתכלית ההידור. אין אויב ס'מאכט זיך א שאלה דורכאויס די פראדוקציע זאל זיין א קאמפעטענטע רב וואס קען פסק'נען אדער זיין מקושר מיט אן ערליכע רב/דיין וואס פסקנ'ט בדיני איסור והיתר.

משא"כ אז ס'דא א שאלה אינעם עצם פראדוקט איז אן אנדערע מעשה. למשל ווען ס'איז ארויפגעקומען די שאלה פון די אפערירטע קיען, האבען דען די בעלי מכשירים אליינס דעסיידעד וואס צו טאן? צו ווער ס'מעג ניצען ספעלט מצה בפסח, פרעגט יעדער זיין רב, נישט מ'פארלאזט זיך אז ס'האט א מהודר'יגע הכשר, גאר די זעלבע ווי די געווענליכע מצה. וכן איז דא אסאך משלים וואס נישט אלעס קען מען אויסרעכענען.

די זעלבע זאך דא. א ודאי איז עס כשר בתכלית הכשרות. דאס איז אבער קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוט'ע מיץ ענבים ווי די געווענליכע גרעיפ דזשוס וואס איז נאר פעטשערייז"ד וכדומה. כ'קען נישט די מציאות, אבער ווי ס'זעהט אויס איז צוגעגאסען אסאך וואסער.
האב איך געפרעגט צו איינער ווייסט פון א בירור פון אנדערע פוסקים (אדער קובצים...) אויף די ברכה. אין לכאורה איז תלוי אין דעם צי ס'איז כשר לקידוש

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 9:37 pm

לעכטיגער האט געשריבן:

כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פאלגענדע, כ'זאג נאר נאך.

האב איך גערעדט צו אזא 'ווייסער', זאגט ער מיר בשם א אינגערמאן א תלמיד חכם וואס איז נאכגעגאנגען די זאך, אין אים האט מען געזאגט אז ס'דא אידען בפרט עלטערע וואס דארפען דאס פאר די געזונט וואס ליידען נישט די געווענליכע גרעיפ דזשוס. אויב דאס איז אמת דארפען דאס מענטשען וויסען אז ס'איז נישט לכתחילה פאר סתם מענטשען.

אדרבא, ווער עס ווייסט זאל זיך ביטע לאזען הערען.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג פאברואר 20, 2017 12:41 pm

הרה"ג ר חיים דוד כ"ץ שליט"א האט ביי זיין זונטאג שיעור געזאגט פאר עטלכע וואכן צוריק אז לייט גרעפ דזשוס איז א שהכל און איז נישט כשר לקידוש (און ער בלייבט מיט א צ"ע אויף הבדלה)
אי"ה ביינאכט האף איך ארויפצולייגן די געדריקטע שיעור
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג פאברואר 20, 2017 12:45 pm

חוקר לייג דאס טאקע ארויף ווי שנעלער. עס וואלט געווען זייער אינפארמאטיווע אינפארמאציע
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:19 pm

צעלעמע רב זז"ג שרייבט אז עס איז כשר פאר קידוש ולארבע כוסות עכ"פ אזו שטייט אויפן סטיקער.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:23 pm

אינעם נייעם קונטרס פון חבורת זכרו אויף הל' ברכה"פ ברענגט ער דארטן די בירור פון די בעלי מכשירים, ער ברענגט אבער נישט די בירור פון רח"ד כ"ץ שליט"א, ער ברענגט נאר אז די דעת פון חברי הביד"ץ דסאטמאר אז עס איז נישט כשר לקידוש, עכ"פ יעוי' שם צו טרעפן עטוואס מער וועגן דעם ענין.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:23 pm

כאף די פארשטייסט אז אפילו קדם האט די הכשר פין צלמער רב מעגען אנדערע רבנים זיך קריגען מיט אים .

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:27 pm

ממעג אבער איך וואלט נייגעריג געווען צו איינער האט טאקע געפרעגט צעלעמע רב וואס ער האלט, עס איז פארהאן זאכן וואס ער האט געטוישט נאכן מעורר זיין.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:49 pm

חוקר האט געשריבן:הרה"ג ר חיים דוד כ"ץ שליט"א האט ביי זיין זונטאג שיעור געזאגט פאר עטלכע וואכן צוריק אז לייט גרעפ דזשוס איז א שהכל און איז נישט כשר לקידוש (און ער בלייבט מיט א צ"ע אויף הבדלה)
אי"ה ביינאכט האף איך ארויפצולייגן די געדריקטע שיעור

צו הערן די שיעור אליינס קענט איר רופן די האטליין פון התאחדות אברכים דסאטמאר (וומס"ב) 718-506-9054 (אויף פיר דריי די שיעור פון פ' בא)
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 20, 2017 3:57 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:צעלעמע רב זז"ג שרייבט אז עס איז כשר פאר קידוש ולארבע כוסות עכ"פ אזו שטייט אויפן סטיקער.

וכן אויף פלעיווארד גרעיפ דזשוס, ולפי בעל שבט הלוי איז עס נישט כשר לקידוש און נישט קיין הגפן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג פאברואר 20, 2017 4:58 pm

געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:01 pm

shalsheles האט געשריבן:געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א האלט אויך אזוי, נישט נאר אויף matuk kal נאר אויך אויף אלע וויינען וואס זענען אינטער 12 פראצענט!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:36 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א האלט אויך אזוי, נישט נאר אויף matuk kal נאר אויך אויף אלע וויינען וואס זענען אינטער 12 פראצענט!

וואס איז די סברה? פארוואס זאל נישט אונטער 12% האבן א דין וויין?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:41 pm

ווייל ס'איז אויך אין כלל פון נשתנה דורך בישול, דהיינו דער פרצעדור וואס לאזט עס נישט קאכן מער, [מען הרג'ט די ייסט].

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:43 pm

farshlufen האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:צעלעמע רב זז"ג שרייבט אז עס איז כשר פאר קידוש ולארבע כוסות עכ"פ אזו שטייט אויפן סטיקער.

וכן אויף פלעיווארד גרעיפ דזשוס, ולפי בעל שבט הלוי איז עס נישט כשר לקידוש און נישט קיין הגפן.

פלעיווארד איז לכאו' אן אנדערע שאלה ווייל עס איז דא וואס שטעלן עס צו צו קונדיטון וואס איז יא א הגפן, די ליי"ט איז די שאלה ווייל עס האט 35% וואסער
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:44 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די סברה? פארוואס זאל נישט אונטער 12% האבן א דין וויין?

קען זיין ווייל די נאטורליכע צוקער אין די טרויבן קאכט אויס ביז % 12-16 און ווייניגער פון דעם שטעלט מען עס אפ בידים פאר עס ענדיגט אויסקאכן
פאר קריטיק דריקט דא

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 20, 2017 5:47 pm

פארבינדן האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די סברה? פארוואס זאל נישט אונטער 12% האבן א דין וויין?

קען זיין ווייל די נאטורליכע צוקער אין די טרויבן קאכט אויס ביז % 12-16 און ווייניגער פון דעם שטעלט מען עס אפ בידים פאר עס ענדיגט אויסקאכן

סי'ז אפילו מער ווי סתם מען שטעלט עס אפ בידים
עס וועט מער קיינמאל נישט קאכן מער, מען הרג'ט די ייסט

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג פאברואר 20, 2017 6:42 pm

איבערגעלייגט קלארער
צוגעלייגטע
CCI02232017_0005.jpg
CCI02232017_0004.jpg
לעצט פאראכטן דורך חוקר אום דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 3:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג פאברואר 20, 2017 6:48 pm

דאס איז ממש א באמבע פון א פסק הלכה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 20, 2017 7:24 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א האלט אויך אזוי, נישט נאר אויף matuk kal נאר אויך אויף אלע וויינען וואס זענען אינטער 12 פראצענט!

זיי רעדן לכאורה נאר לגבי צו ס'האט דער נאמען "וויין" (אויב איינער וויל מאכן קידוש דווקא אויף וויין, אדער פסח ביינאכט וואס מ'דארף מקפיד זיין אויף "יין" להראות החירות, אבער א בפה"ג מאכט מען זיכער דערויף, ווייל ס'נישט ווייניגער חשוב פון "יין מגיתו" און גרעיפ דזשוס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

להודות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג פאברואר 20, 2017 7:25 pm

farshlufen האט געשריבן:וכן אויף פלעיווארד גרעיפ דזשוס, ולפי בעל שבט הלוי איז עס נישט כשר לקידוש און נישט קיין הגפן.

מקור? פארוואס?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 20, 2017 7:26 pm

נא_שכל האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א האלט אויך אזוי, נישט נאר אויף matuk kal נאר אויך אויף אלע וויינען וואס זענען אינטער 12 פראצענט!

זיי רעדן לכאורה נאר לגבי צו ס'האט דער נאמען "וויין" (אויב איינער וויל מאכן קידוש דווקא אויף וויין, אדער פסח ביינאכט וואס מ'דארף מקפיד זיין אויף "יין" להראות החירות, אבער א בפה"ג מאכט מען זיכער דערויף, ווייל ס'נישט ווייניגער חשוב פון "יין מגיתו" און גרעיפ דזשוס.

נעוואדע אזוי

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 20, 2017 7:27 pm

אפילו די וואס האלטן אז מ'קען מאכן אויף ליי"ט גרעיפ דזשוס א בפה"ג, קלער איך אז זיי וועלן מודה זיין אז מ'קען נישט יוצא זיין דערמיט קידוש במקום סעודה, ווייל אסאך פוסקים האלטן אז אפילו מיט געהעריגע גרעיפ דזשוס קען מען נישט יוצא זיין, ווייל ס'איז נישט "מסעד סעיד".
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:33 am

להודות האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וכן אויף פלעיווארד גרעיפ דזשוס, ולפי בעל שבט הלוי איז עס נישט כשר לקידוש און נישט קיין הגפן.

מקור? פארוואס?

הרה"ג ר' זלמן לייב פילאפ שליט"א אין זיין ספר מכלל יופי שרייבט א גרויסן צ"ע צו קענען מאכן קידוש אויף פלעיווארד גרעיפ דזשוס, ער פירט אבער אויס 'אויפן באטל שטייט אז ס'כשר לקידוש ולארבע כוסות'... - לכאורה כדי זיך נישט אנצוהייבן מיט קדם/צעהלים.

דאס איז אנדערש ווי קונדיטין וואס העלפט צי צום וויין, דאס גיבט אריין א נייעם טעם און ווערט נישט אריננגעלייגט לטובת היין.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:52 am

זבחי צדק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:געהערט אמאל בשם הגרז״ל פילאף שליט״א אז Matuk kal האט נישט קיין דין פון וויין (פאר די וואס זענען מהדר צו מאכן קידוש אויף וויין).

זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א האלט אויך אזוי, נישט נאר אויף matuk kal נאר אויך אויף אלע וויינען וואס זענען אינטער 12 פראצענט!

דאכט זיך אז ר' ישראל דוד הארפענעס האלט אז ביי 5% הייסט עס שוין וויין

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט