ים וואו לויפסטו?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

ים וואו לויפסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

[align=center]ים, וואו לויפסטו?[/align]

א פארריקטע מאד בין איך נעכטן געווען,

נא (מיט א פתח) נישט אזא ווי די מיינסט, אסאך ערגער, ממש איך בין אהיימגעקומען ארויס גענומען דעם טשעק בוק און אנגעהויבן אויסשטעלן טשעק'ס לכל מיני ארגענאזאציע'ס לכל מר דאית לי' אז מיין בני בית האט דאס ממש געמוזט ארויס כאפן פון די הענט (איך ווייס נישט וואס דאס האט מיט די מאד, אבער דאס איז נאר געווען א סימפטעם).

איר האט שוין אמאל געזען א פאריקטע זייגער? בערך אזא מאד בין איך געווען (ווי זוי?!) בדרך כלל וועסטו זעהן אויף א פאריקטע זייגער אזא מין לענגליכע באשעפעניש וואס וואלגערט זיך פאר איר לעבן (זי מיינט אז די זיבענער אדער אכטער פון די זייגער וועט איר עס געבן {הי' לא תהי'}) זי ווארט מ'זאל טוישן איר באטאריע זי זאל קענען ווייטער אנגיין און קענען פריש דיזי ווערן, ביזדערווייל ווייגט זי זיך ביים זיבענער ווי דעם רבינ'ס גרעסטן חסיד ווייגט זיך ביים רבינ'ס טיש און יעדע סעקונדע געט זי זיך אזא מינע שאקל, יא נאו וואט איי מין...

נו, שטייט דאך שוין און די גמרא חש בראשו יעסוק בתורה (וואס מאנכע לערנען עס אפ בלשון בתמי', חש בראשו יעסוק בתורה? {אז מ'רעדט שוין, איז באקאנט די מעשה מיטן רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל [אדער ווי די מיידלעך זאגן "בעל רבינו יואל" –איך האב שוין נישט קיין רינגלעך-] וואס ווען ער איז געווען א קינד האט ער זיך נישט גוט געשפירט האט אים זיין מלמד געזאגט כדרכו בקודש "חש בראשו וכו'" האט דער רבי זי"ע צוריק געפרעגט אז נעכטן האסטו מיר געזאגט ביי די אגדתא גמרא ווי עס איז געשטאנען אלע רפואות [מסתמא בפרק מי שאחזו במס' גיטין] אז היינטיגע צייטן איז עס שוין מער נישט נוגע און דא קומסטו מיר ברענגן רפואות פון די גמרא? ותשחח"ל}) בקיצור האב מיר אפגעמאכט, מיר גייען זיך זעצן לערנען! (יא יא..{מיט די טאן פון טרעק 5 פון מיכאל})

נא וואס לערנט מען?

אה! די וואך איז דאך פ' בשלח... הים ראה וינוס, מה ראה?? שטעל דיך פאר, די ים קוקט! ער זעט משה רבינו, ער זעהט אהרן הכהן, ער זעט די כהנים (דאן נאך די בכורים) ער זעט שבט לוי, ער זעט כלל ישראל, ער זעהט ווי די מצריים קומען צו לויפן, ער קען קוים כאפן די אטעם, אזוי ווי מען ליינט א אטעם פארכאפטע מעשה, ער האלט עס מיט לייוו. און נאופ, נישטא צו וועם צו רעדן! ער וויל זיך נישט שפאלטן!

לאמיר נישט צופיל מאריך זיין (נאר?), פלוצלינג "הים ראה, ער קוקט, "וינוס!" ער אנטלויפט! ים, ים וואו לויפסטו? וואס איז געשען? וואס זעט ער? אה, דאס וועלמיר שוין לאזן פאר אלע מדרשים, ארונו של יוסף ראה, ברייתא דר' ישמעאל ראה, וכו', וכו' וועלמיר לאזן אלע ספרים פארענטפערן פונקטליך.

מיר וועלן נעמען א שטיקל פון ר' יהונתן אייבעשיץ זי"ע און איר וועט קענען האבן עס ארויסצונעמען פאר דעם שבת טיש.

דער רבי ר' יהונתן שטעלט זיך אויף דעם מדרש, הים ראה וינוס, ים, ווי לויפסטו? מה ראה? ברייתא דר' ישמעאל ראה! וואס'פשט?

זאגט דער רבי ר' יהונתן זי"ע, די ים האט זיך נישט געוואלט שפאלטן ווייל זי האט געטענה'עט, הללו עובדי ע"ז והללו עבדו ע"ז, ליידער זענען אסאך יודן אדורך געפאלן אין מצרים אין אויך געדינט ע"ז במילא וואס קומט זיך זיי מער פון די מצרים? האט דער אייבערשטער זיך אנגענומען פאר זיינע טייערע קינדערליך (נישט די סידי קינדערליך), און געענטפערט פארן ים, "הם עשו תשובה!" זיי האבן תשובה געטון, אבער די ים איז נאך אלס נישט צופרידן, פארוואס?

ס'איז דאך באקאנט די מחלוקה צו די יודען האבן געהאט א דין בן נח פאר מתן תורה צו א דין ישראל (אה נאו! נישט מיט מיר...) איז אויב האבן די יודען א דין ישראל איז דאך זיכער אז תשובה העלפט, אבער אויב האבן די יודן נישט קיין די ישראל איז שוין גארנישט אזוי פויגעלדיג, ווער זאגט אז תשובה העלפט פאר א בן נח? האט די ים גע'טענה'עט איך הער דאך יעדן צווייטע וואך ביים טיש אז די יודן האבן אפשר געהאט א דין בן נח פאר מתן תורה, במילא ווער זאגט איך דארף מיך שפאלטן?? אפשר העלפט נישט קיין תשובה פאר א בן נח?

זאגט דער ר' יהונתן אייבעשיץ פארן ים, אז איך וועל דיר אויפווייזן אז פאר א בן נח העלפט אויך תשובה! עס שטייט און פסוק "זכר צדיק לברכה, ושם רשעים ירקב" (יא! עס שטייט און איין פסוק!) זאגן חז"ל פון דא זעהט מען אז מ'טאר נישט געבן קיין נאמען נאך א רשע, ווייל שם רשעים ירקב, די נאמען פון א רשע טאר מער נישט דערמאנט ווערן, עס דארף ווערן פארמעקט פון ביידע וועלטן!

איז דאך באקאנט אז ישמעאל די זוהן פון אברהם אבינו איז דאך געווען א גרויסע רשע וואס האט עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, אויף אזוי ווייט אז מען האט געמיזט פארשיקן אין מדבר, שטעלט זיך לכאורה א קשיא וויאזוי האט דער תנא רבי ישמעאל געקענט הייסן נאך אים? אמער ס'שטייט דאך 'שם רשעים ירקב'?

אלא מאי עלמיר (יא, ס'איז דא אזא ווארט) מוזן זאגן אז ישמעאל האט תשובה געטון, איי אפשר האט ער א דין בן נח, נא וואס איז דער פראבלעם? וועל איך מוזן זאגן אז פאר א בן נח העלפט תשובה!

דאס האט די ים געזען, ער איז נאכנישט געווען צופרידן פון דעם וואס מ'האט אים געזאגט אז די יודן האבן תשובה געטון, ווייל ווער זאגט עס העלפט? אבער מ'האט אים געוויזען אז די תנא רבי ישמעאל הייסט נאך ישמעאל זעה איך דאך קלאר אז ס'העלפט תשובה! גיב אכט! גיב אכט! די ים נעמט זיך לויפן...

איך מיין אז יעצט איז שוין מיין מאד אזוי ווי א צעפליקטע פידל (דאס מיינט צעפידל'ט?)

ברכה והצלחה!
לעצט פארראכטן דורך צייט שטיפער אום מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:28 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גוט און שיין געשריבן
אויף א גוטע שפראך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

פאר ווער עס אינטרעסירט, איך האב שוין נישט קיין צייט פאר שבת, אבער אין ס' נפש יהונתן פון רבי ר' יונתן איז דא נאך א הערליכע תורה די וואך מפני מה נקרא הקב"ה שקי שאמר לעלמו די וכו'.

א גוט שבת!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”