די מצוה פון "פדיון פטר חמור"

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

די מצוה פון "פדיון פטר חמור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין די וואכעדיגע פרשה באפעלט די תורה: וכל פטר חמור תפדה בשה, ואם לא תפדה וערפתו. נישט פאר יעדעם קומט אויס צו מיטהאלטן די מצוה, לאמיר אלזא זעהן אביסל אינטערסאנטע ידיעות ארום די מצוה, וואס איז דאס, וויאזוי מאכט מען דאס, און נאך פארשידענע אינטערסאנטע נושאים ארום די מעמד פדיון פטר חמור, וואס איר האט מעגליך נישט געוואוסט ביז היינט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

די מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צוערשט לאמיר זעהן פשוט די מצוה, וואס דאס איז. די תורה זאגט אז יעדע עלטסטע חמור דארף מען אויסלייזן מיט א שאף, און אויב נישט זאל מען אים אפהאקן די קאפ.

די סיבה דערפון איז אז די עלטסטע אייזל האט א קדושה, אבער היות עס איז א נישט כשר'ע בעל חי און מ'קען דאס נישט מקריב זיין, דארף מען דאס אויסלייזן מיט א כשר'ע בעל חי, און דאן ווערט דער טהור'ער בעל חי הייליג און די טמא'נעס קדושה גייט אוועק.

כאטש וואס די תורה זאגט קלאר "וכל פטר חמור", שרייבט אבער יוסיפין אז אין זיינע צייטן בזמן בית שני האט מען אויך אויסגעלייזט אלע אנדערע בכורים פון די נישט כשר'ע בעלי חי, וויבאלד די תורה זאגט אין סדר במדבר נאכאמאל די פרשה פון פטר חמור, און דארט שטייט "ואת בכור הבהמה הטמאה תפדה", וואס נעמט אריין אין זיך אלע סארטן בהמות. אבער להלכה פסקנ'ט מען היינט אז נאר אן אייזל דארף מען אויסלייזן.

די כשר'ע בעל חי אויף וואס מ'לייזט אויס די בכור, גייט אריבער צו די כהן.

מען פירט זיך צו באצירן די אייזל מיט גאר שיינע צירונגען לכבוד די מצוה, אזויווי מ'טוט להבדיל מיט א קינד ביי די מצוה פון פדיון הבן, כדי צו מקיים זיין די זה קלי ואנוהו.
איר זעלטנהייט
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

היינט הערט מען ווייניג פון אזעלכע מעמדי פדיון פטר חמור, פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז וויבאלד עס האט אסאך הלכות וואס פארשווערן דאס אדורכצופירן. ערשטנס דארף מען האדעווען די מאמע פונעם ניי געבוירענע ערשטע אייזל פון איר געבורט, צו זיין זיכער אז דאס קינד וואס זי געבוירט שפעטער איז טאקע א בכור.

אזוי אויך דארף דער בהמה זיין אפגעקויפט דורכן בעל הבית מיט די ריכטיגע הלכה'דיגע קנינים, און מען דארף זיין פארזיכערט אויף טריט און שריט אז עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן לויט ווי די הלכה פארלאנגט, פון אלע זייטן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

א שותפות אין די מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס זענען דא אזעלכע וואס קויפן אפ א שותפות מיטן בעה"ב פונעם אייזל כדי צו האבן א חלק אין די זעלטענע מצוה, אבער א כהן אדער א לוי, צו איינער וואס זיין מאמע איז א כהן אדער לוי, טאר נישט ווערן א שותף אין די בהמה ווייל איינמאל די בעה"ב איז א כהן אדער לוי איז שוין די בהמה פטור פון אויסגעלייזט ווערן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

פארוואס פונקט דער אייזל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין מסכת בכורות זאגט די גמרא, פארוואס עפעס לייזט מען אויס פונקט אן אייזל און נישט פערד אדער קעמלען? ענטפערט די גמ' אז דאס איז א גזירת הכתוב, און נאך א תירוץ וויבאלד די אייזלען האבן געשלעפט די אידישע געפעק ביי יציאת מצרים, באקומען זיי שכר אז מיט זיי פירט מען אדורך די מצוה.

אינטערסאנט איז וואס די מדרש די וואך דערציילט, אז דער אייזל מיטן הונט האבן געהאט אן ערנסטער געשלעג... דער כלב זאגט אז ער איז חשוב'ער וויבאלד ער האט נישט געבילט ביי יציאת מצרים, ווי די תורה זאגט די וואך "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו", און דער אייזל טענה'ט אז ער האט געהאלפן שלעפן די פעקלעך, איז ער חשוב'ער, והא ראיה אז ער האט באקומען די שכר פון מצות פטר חמור!

אן דערפאר - פירט די מדרש אויס - טוט דער אייזל ברומען יעדע סוף פון די ערשטע אשמורה ביינאכט, און דער הונט בילט ביי די צווייטע משמורה, ווייל יעדע נאכט טענה'ן זיי זיך ווידער אויס מיט א פרישקייט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

פארוואס נישט מיט געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אז מ'באטראכט די מצוה איז עס זייער ענליך צו די מצוה פון פדיון הבן, אבער ביי א קינד לייזט מען אויס מיט געלט, אבער די אייזל ווערט אויסגעלייזט מיט א צווייטע בהמה, פארוואס?

די אמת איז אז להלכה קען מען אויך אויסלייזן מיט געלט, אבער מיט דעם אלעם איז עס מרמז צו דעם אז די שעפסל, וואס איז געווען די הייליגסטע בעל חי פון די מצריים, איז געווען א חלק פון די עבודה זרה'ס פון וואו השי"ת האט אונז אויסגעלייזט, און מיר טוען דאס זכר ליציאת מצרים.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אפגעהאקט די קאפ פון בלעם'ס אייזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צום שלוס וועלן מיר שרייבן עפעס וואס הערט זיך אינטערסאנט, אבער אזוי שטייט אין ספר 'אזור אליהו', אז ער האט מקובל בשם די אר"י הקדוש, אז בלעם'ס אייזל איז נישט געשטארבן נאטורליך, נאר עס האט זיך איר אפגעהאקט דאס קאפ.

ער לייגט דארט צו אן אינטערסאנטע זאך, אז דערפאר האט דער באשעפער געהייסן אראפהאקן דווקא די קאפ פון אן אייזל, וויבאלד מיט איר איז געווען די נס אז עס האט גערעדט, דערפאר, אלס זכר פון די נס האקט מען אפ דוקא די קאפ פון אן אייזל.

אין ספר 'אוצר פלאות התורה' ווערט געפרעגט, אבער די מעשה מיט בלעם'ס אייזל איז דאך געווען מיט א שיינע פאר יאר שפעטער, אויב אזוי וויאזוי קען מען זאגן אז דאס האט א שייכות מיט די מצוה וואס מ'האט געגעבן נאך אין מצרים? צייכנט ער צו א ברייתא אז בלעם'ס אייזל איז באשאפן געווארן אין די ששת ימי בראשית, און די מצוה פון פטר חמור איז טאקע געווען על שם העתיד.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

PDF פליז

חזקה על ת"ח שמוציא דבר מתוקן מתחת ידו, דעריבער ווייס איך אז ס'איז גוט נאך פאר איך ליין דאס

נאר איך קען באשטיין א PDF כדי איך זאל קענען ארויס פרינטן און ליינען מיט ישוב הדעת
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דא האט איר הרב שמו.
אטעטשמענטס
פטר חמור.pdf
(22.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 119 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זייער שיין! בין איך געוואר געווארן עטליכע אינטערעסאנטע חידושים.
בדרך אגב: דו שרייבסט אין עטליכע באזונדערע תגובות פאר א ספעציפישע סיבה?
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דאס איז וויבאלד עס האט אסאך הלכות וואס פארשווערן דאס אדורכצופירן. ערשטנס דארף מען האדעווען די מאמע פונעם ניי געבוירענע ערשטע אייזל פון איר געבורט, צו זיין זיכער אז דאס קינד וואס זי געבוירט שפעטער איז טאקע א בכור.

אזוי אויך דארף דער בהמה זיין אפגעקויפט דורכן בעל הבית מיט די ריכטיגע הלכה'דיגע קנינים, און מען דארף זיין פארזיכערט אויף טריט און שריט אז עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן לויט ווי די הלכה פארלאנגט, פון אלע זייטן.

עיין דרך פקודיך מה שכתב, במצוות פטר חמור,
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

זייער שיין און אינפארמאטיוו!
יישר כח
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח שמעלקא!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אט איז א בילד פון א מעמד פדיון פטר חמור אין טאראנטא.
אטעטשמענטס
2c5c622e680a00728c8fa07e2c923d16.jpg
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג פעברואר 07, 2017 8:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פדיון פטר חמור אין דעטרויט חוה"מ פסח תשע"ד, אנוועזנד געווען איבער 1,500 אידן, דאס ערשטע אין די ארטיגע קהלה.
אטעטשמענטס
דעטרויט.jpeg
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מעלברוין אוסטראליע, תשס"ט.

דארט איז דער כהן געווען דער שווער פון איינעם פון די שותפים אין חמור, א יקר המציאות א שווער א כהן הפודה ביי אן איידעם.

דער איידעם האט אפגעקויפט דעם שה פון שווער געלאזט שחט'ן, און געגעבען די מתנות כהונה פאר דעם שווער.
אטעטשמענטס
אסטראליע.jpg
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג פעברואר 07, 2017 8:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז אין סקאטסדעיל, אריזאנא.

דארט האט דער רב וואס האט דאס ארגאניזירט ניטש געקענט ווערן א שותף, ווייל ער איז א כהן.

דער טראסק ארום דעם מעמד הפדיון איז געווען לטובת RENEWAL.
אטעטשמענטס
אריזאנע.jpg
אריזאנע.jpg (25.86 KiB) געזען 2570 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

שותף פאר פטר חמור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

איך האלט מיך שוין איין פון ווען דער אשכול איז דא, אבער כ'האב מחליט געווען לא הבישן למוד, איך גיי דערציילן מיינע דמיונות אולי וועל איך טרעפן אן אח ל.............דמיון.
מיום עמדו על דעתי(?), האט דער בורא עולם אריין געלייגט אין מיר אן אינטערעסאנטע נאטור פון נייגער, און וועלן אויס פירן די אינפא. וואס דער נייגער דעליווערט מיר, וואס דאס האט מיר שוין געברענגט צו טון זאכן וואס רוב מענטשן טראכטן נישט דערוועגן, אין מיינע יארן זיכער נישט, איך וויל נישט ברענגען צופיל משלים, כדי שלא לגלות את פני............ אבער לדוגמא בעלמא, ביי די 16 יאר האב איך שוין געהאט דורך געלערנט גאנץ תנ"ך, אונטער די 20 יאר האב איך שוין געשחטן עופות, אונטער די 25 יאר שוין אנגעפירט נסיעות למקומות הקדושים, וכו' וכו' וואס איך וויל נישט אויסרעכענען משום סיבה הנ"ל.
אין יעצט צום פוינט, וואס איז נוגע אהער, אלע מיינע חברים אין כמעט יעדער וואס קען מיר, ווייסט צו זאגן אז דער משוגענער דמיונ'ט פון מאכן א פדיון פטר חמור, אין יא רבותי ס'איז אמת שוין יארן וואס איך טראכט דערוועגן, אין דאס גייט אמאל געשעהן אזוי ווי מיינע אנדערע זאכן וואס זענען געשעהן, אין וואס איך פלאן נאך אז ס'זאל געשעהן, (קוק דא אויף איי וועלט אפשר וועסטו בקרוב טרעפן א אשכול פון א פרישע זאך וואס איך פלאן צו אנהייבן בויען בקרוב.) סא פיל איך יעצט אז מען האט ארויף געברענגט די נושא דא אויפן וועלטל אפשר איז דא איינער וואס איז אינטערעסירט צו זיין א שותף מיט מיר, דהיינו איך וואוין ב"ה אין אפסטעיט סא איך האב פלאץ אליין צו האדעווען די חמורה, ווי אויך ווייס איך שוין בערך ווי צו קויפן די חמורה, אין אז יענער זאל מיר צו שטעלן א חמור אויף אפאר טעג ודי, איך ברויך נאר א שותף לכסף, געלט צו אינוועסטן און דעם זעלטענעם מצוה,
אויב ביזט אינטערעסירט, אדער פאר סיי וועלעכע פראגן רופט אייך אן דא אדער באישי.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דו וועסט דארפן האבן געדולד, קויפן א ברענד ניו חמור, און ווען ער וועט האבן א קינד שטיין און ווארטן אז די קינד זאל האבן א בכור, ווייל די ערשטע חמור קענסטו נישט וויסן צו ער האט שוין אמאל געבוירן, עס גייט שוין אריין צו מ'קען זיך פארלאזן אויף א גוי, און ווי ווייט איז מען א מסיח לפי תומו, וכו'.

גרייט?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

א ודאי ווייס איך אז עס איז א מינומום אויף 2 יאר פראסעס, א חמורה קען נישט האבן קיין קינד פאר 3 יאר סא איך קען קויפן א 1 2/1 - 2 יעריגע, אין ווארטן כאטש א יאר, צו אנהייבן ווארטן, זיי ווארטן צווישן 10 ביז 14 חדשים, און נאכדעם האבן מזל עס זאל זיין א זכר, אבער איך טראכט צו מען קען נישט טרעפן א יוד וואס פארמאגט חמורים, איז א האלב צייט פאריבער.
די הלכות האב איך שוין נישט איינמאל דורך געלערנט, now is time for money
ליב ליינער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליב ליינער »

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה סחורה »


ס'איז מורעדיג!! היימשע אינגעלייט געמאכט א פטר חמור??
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”