איז עס טאקע אסור משום איסור השגת גבול?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

איז עס טאקע אסור משום איסור השגת גבול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

עס איז דא א פרוי וואס אדווערטייזט כסדר אז זי מאכט שפיצלעך פאר פרויען און זי האט א פאטענט און קיינער טאר לכבוד דעם נישט נאכמאכן דעם שפיצל. איך האב מיר גענומען די מיה און נאכגעקוקט דעם פאטענט און לויט ווי עס קוקט אויס האט עס שוין עקספייערט יארן צוריק. איז מיין שאלה אויב איינער ווייסט, איז שייך בכלל ביי אזא זאך איסור השגת גבול? כל שכן ווען די פאטענט האט שוין עקספייערט?

שפיצל פאטענט

שפיצל פאטענט 2


[image][/image]
אטעטשמענטס
20170213_194031.jpg
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואסערע פאטענט האט זי? זי האט דאך נישט ערפינדן דעם שפיצל, מן הסתם געמאכט א צווייטע קוועטש, נו קען קומען א אנדערער און מאכן א צווייטע מין קוועטש, איך מין אז די שטאפן היטן פון 1992 זענען שוין נישט די זעלבע קען דאך שפיצל אויך זיין אנדערש, הגם איך זע נישט וויפיל מ'קען זיך נאך שפילן אויף דעם שטיקל לייווענט, אבער אולי יחוס
אדער הייב אן צו מאכן אזוי ווי פאר 1992, פונקט ווי די היינטיגע גלעזער מאכט מען אויך די סארט סטיילס פון בעפאר 1992, אנגעהויבן ביי די שווארצע און געענדיגט ביי די גרויסע שויבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לעגאל ביזטו לכאורה גערעכט, אבער הלכה'דיג גלייב איך נישט אז ס'איז שייך עקספיירעישאן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

זאכליך האט געשריבן:לעגאל ביזטו לכאורה גערעכט, אבער הלכה'דיג גלייב איך נישט אז ס'איז שייך עקספיירעישאן.

מען טרעפט הסכמות וואס שטייט אז ביז א געוויסע מספר יארן זאלן אנדערע נישט איבערדרוקן די ספר.

---
אחרי שובו נחמתי כי יש לחלק
I reserve the right to disagree
12:56
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

מעג מען אדווערטייזען א פעטענט אויב אנדערע מעגן שוין נאכמאכען? אז נישט איז דאס א גרויסע...
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווי זעהט מען דארטן די עקספייערעישאן דעיט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

עקבי הצאן האט געשריבן:ווי זעהט מען דארטן די עקספייערעישאן דעיט?

א פעטענט איז נאר פאר בערך 15 יאר, נאכדעם איז מותר לכתחילה על פי חוקת המדינה נאכצומאכן גענוי.

מעשים בכל יום מען מאכט נאך סטיילס פון בלומען ביי חתונת ביז רעסעפיס וכדו'

דוכט זיך עס איז דא נאך איינער א שפיצל נייער'ן וואס מאכט נאך ראזנבערג און איך מיין זיי זענען שוין געווען אין בי''ד שטיבל
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”